אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די איינגעשפארטע אין מיליטערישן טורמע. ווי עס איז נעכטן באריכטעט געווארן איז א היימישער חסיד'ישער בחור איינגעשפארט געווארן אין לופטפעלד נאך וואס ער אנטלויפט שוין פון מיליטער די לעצטע פאר יאר. ב"ה אז מען קען שוין מעלדן מיט פרייד, אז מיט די השתדלות פון די געטרייע עסקנים אין שפיץ פון ר' שמעון שישא שליט"א איז דער בחור באפרייט געווארן היינט אינדערפרי.
בנוגע דער יונגערמאן פון צפת – נאך שווערע באמיהונגען און השתדלות'ן האבן די עסקנים מצליח געווען אנצוקומען צו א געוואלדיגע געווינס: עס איז אפגעמאכט געווארן מיט די באאמטע אז דער יונגערמאן וועט באפרייט ווערן אום צוויי וואכן. נאר כדי לשבר את האוזן, דער יונגערמאן איז א "משתמט" שוין העכער פון 5 יאר, און די געווענטליכע שטראף דערפאר איז שמאכטן אין טורמע א האלבע יאר.
א בחור וואס איז געכאפט געווארן פאר צוויי וואכן צוריק האט זיך פראבירט העלפן ביי א געוויסן אדוואקאט, יענער האט ארויסגעשלעפט פון אים הון תועפות, אבער נישט געברענגט צו זיין באפרייאונג. אפאר טעג צוריק האט דער בחור אריינגעקלונגען פאר ר' שמעון שישא, ער האט באקומען די ריכטיגע הדרכה וואס יא צו טון און נישט צו זאגן. היינט איז ער געקומען אין אפיס מאכן א לחיים.
דאס אלעס איז אויסער אנדערע פעולות פון פדיון שבויים וואס גייען אן נאכאנאנד אינערהאלב די עסקנות פון עזר"י. דאס נעמט אריין קעמפן אויף די רעכטן פון די ארעסטאנטן, זיי ברענגען זייערע תפילין און אנדערע רעליגיעזע באדערפענישן ווי כשר'ע עסן און ערלויבענישן צו דאווענען דריי מאל א טאג.
אין די פראנט פון ראטעווען בחורים און זיי מדריך זיין וואס זיי האבן צו טון כדי זיך ארויסצודרייען פון מיליטער איז דא די גאנצע צייט פיל מיט ארבעט. אין די טעג, פאר יום טוב פסח, קומען צענדליגער אין אפיס יעדן טאג צו זעהן וואס זיי קענען טון ארויסצופארן קיין חוץ לארץ אויף יום טוב אן קיין פראבלעמען. יעדער איינער באקומט פונקטליכע אנווייזונגען פון ר' שמעון שישא שליט"א, האפנטליך אז זיי וועלן אלע געהאלפן ווערן גרינגערהייט.
אין די לעצטע מינוטן קומען אן באריכטן איבער אן הפגנה וואס איז יעצט פארגעקומען אין ירושלים, דארט איז א יונגער בחור'ל ארעסטירט געווארן. ר' שמעון שישא ארבעט יעצט שווער אים ארויסצוזען פון תפיסה. מיר האפן אין די קומענדיגע שעות צו באריכטן פרייליכע בשורות.
גיוס בני ישיבות
Re: גיוס בני ישיבות
אין די לעצטע טעג האבן מיר אסאך באריכטעט איבער די ארעסטן און מאטערנישן וואס די פרומע אידן אין ארץ ישראל גייען אדורך מיט די מיליטערישע אויטאריטעטן, ווי ארעסטן און פארשידענע רדיפות, אלעס כדי אריינצוכאפן ערליכע אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט אין זייער טמא'נעם נעץ.
אבער די רשעים באגנוגענען זיך נישט בלויז מיט דעם, נאר זיי ניצן די זעלבע טאקטיקן וואס פרעה הרשע האט געניצט אין מצרים, ווי חז"ל זאגן "ויעבידו מצרים את בני ישראל בפרך" - בפה רך. פרעה האט געניצט זיין געשליפן צינגל צו אריין נארן די אידן און זיי פארשקלאפן.
