גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די איינגעשפארטע אין מיליטערישן טורמע. ווי עס איז נעכטן באריכטעט געווארן איז א היימישער חסיד'ישער בחור איינגעשפארט געווארן אין לופטפעלד נאך וואס ער אנטלויפט שוין פון מיליטער די לעצטע פאר יאר. ב"ה אז מען קען שוין מעלדן מיט פרייד, אז מיט די השתדלות פון די געטרייע עסקנים אין שפיץ פון ר' שמעון שישא שליט"א איז דער בחור באפרייט געווארן היינט אינדערפרי.

בנוגע דער יונגערמאן פון צפת – נאך שווערע באמיהונגען און השתדלות'ן האבן די עסקנים מצליח געווען אנצוקומען צו א געוואלדיגע געווינס: עס איז אפגעמאכט געווארן מיט די באאמטע אז דער יונגערמאן וועט באפרייט ווערן אום צוויי וואכן. נאר כדי לשבר את האוזן, דער יונגערמאן איז א "משתמט" שוין העכער פון 5 יאר, און די געווענטליכע שטראף דערפאר איז שמאכטן אין טורמע א האלבע יאר.



א בחור וואס איז געכאפט געווארן פאר צוויי וואכן צוריק האט זיך פראבירט העלפן ביי א געוויסן אדוואקאט, יענער האט ארויסגעשלעפט פון אים הון תועפות, אבער נישט געברענגט צו זיין באפרייאונג. אפאר טעג צוריק האט דער בחור אריינגעקלונגען פאר ר' שמעון שישא, ער האט באקומען די ריכטיגע הדרכה וואס יא צו טון און נישט צו זאגן. היינט איז ער געקומען אין אפיס מאכן א לחיים.



דאס אלעס איז אויסער אנדערע פעולות פון פדיון שבויים וואס גייען אן נאכאנאנד אינערהאלב די עסקנות פון עזר"י. דאס נעמט אריין קעמפן אויף די רעכטן פון די ארעסטאנטן, זיי ברענגען זייערע תפילין און אנדערע רעליגיעזע באדערפענישן ווי כשר'ע עסן און ערלויבענישן צו דאווענען דריי מאל א טאג.



אין די פראנט פון ראטעווען בחורים און זיי מדריך זיין וואס זיי האבן צו טון כדי זיך ארויסצודרייען פון מיליטער איז דא די גאנצע צייט פיל מיט ארבעט. אין די טעג, פאר יום טוב פסח, קומען צענדליגער אין אפיס יעדן טאג צו זעהן וואס זיי קענען טון ארויסצופארן קיין חוץ לארץ אויף יום טוב אן קיין פראבלעמען. יעדער איינער באקומט פונקטליכע אנווייזונגען פון ר' שמעון שישא שליט"א, האפנטליך אז זיי וועלן אלע געהאלפן ווערן גרינגערהייט.



אין די לעצטע מינוטן קומען אן באריכטן איבער אן הפגנה וואס איז יעצט פארגעקומען אין ירושלים, דארט איז א יונגער בחור'ל ארעסטירט געווארן. ר' שמעון שישא ארבעט יעצט שווער אים ארויסצוזען פון תפיסה. מיר האפן אין די קומענדיגע שעות צו באריכטן פרייליכע בשורות.
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

אין די לעצטע טעג האבן מיר אסאך באריכטעט איבער די ארעסטן און מאטערנישן וואס די פרומע אידן אין ארץ ישראל גייען אדורך מיט די מיליטערישע אויטאריטעטן, ווי ארעסטן און פארשידענע רדיפות, אלעס כדי אריינצוכאפן ערליכע אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט אין זייער טמא'נעם נעץ.
אבער די רשעים באגנוגענען זיך נישט בלויז מיט דעם, נאר זיי ניצן די זעלבע טאקטיקן וואס פרעה הרשע האט געניצט אין מצרים, ווי חז"ל זאגן "ויעבידו מצרים את בני ישראל בפרך" - בפה רך. פרעה האט געניצט זיין געשליפן צינגל צו אריין נארן די אידן און זיי פארשקלאפן.
מיר ברענגען דא אראפ עטליכע עדווערטייזמענטס וואס די מיליטער האט ארויסגעלייגט, ווי זיי לאדענען איין העפליך און מיט א וואלפן-שמייכל תמימ'ישע בחורים צו זייערע אוונטן, ווי דארט פרובירן זיי מיט א שווערד אנגעשמירט מיט צוקער אריינצוכאפן חרדי'שע אידן אין מיליטער.

