קרית יטב לב, בלומינגבורג ניו יאָרק. – שטייענדיג אין אַ תקופה ווען די הערצער פון תלמידי וחסידי סאַטמאַר אומעטום לעבן מיט די שטוינענדע טראַנספאָרמאַציע פון די סאַטמאַרער שטאָט קרית יטב לב, וואָס האַלט געשפּאַנט אַלעמען מיט די וואונדערליכע בליה און וואוקס פון די גבולי הקדושה אויף יעדן אַספּעקט, ווערט באַריכטעט אַ ריי מעכטיגע פאָרשריט אויף פאַרשידענע האַוזינג דעוועלאָפּמענטס וואָס גאַלאָפּירן בסייעתא דשמיא אין די יעצטיגע תקופה אין דירעקטע רעזולטאַט מיט די האַנט-ביי-האַנט מיטאַרבעט פון די געטרייע חברי וועד הנהלת הקריה.
נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
פריידיגע האַוזינג פאָרשריט אין קרית יטב לב אין עטליכע דעוועלאָפּמענטס ברענגט פרישע אויסוואַל פון רחבות'דיגע דירות פאר ריכטיגע עפאָרדעבל פּרייזן
קרית יטב לב, בלומינגבורג ניו יאָרק. – שטייענדיג אין אַ תקופה ווען די הערצער פון תלמידי וחסידי סאַטמאַר אומעטום לעבן מיט די שטוינענדע טראַנספאָרמאַציע פון די סאַטמאַרער שטאָט קרית יטב לב, וואָס האַלט געשפּאַנט אַלעמען מיט די וואונדערליכע בליה און וואוקס פון די גבולי הקדושה אויף יעדן אַספּעקט, ווערט באַריכטעט אַ ריי מעכטיגע פאָרשריט אויף פאַרשידענע האַוזינג דעוועלאָפּמענטס וואָס גאַלאָפּירן בסייעתא דשמיא אין די יעצטיגע תקופה אין דירעקטע רעזולטאַט מיט די האַנט-ביי-האַנט מיטאַרבעט פון די געטרייע חברי וועד הנהלת הקריה.
קרית יטב לב, בלומינגבורג ניו יאָרק. – שטייענדיג אין אַ תקופה ווען די הערצער פון תלמידי וחסידי סאַטמאַר אומעטום לעבן מיט די שטוינענדע טראַנספאָרמאַציע פון די סאַטמאַרער שטאָט קרית יטב לב, וואָס האַלט געשפּאַנט אַלעמען מיט די וואונדערליכע בליה און וואוקס פון די גבולי הקדושה אויף יעדן אַספּעקט, ווערט באַריכטעט אַ ריי מעכטיגע פאָרשריט אויף פאַרשידענע האַוזינג דעוועלאָפּמענטס וואָס גאַלאָפּירן בסייעתא דשמיא אין די יעצטיגע תקופה אין דירעקטע רעזולטאַט מיט די האַנט-ביי-האַנט מיטאַרבעט פון די געטרייע חברי וועד הנהלת הקריה.
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
רוזע גארדענס דעועלאפמענט פארשריט; בעז"ה גרייט מען זיך אריינציען דערין אין חודש ניסן
מיט גרויס פרייד ווערט פארעפענטליך די פרייעדיגע בשורה, אז די באקאנטע פראכטפולע דעוועלאפמענט 'רוזע גארדענס' פאזע איינס, איז שוין אין אירע לעצטע שטאפלען צו פארענדיגט ווער בס"ד, און מען זאל זיך קענען אריינציען דערין אויף די קומענדיגע חודש ניסן הבעל"ט.