מיר ברענגען דא אראפ עטליכע עדווערטייזמענטס וואס די מיליטער האט ארויסגעלייגט, ווי זיי לאדענען איין העפליך און מיט א וואלפן-שמייכל תמימ'ישע בחורים צו זייערע אוונטן, ווי דארט פרובירן זיי מיט א שווערד אנגעשמירט מיט צוקער אריינצוכאפן חרדי'שע אידן אין מיליטער.
ווי עס ווערט באריכטעט אין די לעצטע טעג האט מען אין די הויכע קאמענד קארידארן אנגענומען א נייע סטראטעגיע פון אריינשלעפן פרומע אידן אין מיליטער. אין דער צייט וואס ביז היינט האבן זיי פראבירט צו רעקרוטירן מיט געוואלד געצווינגענערהייט, און זיי האבן שוין געהאט ארויסגעשיקט איבער 14,000 צווי גיוס דראענדיג מיט ארעסט פאר ווער עס וועט זיך נישט שטעלן, אבער דער פרומער ציבור האט זיך אקעגנגעשטעלט פעלזן-פעסט און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט: פון די אלע בחורים וואס האבן באקומען א צו זענען נאר 01.07 פראצענט פון זיי זיך געקומען שטעלן פארן מיליטער.
דאס האבן זיי מגדיר געווען ווי א טאטאלער דורכפאל.
די קארפן קעפ אין די מענטשן-קראפט דעפארטמענט האבן זיך געזעצט טראכטן וואס מען קען טון צו אזא דורכפאל, און זיי האבן ארויסגעקומען מיט א טייוולאנישן פלאן צו בייטן דעם רעטאריק און אנהייבן טראנספערירן דעם געדאנק "אונז זענען נישט אייערע פיינט - מיר האבן פלאץ און מיר ווארטן אויף די פרומע". זיי האבן אוועקגעלייגט שווערע געלטער פאר דעם צוועק, און זיי הייבן אן אונטערשמירן פארשידענע "ווערטערזאגער" און פארדארבענע צייטונג שרייבער זאלן פארשפרייטן דעם געדאנק.
ווי זיי האבן היינט פארעפנטליכט האט זיך א הויכראנגיגער אפיציר ארויסגעשטעלט און זיך "אנטשולדיגט" אז זיי האבן נישט געשטאנען אין זייערע הבטחות, און די "חשמונאים" בריגאדע וואס איז מכלומר'שט געאייגנט פאר חרדי'שע סאלדאטן קומט נישט נאך די פאדערונגען פון א פרומער סאלדאט. דאס פרובירן זיי טון כדי צוריק אפצוקויפן די צוטרוי פונעם ציבור, ווי כאילו זיי זוכן נאכצוקומען די פרומע.
דאס איז אבער אלעס שיינע ווערטער, יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז זיי זוכן נישט צו האלטן פרומע אידן אין מיליטער און זייער ענדגילטיגע ציל איז פריי צו מאכן דעם גאנצן פרומען אידנטום אין ארץ ישראל ה"י.
און רוח הקודש אומרת כן: "אתם אומרים פן ירבה ואני אומר כן ירבה", די פרומע אידן זענען נישט קיין נאראָנים און מיר וועלן נישט פאלן צו די אלע שיינע קלינגעדיגע ווערטער, נאר מיר וועלן ווייטער שטיין ווי א שטארקן מויער קעגן די רשעי ישראל.
![בילד]()

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 363
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 850
Re: גיוס בני ישיבות
בילדער?הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 12:02 am די ספרדישע קרייזן גרייטן זיך אויף א גרויסן עצרת ברחובה של עיר מארגן דאנעשטאג קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות
א קול קורא איז ערשינען מיט די חתימות פון ראשי ישיבות בני הספרדים בראשות הגאון ר' משה צדקה ר"י פורת יוסף און די חברי מועצת חכמי התורה
הגאון ר' ראובן אלבז ר"י אור החיים, ר' יהודה כהן מראשי ישיבת יקירי ירושלים, הגאון ר' שלמה מחפוד און הגאון ר' מסעוד בן-שמעון רב לעדת הספרדים אין בני ברק,
אינעם קול קורא ברענגען די רבנים נאך א פסק פון הגר"ע יוסף משנת תשס"א אז אפילו א בחור וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער.
אזוי אויך איז שבת געווען הכרזות אין די בתי מדרשים אויפצופאדערן דעם עולם צו גיין.