ווי עס ווערט באריכטעט אין די לעצטע טעג האט מען אין די הויכע קאמענד קארידארן אנגענומען א נייע סטראטעגיע פון אריינשלעפן פרומע אידן אין מיליטער. אין דער צייט וואס ביז היינט האבן זיי פראבירט צו רעקרוטירן מיט געוואלד געצווינגענערהייט, און זיי האבן שוין געהאט ארויסגעשיקט איבער 14,000 צווי גיוס דראענדיג מיט ארעסט פאר ווער עס וועט זיך נישט שטעלן, אבער דער פרומער ציבור האט זיך אקעגנגעשטעלט פעלזן-פעסט און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט: פון די אלע בחורים וואס האבן באקומען א צו זענען נאר 01.07 פראצענט פון זיי זיך געקומען שטעלן פארן מיליטער.
דאס האבן זיי מגדיר געווען ווי א טאטאלער דורכפאל.
די קארפן קעפ אין די מענטשן-קראפט דעפארטמענט האבן זיך געזעצט טראכטן וואס מען קען טון צו אזא דורכפאל, און זיי האבן ארויסגעקומען מיט א טייוולאנישן פלאן צו בייטן דעם רעטאריק און אנהייבן טראנספערירן דעם געדאנק "אונז זענען נישט אייערע פיינט - מיר האבן פלאץ און מיר ווארטן אויף די פרומע". זיי האבן אוועקגעלייגט שווערע געלטער פאר דעם צוועק, און זיי הייבן אן אונטערשמירן פארשידענע "ווערטערזאגער" און פארדארבענע צייטונג שרייבער זאלן פארשפרייטן דעם געדאנק.

ווי זיי האבן היינט פארעפנטליכט האט זיך א הויכראנגיגער אפיציר ארויסגעשטעלט און זיך "אנטשולדיגט" אז זיי האבן נישט געשטאנען אין זייערע הבטחות, און די "חשמונאים" בריגאדע וואס איז מכלומר'שט געאייגנט פאר חרדי'שע סאלדאטן קומט נישט נאך די פאדערונגען פון א פרומער סאלדאט. דאס פרובירן זיי טון כדי צוריק אפצוקויפן די צוטרוי פונעם ציבור, ווי כאילו זיי זוכן נאכצוקומען די פרומע.
דאס איז אבער אלעס שיינע ווערטער, יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז זיי זוכן נישט צו האלטן פרומע אידן אין מיליטער און זייער ענדגילטיגע ציל איז פריי צו מאכן דעם גאנצן פרומען אידנטום אין ארץ ישראל ה"י.
און רוח הקודש אומרת כן: "אתם אומרים פן ירבה ואני אומר כן ירבה", די פרומע אידן זענען נישט קיין נאראָנים און מיר וועלן נישט פאלן צו די אלע שיינע קלינגעדיגע ווערטער, נאר מיר וועלן ווייטער שטיין ווי א שטארקן מויער קעגן די רשעי ישראל.
בילד
פיילס
unnamed.png
(1) חטיבת 'חשמונאים' מארגנת מחר יום חמישי אירוע היכרות עם החטיבה למלשבים 'חרדיים' באתר 'יד לשריון' בלטרון.jpg
בצה''ל לא מתייאשים מגיוס חרדים לצבא.JPG
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 892