נאכדעם וואס מיט א לענגערע צייט צוריק איז די דרויסענדיגע חלקים שוין מער ווייניגער פארענדיגט געווארן, דאס נעמט אריין אין זיך די עלעקטעריק, פלאמבינג, עיר קאנדישאן, הייצונג, שיעטראק פון עטליכע געביידעס, און נאך פארשידענע קאמפליצירטע איינריכטונגען. ווערט אין די יעצטיגע טעג געמאכט העפטיגע פארשירט אויך די ארבעט פון די אינעווייניגסטע דעטאלן פון יעדע דירה באזונדער אויפן שענסטן און מלכות'דיגן פארמאט, מיט'ן ציל וואס איז געשטעלט בעז"ה אז די גליקליכע קונים וועלן זיך אין א מזל'דיגער שעה אריינציען אין די פרעכטיגע דירות אין חודש ניסן הבעל"ט.
ווי אויך געבן די דעוועלאפערס איבער, אז מען האלט שוין אצינד אז די ארומיגע שטחים פון די געביידעס, די סייד-וואלקס און דאס גלייכן, זענען שוין גענצליך פערטיג געווארן, א שריט וואס מ'נעמט איידער מ'גרייט זיך שוין אט אריינצוציען אין די געביידעס.
היות אז דער דעוועלאמפענט איז בלויז 'פאזע איינס' פון די צוקונפטיגע הונדערטער דירות וואס וועלן בעז"ה ארויפקומען אין דעם פראטפולן רוזע גארדענס דעוועלאפמענט, דעריבער ווערט ווערט שוין געפלאנט די פאקטישע פאזעס אויפצובויען א גרויסע ביהמ"ד אין דעם רוזע געפ געגנט, נאכצוקומען די געברויכן פון די פרישע איינוואוינער וואס גייען זיך באזעצן אין די קומענדיגע תקופה אין די רוזע גארדענס דעוועלאפמענט. די ביהמ"ד וואס ווערט געפלאנט איז די רעדע פון א ריכטיגע תל תלפיות, לימות החול און פאר שבתות ויו"ט, מיט אלע איינריכטונגען פון א רוחניות'דיגע צענטער לשם ולתפארת.

והבית בהבנותו!
צענטראלער שטאטישער ריזן דירות-פראיעקט "עמאראלד ליווינג", דורך די בארימטע 'בערקאו גרופ' גלאפירט ווייטער מיט איר פארשריט טעגליך צו אהערשטעלן ווייטערדיגע קריטישע אינפראסטרוקטשער פאר די איבער פינעף הונדערט דירות
בשעה טובה ומוצלחת האט יעדער מיטגעהאלטן ווען גלייך נאך יום טוב האט מען ארויף געשרויפט זיך די פאקטישע בוי-ארבעט פאר די ווייטערידגע געביידעס פון די הערליכע "עמעראלד ליווינג עסטעיטס" דעוועלאפמענט, דורך די בארימטע 'בערקאו גרופ' וואס ווערט געגאסן פונדאמענטן און ארויפגעצויגן פרישע בנינים, און תיכף דערויף גלאפירן מיט פרישע פארשריט ארויפצוציען די צוקנופטיגע נאך עטליכע הונדערט דירות אינעם דעוועלאפמענט, צו דינען אלס די רחבות'דיגע וואוינארט פאר די פילע גליקליכע משפחות וועלכע וועלן זיך באזעצן אינעם עיר המלוכה קרית יטב לב!
אט דער פראכטפולער דעוועלאמפענט איז דער וועג ווייזער פאר די צונקנופטיגע און עקזעסטירענדע גרעסערע דירות-דעוועלאפמענטס, וועלכע ווערן יעצט א ראליעטעט מיטן אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט, און ציעט ווייטער דעם מאסיווע בעפארשטייענדער וואוקס, מיט ווייטערדיגע פלענער און וויזיע פאר'ן עתיד בעז"ה פאר פרישע טויזנטער דירות בסייעתא דשמיא דאהי אין שטאט. און אט דאס ברענגט נענטער און נענעטער דעם טאג ווען פרישע הונדערטער און טויזענטער אנשי שלומינו וועלן ווערן א חלק פון די גליקליכע תושבים אינעם עיר מלוכה - קרית יטב לב.
קומם עיר בה חפצך, רוב בהפריצך, פרי הארץ לגאון ולתפארת!

