הורקנוס האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 10:52 pm
זאגטס מיר איך דיעל דא מיט א ציבור נארמאלע מענטשן?
איך האב געשריבן א תגובה איבער א עוולה וואס איך האלט עס איז געטון געווארן דורך א טעראפיסט פאר קליענטן סיי אויף א געוויסע פארנעם פאר די רחמנותדיגע בחורים דארט (גיין פארציילן וויפיל זיי דאווענען יא און וויפיל נישט וכו', העלא די חברה גייען זיך דרייען צווישן אונז בעז"ה און אפאר וואכן וויאזוי דארפן זיי צו קענען זיך אריינדרייען צווישן אונז ווען זיי גייען גאנץ שנעל וויסן וואס מען האט אונז פארציילט אויף זיי ?)
און בפרט פאר די טעלער בחור אנהייב שמועס (יעדע 18 יעריגע בחור היינט קען על פי דרך הטבע הערן יעדע שמועס וואס איז דא אויף א בליק לייוו און אויב נישט ער קען זיין חבר)
און די עולם דא אטאקירט מיר כאילו איך האב מיך אנגענומען אויף די כת
זאגטס מיר זענען ענק נארמאלע באזעסענע מענטשן? מען קען פירן א שמועס מיט ענק?
שנעלע שאלה,
האסט אפי‘ געליינט די 90 פלוס פעידזעס פון די אשכול?
אויב יא, לאמיר דיר אביסעלע מסבירן.
ב"ה דא דרייען זיך העכסט נארמאלע מענטשען.
יעצט צום ענין.
ס‘דא מענטשען צווישען אינז וואס טרייען צו חושן מיטן זאגען היתכן מ‘נעמט (כאילו) אוועק קינדער פון די עלטערן וכו‘ בלא בלא.. מיט פארשידענע פירכא‘ס,
איינע פון די, איז לייקענען פאקטען וואס ס‘איז דארט פארגעקומען. אין וואויזנער ווייסט דעיס, סאו יעצט ווען ס‘דא הארד פרוף אויף די אכזריות אין מיט נעמען, וועסטו זעהן אז אנשטאט צו אדרעסירן די פראבלעם, כאפט מען זיך אן אויף זייטיגע דיטעילס.
סאו אויב פארציילט מען מעשיות אן נעמען, דאן גלייבט מען נישט. אויב זאגט מען שוין יא נעמען, דאן היתכן וויאזוי מעג מען..
יא יעדער רעכט דענגיקער מענטש וועט חושד זיין יעדע כף זכות וואס איינער וועט פראבירן, אז אפשר איז עס א פרישע חושער.
אנשטאט אריינקומען מיט א הקדמה צו בעקען פארוואס מ‘זאגט עס (די מאטיווען) וועט מען עס מדחה זיין.