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Glass »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 12:02 am די ספרדישע קרייזן גרייטן זיך אויף א גרויסן עצרת ברחובה של עיר מארגן דאנעשטאג קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות
א קול קורא איז ערשינען מיט די חתימות פון ראשי ישיבות בני הספרדים בראשות הגאון ר' משה צדקה ר"י פורת יוסף און די חברי מועצת חכמי התורה
הגאון ר' ראובן אלבז ר"י אור החיים, ר' יהודה כהן מראשי ישיבת יקירי ירושלים, הגאון ר' שלמה מחפוד און הגאון ר' מסעוד בן-שמעון רב לעדת הספרדים אין בני ברק,
אינעם קול קורא ברענגען די רבנים נאך א פסק פון הגר"ע יוסף משנת תשס"א אז אפילו א בחור וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער.
אזוי אויך איז שבת געווען הכרזות אין די בתי מדרשים אויפצופאדערן דעם עולם צו גיין.
בילדער?
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

עס איז די טעג פון ערב פסח, די הכנות צום יום טוב זענען אין פולן שוואונג, אידן מאכן ריין, שלעפן צרכי יום טוב, לויפן ארום פארשוויצט און פאריאגט, עס איז קוים דא צייט צו אטעמען. אין די ישיבות איז יעצט בין הזמנים און יעדער איז אין שטוב און העלפט ארויס די עלטערן. עס איז יעצט די סאמע פארנומענסטע טעג אין יאר.
אבער אין צוויי פלעצער גייט אלעס אן ווי געווענטליך, ממש עולם כמנהגו נוהג: ביי די מיליטערישע אויטאריטעטן און אין רעזולטאט ביי די אפיסעס פון עזר"י. די רשעים אין מיליטער רוהען נישט אפילו אויף א רגע, זיי שיקן נאכאנאנד נאך בחורים און טוען אלע מיטלען אריינצוכאפן נאך און נאך ערליכע אידן אוטנער זייערע נעגל.
דאס דארף א וודאי באקומען אן ענטפער אין די פארעם פון הדרכה, ייעוץ און הילף פון די געטרייע עסקנים וואס זיצן און נעמען אן טאג איין טאג אויס צענדליגער וואס קומען בעטן פאר הילף. זיי קומען אלע אריין מיט א פארקנייטשטן שטערן און עס קוקט אויס ווי זייער וועלט איז חרוב געווארן. נאך א קורצע באראטונג מיט ר' שמעון שישא שליט"א קומען זיי ארויס מיט אן אויסגעצויגענע שמייכל אויפן פנים.
ברוך ה' אז אין די לעצטע טעג האבן אפאר אידן וואס זענען געווען שווער פארפלאנטערט באקומען אן ענדגיליטגע פטור. זיי זענען פארשטייט זיך געקומען אפרעכטן א פרייליכע לחיים אין די אפיסעס (בילדער בייגעלייגט).

היינט זענען געהאלפן געווארן צוויי וואס זענען געווארן אפגעשטעלט אין לופטפעלד, און נאך אינעם זעלבן טאג זענען זיי באפרייט געווארן פון ארעסט בס"ד.

מאנטאג האט די פאליציי גענומען אין תפיסה א יונגערמאן אלט 36 יאר וואס ער איז שוין א 'משתמט' איבער 11 יאר. מען דארף פארשטיין אז געווענטליך איז די מינימאלע עונש פאר אזא זאך צוויי חדשים תפיסה קעגן יעדע יאר, און אין א צייט פון א מלחמה - אזוי ווי יעצט - איז די עונש דאפלט. נאך איבערמידליכע ארבעט וואס ר' שמעון צוזאמען מיטן לויער ר' מנחם שטאובער האבן אריינגעלייגט זענען זיי צוגעקומען צום שטוינענדיגן געווינס: דער יונגערמאן וועט ארויסגיין פון תפיסה אום בלויז צוויי טעג!