פראטפולע "טווין עסטעיט" דעוועלאפמענט אריין אין פאקטישע בוי ארבעט
אין דער זעלבער צייט ווען מען הערט איבער די געוואלדיגע בלי און וואוקס פון נייע דעוועלאפמענט'ס וועלכע קומען ארויף איינס נאכן צוויטן, קומט אריין די פרייעדיגע בשורה איבער די "טווין עסטעיט" דעוועלאפמענט, א פראיעקט אויף די באקאנטע מעין סטריט, וואס נעמט אריין דרייצן רחבות'דיגע דירות פאר ריכטיגע עפארדעבל פרייזן. דערנאך וואס מ'האט ב"ה באקומען די פיינעל אפראוועלס מיט א צייט צוריק, האט מען זיך פאקטיש גענומען צו די בוי-ארבעט אויפ'ן שטח אין די יעצטיגע אנהייב ווינטער סעזאן!

פרישע דעוועלאפמענט "נארט סוירקל" אויפ'ן וועג צו באקומען בעז"ה די ענדגילטיגע אפראוועלס אין די קומענדיגע וואכן פראיעקט פון דרייסיג דירות, וואס געפינט זיך אויף נארט ראוד, נעבן ביהמ"ד אור החיים דקהלתינו הק'
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
פאונדעישאן פארן די דירות קאמפלעקס אויף 117 מעין סט. געגאסן געווארן בסייעתא דשמיא
מיט פרייעדיגע געפילן נעמען אויף אנשי שלומינו אין קרית יטב לב, אין נאך א רינגעלע אין די הרחבת גבולי העיר האט מען בס"ד דערגרייכט א פרישע מאמענט, אז מען האט אין די לעצטערע טעג געגאסן די 'פאונדעישאן' פארן נייעם 'דירות קאמפלעקס' וואס געפינט זיך אויף 117 מעין סט. ווי עס וועט בעז"ה אהערגעשטעלט ווערן קרוב צו 20 פרישע רחבות'דיגע דירות פאר תושבי העיר.
אט דאס איז נאך א חלק פונעם גאלדענעם עתיד בעז"ה פאר פרישע טויזנטער דירות בסייעתא דשמיא דאהי אין שטאט וואס אנשפרעכט אויסצושטייגן א ריכטיגע עיר גדולה לאלקים, ווען ווי א טאג נענטער עס גייט פארביי, קומען ארויף פרישע דירות אלס א טייל פונעם בלי און וואוקס בליעה"ר פונעם שטאט קרית יטב לב!

ואחרי כן יקרא לך עיר הצדק קריה נאמנה!
די פרישע מאמענטום איבער די וואוקס פון פרישע האוזינג בס"ד, איז א דירעקטע פון די אימערמידליכע ארבעט וואס די געטרייע מיטגלידער אין די "הנהלת הקריה" לייגן אריין אין די לעצטערע צייטן, זינט די התמנות ווען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט זיי אויפגענומען טאקע אויף דעם ציל, צושטאנד צוברענגען דראמאטישע פארשריט אויף אלע פראנטן ווען עס קומט צו הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יטב לב. הויפטזעכליך אין דער נושא פון דירות, וואס איז פארשטייט זיך די וויכטיגסטע און הויפט-פריאריטעט נאך די רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן אין די שטאט.
באזונדער קומט אויסצודרוקן א דאנק פאר די געטרייע ווילעדזש אדמיניסטראציע, וועלכע געבן זיך אוועק יומם ולילה פאר די הצלחה פון יעדן פרט, און זיי שטייען צו די האנט פון אלע דעוועלאפערס אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה, צו זען אז זאכן זאלן קענען נעמען שנעלערע פארשריט אן קיין אפהאלטן.
הנה ימים באים והקמתי את הדבר הטוב!

