שווערע מכות!
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 445
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 1204
שווערע מכות!
מצרים נויט
וואסערן רויט
בלוט
טרינקען, עסן
פארגעסן
גוט
גריבער
דער ציבור
גראבן
קיין עק
וואסער לעק
האבן
זיי לויפן
וואסער קויפן
פון אידן
פרייזן
ווי אייזן
פארשידן
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
קרעש!
פרעש
איבעראל
טאנצן
אינגאנצן
ש'נארמאל
אין שפייז
ס'הייס!
פליען
זיי יערן
זיך מערן
טוהן
אין קיכן
באזוכן
א שאָס!
פארשפרייט
אנגעדרייט
כאָאָס
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
קראצן
טאצן
כינים
קראנק
א טאנק
דינים
אז
די לייז
קיצלט
אלעס
דערווייל איז
צופיצלט
דער דאקטער
אויך וואקט ער
מיט עס
נישט היילן
פארשיילן
טוט עס
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
יאוי!
דער גוי
אנטלויף
ווער?
א בער!
אין הויף
אלע מינע
רויטע גרינע
חיות
צובייסן
צורייסן
זיי עס
ס'שארפן
נעגל ווארפן
אנידער
מצרי טויט
צוריבן הויט
גוט דער
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
בהמה
א ליימע-
נע גולם
ליגט
פארשיקט
פונעם עולם
געשטארבן
פארדארבן
ווי מייז
פליגן
קריגן
שפייז
געפונט ער אין
אינטערן
דאך
באלוינט
פארשוינט
די זאך
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
ווייטער
אייטער
בלאטער
פימפעלס
קרים/פּילס
נישט פטור
זאלבן
ווי קאלבן
ס'לייב
א טאָטער
ס'בלאטער
רייב
קרייט
שרייט
יסורים
ארויס
פון הויז
פיר אים
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
וואטש!
אוטש!
ס'האגעלט!
פארמעגן
אפזעגן
פארנאגלט
פייער
די שייער
ברענט
דעכער
לעכער
אויך ווענט
מצרים
אש ומים
בארעגנט
חרוב
לרוב
די געגענט
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
פליען
בליען
היישעריקן
מכשולות
קולות
זיי קריקן
מחנות
קראכן עס
די פעלדער
פרעסן
אויפעסן
וועלדער
ביימער
זיי מער
פארלענדן
שטאט
גראד
פאר'ענדן
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
טונקל
א פינקל
נישטא
קלאָציג
צוואנציג
שעה
בשעת
אין גאס
בלענק
אידן
טשידן
אין שענק
לוי'ת
ביי זיי איז
פארהאנען
ווער ס'האט
אין גאט
ש'פארשטאנען
--
א מכה
ס'טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
נישט באגער
---
חצות
כאאס!
טויטע
קטורת
די בכורות
בכור שוטה
געשטארבן
א קרבן
געפלויגן
א מע''ס אין
אלע אדרעסן
געבויגן
פידזשאמעס
ווי א מת
קריכט ער
משה וואו
ביסטו?
זיכט ער
--
די מכה
שוין טאקע
שווער
לאזן פריי
אידן זיי
וויל שוין ער
===
מיט פארמעגן
אויף די וועגן
זיי גייען
ארויס
צרות אויס!
זיי שרייען!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2344
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7316
Re: שווערע מכות!
יוחנן
פארמוחענען
ארויסקומט
גראמען
צוזאמען
אלעס שטימט
פארמוחענען
ארויסקומט
גראמען
צוזאמען
אלעס שטימט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 9:00 pm
- x 56
Re: שווערע מכות!
מאסיוו
קריעטיוו
יוחנן כהן
די טאלאנט
אין דיין האנט
טוט זיך בויען
באגלייט
אראפגעלייגט
מיט פיל מח
די עשר מכות
מיט דיטעילס דקות
א גרויסן שכח
קריעטיוו
יוחנן כהן
די טאלאנט
אין דיין האנט
טוט זיך בויען
באגלייט
אראפגעלייגט
מיט פיל מח
די עשר מכות
מיט דיטעילס דקות
א גרויסן שכח
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2630
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6161
Re: שווערע מכות!
הוהא. דאס איז אייגנס? אויסטערליש
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1670
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6366
Re: שווערע מכות!
אממ..
אויסטערליש!!
שיק.
Re: שווערע מכות!
הערליכע ארבעט!
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 445
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 1204
Re: שווערע מכות!
ניין. כ'האב עס געבארגט פון מיין שכן...
אוודאי אייגענס.