אין פעלד פון פדיון שבויים איז אויך נישט שטיל. היינט איז ר' שמעון אראפגעפארן צו א צאל טורמעס אין געגנט פון די שטאט רמלה, דארט האט מען מחזק געווען די ארעסטאנטן. אין איינע פון די טורמעס האט מען אפגעראכטן א געוואלדיגער מעמד הכנסת ספר תורה, ווי העסקן ר' דוד משה דייטש הי"ו איז ארויס אין אן עקסטערן טאנץ צוזאמען מיט די ארעסטאנטן.

אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך היינט אפגעשפילט אין אפיס ווען צוויי בארימטע לויערס מיט געוואלדיגע פארבינדונגען אין אלע הויכע פענסטערס זענען געקומען זיך באראטן מיט ר' שמעון שישא. די צוויי האבן שוין געהאט געקומען אין אפיס פאר א חודש צוריק און ר' שמעון האט זיי געגעבן די פונקטליכע אנווייזונגען, אבער זיי האבן זיך גרויס געהאלטן אז מיט זייערע פארצווייגטע פארבינדונגען וועלן זיי זיכער זיך מסדר זיין מיט אנדערע וועגן. ר' שמעון האט זיי געזאגט דעמאלטס מיט א שמייכל אז ער ווארט זיי צו זעהן קומען נאכאמאל אין אפיס און אים פארציילן ווי עס איז זיי נישט געגאנגען זייערער אלע גרויסע פלענער... און טאקע היינט זענען זיי צריק געקומען אין אפיס איינצוזעהן אז אזעלכע גרויסע לויערס ווי זיי מוזן צוקומען צו די הילף פון "הרב שישא", נישט מער און נישט ווייניגער...

אזוי אויך איז לעצטנ'ס צוגעקומען א נייער כח אין אפיס, דער לויער ר' מאטי וואלף הי"ו וואס האט זיך גענומען באגלייטן די אלע אקטיוויטעטן פון עזר"י. זאל עס ברענגען גרויס הילף.

די מיליטער האט היינט פארעפנטליכט אז זיי גרייטן זיך ארויסצושיקן נאך 5,000 צווי גיוס, וואס דאס מיינט אז עס קומט א נייע שטראם פון ארבעט אין אפיס. אזוי אויך האבן זיי פארעפנטליכט די ביז יעצטיגע דאטא פון וויפל עס האבן זיך שוין רעקרוטירט צום מיליטער. די נומערן ווייזן נישט אויף קיין גרויס הצלחה. לויט ווי זיי זאגן האבן ביז יעצט 205 פון 10,000 געקומען און זיך מאביליזירט. לויט ווי די עסקנים צייכענען אן, איז א שיינע טייל פון די 205 "רעקרוטירטע" אזעלכע וואס האבן באקומען א פטור אבער זיי ווערן פאררעכנט ווי סאלדאטן. דאס זעלבע איז מיט דאס וואס זיי זאגן אז 602 זענען שוין אינמיטן די פראצעדור, וואס דא איז אויך א מערהייט פון זיי אזעלכע וואס זענען אויפן וועג צו א פטור פון מיליטער.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2216
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5021

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ווער »

אין אן אפדעיט צו די כנסת זאגט די מיליטער אז פון 10,000 פארלאנגען זיך צו שטעלן צום מיליטער, וואס זי האט געשיקט פאר חרדים, זינט די מאנאט פון יולי, האבן זיך נאר 205 געשטעלט צום דינסט.
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

השם ירחם
פיילס
Screenshot_20250403_081205_Signal.jpg
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

ובשלטון הכופרים אין אנו מאמינים!!!
אזוי האט אונז אויסגעלערנט די רבי זי"ע
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:58 am ובשלטון הכופרים אין אנו מאמינים!!!
אזוי האט אונז אויסגעלערנט די רבי זי"ע
וואס מיינט איר צו זאגן יעצט?
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