הגה"צ ר' אהרן שליט"א געוויילט אויף שבת קודש פרשת ויגש העעל"ט אין קרית יטב לב, בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק מרן רבינו שליט"א; געהויבענע תפלות והתאספות ליל שבת קודש וסעודת רעוא דרעוין אין בית המדרש בית יהושע דקהלתינו הק'; ברענגט אריין שטארקע חיזוק והתרוממות הנפש פאר אלע תושבי העיר צוגלייך
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
הרבני הנדיב ר' שמואל ארי' מיללער הי"ו ברא כרעא דאבוה פון אומפארגעסליכן נדיב הר"ר משה דוד ע"ה קויפט אפ 'שער הבנין' אינעם נייעם בנין התלמוד תורה בנין בראך ההולכית ונבנית
מיט א זעלטן פרייעדיגע שטימונג נעמען אויף אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל ותושבי קרית יטב לב בפרט, איבערן געוואלדיגע נדבה העצומה וואס איז געגעבן געווארן דורך הרבני הנדיב המרומם ר' שמואל ארי' מיללער הי"ו, מיטן אפקויף פונעם 'שער הבנין' ביים נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה 'בנין בראך' ההולכית ונבנית לשם ולתפארת.
די משפחת מיללער הנכבדה, האט שוין חזקה מיט זייערע נדבות העצומות לטובת דעם רוחניות'דיגע אויפבוי פונעם שטאט קרית יטב לב, לא אני התחלת הקדושה אלא מוחזקת מאבותי, דאס קומט שוין נאך די געוואלדיגע נדבות וואס איז נאך געגעבן געווארן דורך זייער אומפארגעסליכער טאטע הר"ר משה דוד מיללער ע"ה, און אט די געוואלדיגע מעשים הדגולים לטובה ווערט נמשך לו ולזרעו אחריו דורך די חשוב'ע קינדער שיחי', סיי איבער אויפבוי פון בנין התלמוד תורה, בנין בית המדרש הגדול, און אלע אנדערע רוחניות'דיגע אנגעלעגענהייטן.
אט דער “קנין זכות” הָאט געברענגט א גאר אויסנאמליכן חיזוק פאר די הנהלת המוסדות און ועד קרן הבנין, שטייענדיג יעצט אין ברען פון "אזויפיל פראיעקטן” וואס דארפן פאראויסגיין אין קרית יטב לב. און דאס געבט דער שטארקע שטופ אויף ווייטער, וממנו יתד ממנו פינה צו גיין און מחיל אל חיל ביז מען וועט אי”ה מצליח זיין אויסצופַארקויפן “אלע זכותים” פאר די נדיבי הלב, וואס וועט דערמעגליכן בעז”ה אמשנעלסטן צו גרייכן דעם “השלם זה הבנין” לתפארת כל בית סאטמאר!
ממנו ילמדו וכן יעשו!

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
@חכם עתיק וואו זענען די באריכטן פובליצירט געווארן?
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
שטאט קרית יטב לב פאראייניגט צום "דינער השנתי מקראי קודש" לטובת מוסדותינו הקדושים "תורה ויראה דריבינו יואל ד'סאטמאר קרית יטב לב" דעם קומענדיגן מיטוואך אויפדערנאכט פרשת תרומה הבעל"ט אין זאל פון עטרת פעסיל לאה
תחלה למקראי קודש - "קרית יטב לב" רופט אויס "מקראי קודש" ווען דער שטאט קרית יטב לב גרייט זיך בעז"ה צו פארזיכערן אז מבצר מוסדותינו באפעסטיגט זיך ווייטער מיט איר שטארקייט, וואס זאל "אויסרופן" איבער די גאנצע שטאט בפרט און איבער גאנץ סאטמאר בכלל דעם הערליכע הייליגע שטאלץ וואס מיר פארמאגן דאהי אין שטאט מיט דעם רבינ'ס הייליגע מוסדות הקדושים מיט אירע העכער 700 תלמידים ותלמידות קע"ה כ"י על דרך ישראל סבא מרביה"ק זי"ע ונמשכת בגאון ובעוז ע"י הוד כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.
מיט א קול חזק מאוד, די הייליגע שטאט קרית יטב לב, וואס ווייסט און גלייבט אז איר עתיד איז תלוי בעצם קיום המוסדות הקדושים, טוהן אויסשרייען און אויסרופן מיט א הייליג קול "מקראי קודש", מיר זענען גרייט צו טוהן אלעס פאר אונזערע אייגענע קינדער און קינדעס קינדער!
אלע עלטערן צוגלייך ווייסן צו שעצן די הייליגע מוסדות אין קרית יטב לב, אשר המפורסמת אין צריך ראי' די געוואלדיגע הייליגע עבודת הקודש וואס די געטרייע הנהלת המוסדות לייגן אריין אין די ליכטיגע קינדערלעך, די אויסגערופענע הייליגע חינוך וואס מען באקט אריין אין די תלמידים ותלמידות, ווי א יעדע קינד איז ממש א "בן יחיד" וואס מען לייגט אריין אין זיי מיט אזא געטריישאפט, אשר כל רואיהן יכירון בהן, אלע עלטערן קענען דאס מעיד זיין בפה מלא, די צופרידענהייט שיינט ארויס פון א יעדעם, ובפרט ווען מיר געפונען זיך דא ב"ה מחוץ לעיר, אפגעשיידט פון די שטאטישע טומל, און עס איז פיל גרינגער זיך אפצוגעבן מיט א יעדן תלמיד באזונדער, און א יעדער איינער טוט באוואונדערן די געוואלדיגע הייליגע ארבעט וואס מען לייגט אריין, ובפרט ווען די מוסדות פארמאגן ב"ה אויסגערופענע מלמדים מומחים באומנתם יראי השם וועלכע האבן איין ציל אריינצוברענגען תורה עבודה ויראת שמים אין אונזערע טייערסטע אוצרות די דורות הבאים לנו ולזרעינו אחרינו עד עולם.
דעם קומענדיגן מיטוואך אויפדערנאכט לסדר "ויקחו לי תרומה מאת כל איש" אול"י כ"ט שבט יומא דהילולא קדישא של הקדושת יום טוב זי"ע, וועט גאנץ "קרית יטב לב" בעז"ה זיך צונויפזאמלען אין זאל פון "עטרת פעסיל לאה" בתוככי בנין הבית רחל בנין גאלדבערגער בהתאסף ראשי עם יחד בטי ישראל ומלכינו בראשינו הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א, ווען דער זאל וועט ווערן אויסגענוצט צו איר מאקסימום אריינצונעמען אין זיך כל העיר הזאת, און געניסן פון א נאכט של התרוממות הנפש באגלייט מיט א רייכער פראגראם פארן עתיד פון די הייליגע מוסדות.
עס וועט ווערן אהערגעשטעלט א ברייטע סעודת הילולא לכל הקהל הקודש הורי ותומכי המוסדות, ווי אלס יושב ראש המעמד וועט דינען דער אלעמען באקאנטער איש המעש לכל קדשי בית סאטמאר מוהר"ר יצחק אייזיק דאסקאל שליט"א, וועלכע וועט מהנה זיין מנועם שפתיו במשך דעם גאנצן נאכט.
א גאר אינהאלטסרייכע דרשה וועט געהערט ווערן דורכן 'נואם הכבוד' נועם בחסד עליון מש"ה שפיר קאמרת ידען נפלא בחוקר הדורות הרב ר' משה הכהן קאהן שליט"א יו"ר מכון אוצרות סאטמאר ומו"ל ספר בצילא קדישא, וואס וועט מיטיילן גאר אינטרעסאנטע ידיעות בקורות רבינו הקדושת יום טוב זי"ע בעל ההילולא, און בכלל הערליכע ענינים במשנתו של מרן רביה"ק זי"ע.
דאן וועט מען האבן די זכי' אז כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט מאכן דעם הדרן סיום ששה סדרי משנה לרגל ההילולא, און זאגן קדיש, און וואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש הזה.
דבר הנהלה וועט געהערט ווערן דורך מוה"ר ר' עוזיאל פליישמאן הי"ו געטרייע אדמיניסטראטער פון די מוסדות הקדושים, וראש העיר, וואס וועט אין א אינערליכער שמועס איבערגעבן פאר אלע שותפים הורי המוסדות איבער די טעגליכע ווירטשאפט על כל הנעשה בקרב מוסדות קרית יטב לב בעבר בהוה ובעתיד מיט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה און אלעס ארום.