צו גיין צו די מיליטער איז די גרעסטע באווייז אז מען גלייבט אין זייער שילטון
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2381
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5589

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:15 pm צו גיין צו די מיליטער איז די גרעסטע באווייז אז מען גלייבט אין זייער שילטון
אהא. איר האט געוואלט מודיע זיין דעם ענין. זייער גוט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4639

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:15 pm צו גיין צו די מיליטער איז די גרעסטע באווייז אז מען גלייבט אין זייער שילטון
:roll:
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

אשרי חלקו פון הגאון רבי דוב לאנדו צו גיין אופן וועג פון רבי'ן נישט צו ציטרן פון קיינעם!!!
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 608
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 684

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:46 pm אשרי חלקו פון הגאון רבי דוב לאנדו צו גיין אופן וועג פון רבי'ן נישט צו ציטרן פון קיינעם!!!
אויב גיין זיי אים ארעסטירן, גייען זיי מאכן א גרױסן טעות

און איך מיין אז זיי ווייסן עס, סא זיי גייען נישט...
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

וואס מיינט זיי גייען מאכן א גרויסן טעות
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 608
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 684

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:53 pm וואס מיינט זיי גייען מאכן א גרויסן טעות
פשוט די קאנסעקווענצן וואס דאס גייט ברענגען
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

יא יא
די בחורים גיין בלאקירן אלע גאסן
זיי גייען דאס נישט צולאזן

זיי ווילן אים ח"ו ארעסטירן פאר 15 יאהר
עריק
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך עריק »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:09 am אין אן אפדעיט צו די כנסת זאגט די מיליטער אז פון 10,000 פארלאנגען זיך צו שטעלן צום מיליטער, וואס זי האט געשיקט פאר חרדים, זינט די מאנאט פון יולי, האבן זיך נאר 205 געשטעלט צום דינסט.
צום לשכת הגיוס , דהיינו אז אפילו ווייניגער ווי דעם זענען למעשה אריין אין צבא השמד
עריק
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך עריק »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:52 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:46 pm אשרי חלקו פון הגאון רבי דוב לאנדו צו גיין אופן וועג פון רבי'ן נישט צו ציטרן פון קיינעם!!!
אויב גיין זיי אים ארעסטירן, גייען זיי מאכן א גרױסן טעות

און איך מיין אז זיי ווייסן עס, סא זיי גייען נישט...
וואס פאלט דיר אפילו ביי אז זיי גייעם אים ארעסטירן
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 371
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 469

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:39 am השם ירחם
שוין געווען אמאל, ס'איז עפעס פריש?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

אזוי האב איך היינט געהערט פון עמיצער
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 5:57 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:39 am השם ירחם
שוין געווען אמאל, ס'איז עפעס פריש?
פריש פון לעצטע וואך.
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 89

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:39 am השם ירחם
דער ליבערמאן איז דאך א רוסקי, נישט מער ווי נארמאל פאר א רוסישע קאמוניסט אזוי צו רעדען
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

ווייסע טיילס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 8:08 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:39 am השם ירחם
דער ליבערמאן איז דאך א רוסקי, נישט מער ווי נארמאל פאר א רוסישע קאמוניסט אזוי צו רעדען
אזוי רעדט מרדכי הצדיק.
ומרדכי לא יכרע ולא ישתחווה
לא קם ולא זע
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 89

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

מיינסט צו זאגען אזוי ווי הרב לאנדא?
ברוך'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 12:35 pm
Location: Los Angeles
x 18

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ברוך'ל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:41 pm אז אפיציעל גייען אלע בחורים דארפן גיין אין מיליטער.

און ווער נישט וועט נישט קענען ארויספארן פון לאנד, און קענען כסדר ארעסטירט ווערן (אויב זיי ווילן), און די ישיבות וועלן נישט קענען באקומען געלט ווייל זייערע תלמידים זענען משתמטים.
פון וויפיל צייט רעדט מען פון ארעסטירן?
ריבונו של עולם
שרייב פאוסט