דבר משא המעמד וועט מען האבן די זכי' צו הערן דברות קודש פון הוד עטרת תפארת ראשינו כ״ק מרן רבינו שליט״א וועלכע וועט באַשיינען בראש המסיבה און משמיע זיין במקהלות קהל ועדה רגשי לבבו הטהור בגודל נחיצות החזקת המוסדות, ובגודל שבח המוסדות, נאכדעם וואס רבינו שליט"א איז אריינגעטוהן על כל דבר גדול וקטן בתוככי מוסדותינו הקדושים, און וויל זעהן די הייליגע מוסדות שטייגן וואקסן און בליען להגדיל תורה ויראה ולהאדירה.
גאר רייכע גורלות און מתנות וועט בעז"ה ווערן אהערגעשטעלט פאר אלע משתתפים מיט גרעסערע סכומים, פאר $250 קעש אויפן פלאץ וועט זיין גאר רייכע קינדער מתנות גורל, פאר $500 קעש אויפן פלאץ וועט זיין רייכע גורל אויף א גאר טייערע זילבערנע וויין פלאש, פאר אלע וואס קויפן זכות כיתה לשבוע מיטן סכום פון $720 וועלן באקומען דעם נייעם ספר באילנא דחיי ח''ז, פאר אלע וואס קויפן זכות כיתה לחודש מיטן סכום פון $1200 וועלן באקומען דעם נייעם איבערגעדריקטע ספר ייטב פנים על המועדים.
ווי א יעדער האלט מיט, די געוואלדיגע פריחת מוסדותינו הקדושים אין שטאט, ווען די שטאט פארגרעסערט זיך און פארברייטערט זיך ב"ה מיט א יעדע פארבייגיינדע טאג, און די מוסדות הקדושים טוהן זיך אויך פארברייטערן, די געטרייע חברי הנהלה לייגן אריין קאפ און מח צו עס פארבעסערן ברוחניות ובגשמיות, די עבודת הקודש איז דאך אומבאשרייבליך, גדלו והצליחו וגם עשו פרי, מען בויעט צו פרישע בנינים אדירים לשם ולתפארת, און עס איז זיכער אז די הורי המוסדות בפרט און אלע אנשי שלומינו אומעטום וגם לרבות נדיבי בעם שפירן די וויכטיקייט דערפון און וועלן ארויסהעלפן בכל מה דאפשר להמשיך ביתר שאת ובעוז, ווייל בלויז מיט דעם כח פון אונזערע חשובע עלטערן איז מען אנגעקומען עד הלום, און נאר דער כח וועט אונז ווייטער טראגן, בסייעתא דשמיא, בעזר ה׳, איבערלעבן די שוועריגקייטן און שפאנען ווייטער צו א לעכטיגן גאלדענעם עתיד בעזר ה׳!
מיטוואך אויפדערנאכט פרשת תרומה אנשפרעכט בעז"ה צו זיין א נאכט פון חידושים! א נאכט פון חיזוק והתחזקות! א נאכט פון לעכטיגקייט! א נאכט פון הרמת קרן המוסדות! א נאכט פון כבוד שמים! א נאכט פאר קרית יטב לב!
תחלה למקראי קודש!

דערהויבענע שבת התרוממות שבת פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט פאריבער אויף אנשי שלומינו תושבי קרית יטב לב יע"א בראשות הגה"צ ר' אהרן שליט"א בנו יקירו וחביבו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז געקומען אפרעכטן דעם שבת קודש אין שטאט בשליחות הקודש
א שיינע שבת קודש איז אריבער דעם פארלאפענעם שבת פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט ביי אונז אין שטאט קרית יטב לב יע"א אין שפיץ פון הגה"צ ר' אהרן שליט"א בנו יקירו וחביבו פון כ"ק רבינו שליט"א וואס איז געקומען אפרעכטן דעם שבת קודש אין שטאט בשליחות הקודש, וואס רבינו שליט"א האט אים ממנה געווען צו זיין דער עומד על הפקודים אויף אלע אנגעלעגנהייטן אין שטאט ברוחניות ובגשמיות.
הגה"צ שליט"א האט געדאוונט פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד בית יהושע, נאכ'ן דאווענען האט זיך געצויגן א לאנגע שורה צו גריסן גוט שבת און געבן שלום. הגה"צ שליט"א האט באגריסט די זיידעס פון א צאל בעלי שמחה וואס זענען געקומען אויף שבת מיטהאלטן די שמחות אין שטוב פון זייערע קינדער.
שפעטער ליל שב"ק איז געווען דער התאספות לכבוד שבת אין ביהמ"ד בית יהושע, ווי עס האבן זיך פארזאמלט א שיינער עולם און מען האט געזינגען זמירות לכבוד שבת, און עס איז געהערט געווארן שיינע דברי תורה בפרשת השבוע מפי ספרים וסופרים, און דערנאך פאר א לענגערע צייט פארציילט סיפורי צדיקים לרגל די בעפארשטייענדע יומא דהילולא קדישא פון זקינו רבינו בעל קדושת יום טוב זיע"א.
בצפרא דשבתא האט הגה"צ שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד אור החיים, עס האט זיך אנגעזען א גרויסער ציבור פון אלע געגענטער זענען געקומען דאווענען דארט, נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ שליט"א באשיינט דעם קידוש צום באווארפן פון הבה"ח יצחק בן הרה"ח ר' יוסף יוחנן וואלנער הי"ו מזכיר קהלתינו הק' אין קרית יטב לב.
דאס הויכנפונקט פונעם שבת איז געווען די דערהויבענע "סעודת רעוא דרעוין" ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד בית יהושע, ווען דער ביהמ"ד איז ספעציעל געווארן אויסגעשטעלט גרעסער מיט מערערע זיץ פלעצער צו אקאמאדירן דעם גרעסערן ציבור וואס איז געקומען פון די ווייטע געגענטער מיטצוהאלטן די שלש סעודות און דברי תורה לימי השובבי"ם. נאכ'ן זינגען די זמירות האט הגה"צ שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי תורה הערליך צוזאם געפלאכטן דברי מוסר והתעוררות לעבודת השי"ת אינאיינעם מיט הערליכע דברי דרוש מיוסד אויף ווערטער פון פריערדיגע ספרי תלמידי בעש"ט הקדוש, און אויף די ווערטער פון רבינו הקוה"ט זי"ע, און דערביי מעורר געווען זיך מחזק צו זיין אין די עניני קדושה בפרט בצאתנו מימי השובבי"ם.
שפעטער מוצאי שבת האט הגה"צ שליט"א באשיינט ביים ספעציעלן מעמד פאר די קינדער וואס האבן געלערנט יעדע וואך מוצאי שב"ק דורכאויס דעם ווינטער ביים סדר "ושננתם". דערנאך האט ער אויפגעטרעטן פאר די בחורים ביים סדר הלימוד פון "חבורת חיות דקדושה" בהנהלת הרב ר' יחיאל משה פריעד שליט"א יו"ר החבורה.
דער שבת קודש פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק פארן גאנצן שטאט צוגלייך להחזק מעמד על דרך התורה והיראה ביתר שאת וביתר עוז.
יום שבתון אין לשכוח!

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 363
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 850
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
ביטע לייגן אין די קהילה אשכול און דא לאזן פאר נייעס יישר כחחכם עתיק האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 26, 2025 1:43 pm דערהויבענע שבת התרוממות שבת פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט פאריבער אויף אנשי שלומינו תושבי קרית יטב לב יע"א בראשות הגה"צ ר' אהרן שליט"א בנו יקירו וחביבו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז געקומען אפרעכטן דעם שבת קודש אין שטאט בשליחות הקודש
א שיינע שבת קודש איז אריבער דעם פארלאפענעם שבת פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט ביי אונז אין שטאט קרית יטב לב יע"א אין שפיץ פון הגה"צ ר' אהרן שליט"א בנו יקירו וחביבו פון כ"ק רבינו שליט"א וואס איז געקומען אפרעכטן דעם שבת קודש אין שטאט בשליחות הקודש, וואס רבינו שליט"א האט אים ממנה געווען צו זיין דער עומד על הפקודים אויף אלע אנגעלעגנהייטן אין שטאט ברוחניות ובגשמיות.
הגה"צ שליט"א האט געדאוונט פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד בית יהושע, נאכ'ן דאווענען האט זיך געצויגן א לאנגע שורה צו גריסן גוט שבת און געבן שלום. הגה"צ שליט"א האט באגריסט די זיידעס פון א צאל בעלי שמחה וואס זענען געקומען אויף שבת מיטהאלטן די שמחות אין שטוב פון זייערע קינדער.
שפעטער ליל שב"ק איז געווען דער התאספות לכבוד שבת אין ביהמ"ד בית יהושע, ווי עס האבן זיך פארזאמלט א שיינער עולם און מען האט געזינגען זמירות לכבוד שבת, און עס איז געהערט געווארן שיינע דברי תורה בפרשת השבוע מפי ספרים וסופרים, און דערנאך פאר א לענגערע צייט פארציילט סיפורי צדיקים לרגל די בעפארשטייענדע יומא דהילולא קדישא פון זקינו רבינו בעל קדושת יום טוב זיע"א.
בצפרא דשבתא האט הגה"צ שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד אור החיים, עס האט זיך אנגעזען א גרויסער ציבור פון אלע געגענטער זענען געקומען דאווענען דארט, נאכ'ן דאווענען האט הגה"צ שליט"א באשיינט דעם קידוש צום באווארפן פון הבה"ח יצחק בן הרה"ח ר' יוסף יוחנן וואלנער הי"ו מזכיר קהלתינו הק' אין קרית יטב לב.
דאס הויכנפונקט פונעם שבת איז געווען די דערהויבענע "סעודת רעוא דרעוין" ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד בית יהושע, ווען דער ביהמ"ד איז ספעציעל געווארן אויסגעשטעלט גרעסער מיט מערערע זיץ פלעצער צו אקאמאדירן דעם גרעסערן ציבור וואס איז געקומען פון די ווייטע געגענטער מיטצוהאלטן די שלש סעודות און דברי תורה לימי השובבי"ם. נאכ'ן זינגען די זמירות האט הגה"צ שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי תורה הערליך צוזאם געפלאכטן דברי מוסר והתעוררות לעבודת השי"ת אינאיינעם מיט הערליכע דברי דרוש מיוסד אויף ווערטער פון פריערדיגע ספרי תלמידי בעש"ט הקדוש, און אויף די ווערטער פון רבינו הקוה"ט זי"ע, און דערביי מעורר געווען זיך מחזק צו זיין אין די עניני קדושה בפרט בצאתנו מימי השובבי"ם.
שפעטער מוצאי שבת האט הגה"צ שליט"א באשיינט ביים ספעציעלן מעמד פאר די קינדער וואס האבן געלערנט יעדע וואך מוצאי שב"ק דורכאויס דעם ווינטער ביים סדר "ושננתם". דערנאך האט ער אויפגעטרעטן פאר די בחורים ביים סדר הלימוד פון "חבורת חיות דקדושה" בהנהלת הרב ר' יחיאל משה פריעד שליט"א יו"ר החבורה.
דער שבת קודש פרשת משפטים מברכים אדר העעל"ט האט איבערגעלאזט הויפענעס חיזוק פארן גאנצן שטאט צוגלייך להחזק מעמד על דרך התורה והיראה ביתר שאת וביתר עוז.
יום שבתון אין לשכוח!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
גלעסס: ביטע לייגן וכו'...
Re: נייעס און אלעם ארום קרית יטב לב - בלומינגבורג
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.