כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2797
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6110

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מעביר על המידות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:46 pm
מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm

הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

די ייט''ל האט גערעדט פין די געשטרייפטע קאפטן - אבער די נקודה איז בעצם אויף זייער לבוש אז ס'איז נישט נשתנה געווארן
דרך אגב די לבוש פין ל''ט איז אזויווי די פין באבא סאלי הרב פינטאו וכו' וואס זיי קומען פין אראבישע מדינות
פשוט פאר די רעקארדס - איז אן אחריות דיר צו ענטפערן.
ס‘איז נישטא אין ס‘נישט געווען, קיין איין גדול בתורה וואס פארשטייט, אדער איז א שמץ פאזוטיוו צו זייערע טיפשותדיגע אין אכזריותדיגע מנהגים
.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 594

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חנן »

מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

און מ'דארף טאקע וויסן אויב די קראקס וואס זיי גייען איז אויכט א חלק פון וואס די אבות זענען געגאנגן.
אויב די אראבער גייען אזוי, דאן לכאורה זענען די אבות אויך געגאנגען מיט קראקס, ניין?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:00 pm
מעביר על המידות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:46 pm
מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm

אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

די ייט''ל האט גערעדט פין די געשטרייפטע קאפטן - אבער די נקודה איז בעצם אויף זייער לבוש אז ס'איז נישט נשתנה געווארן
דרך אגב די לבוש פין ל''ט איז אזויווי די פין באבא סאלי הרב פינטאו וכו' וואס זיי קומען פין אראבישע מדינות
פשוט פאר די רעקארדס - איז אן אחריות דיר צו ענטפערן.
ס‘איז נישטא אין ס‘נישט געווען, קיין איין גדול בתורה וואס פארשטייט, אדער איז א שמץ פאזוטיוו צו זייערע טיפשותדיגע אין אכזריותדיגע מנהגים
.

רואיג! ווי איך פארשטיי באציט ער זיך צו די לבוש פון די אראבער.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אן אינטערעסאנטע אנקאדאט אז עס זענען דא געוויסע ניקס וועלעכע זענען זייער 'אפענע קעפ', זיי זאגן אז זענען נישט קיין חלק פון לב טהור, נאר זיי האבן פשוט תמימות'דיגע שאלות...
דו''ק ותשכח אז יעדעס מאל ס'קומט ארויס אזא נייעס ווי היינט, און אלע ניקס קומען ארויס פייערן דעם זיג, זענען זיי נישט צום געפינען.... זיי באהאלטן זיך אין זייערע מייזן לעכער...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7824
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18801

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.

א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.

נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:

איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.

ובשם השם נעשה ונצליח.

דראמאטישע דורכברוכן. יישר כח פאר'ן באריכטן.

לגבי דיין צווייטע טייל פארשטיי איך נישט. וואסערע בענעפיט איז עס פאר אונז אז די עלטערן זאלן זיין "געצווינגען" ארויסצוקומען בעת זייער שיטה איז פולי פארפוילט און פארשימלט נעבעך?

זאלן זיי בלייבן וואו זיי ווילן, נאר די קינדער זאלן גיין צו קרובים.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm

זיי ווילן ארויסקומען, זייער מח איז נאר אין א קולט, די ווילן צו באקומען די קינדער איז א הילף פאר זיי צו מאכן די ריכטיגע החלטה און אפיאגן פון שטח
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

מסתמא איז עס מער צו ברעכן די וואס האבן מורא
אדער קען מען מעגליך האפן אז נאכן דא זיין א שטיק צייט וועט עס שוין זיין ברצון ווי די פארגאנגענהייט האט געוויזן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.

א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.

נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:

איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.

ובשם השם נעשה ונצליח.
ברוך השם! נאך א משפחה בישראל באפרייט! נאך נשמות קערן זיך צוריק צו אידישקייט!
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:43 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:47 am
אהרן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:07 am
פארוואס ערלעדיגט מען נישט אז די גדולי הרבנים זאלן רעדן צו עם?
מען האט שוין גערעדט צו אים אסאך אבער והוא באחד
איך האב די וואך געהערט פון איינעם מגדולי העסקנים אז דער מעליצער ארבעט געהעריג מיט די עסקנים און די עסקנים האבן זאגאר געצאלט פאר זיין טיקעט יעצט, קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר מיט דעם א.ג. הכנסת ס''ת?????

א טייל פון זיין מהלך צו האבן א שפראך מיט זיי לצורך הענין
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1215

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

און מ'דארף טאקע וויסן אויב די קראקס וואס זיי גייען איז אויכט א חלק פון וואס די אבות זענען געגאנגן.
ריכטיג
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

נאך א קרישקעלע בשם די עסקנים:

אהרן ארי' טעללער (רב) און משה יוסף ראזנער (ראש מתיבתא) וואס זענען ארעסטירט געווארן אין גוואטעמאלע עטליכע וואכן צוריק און זענען ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל, האט דער ריכטער היינט אויפן פארלאנג פונעם פראקוראר אוועקגענומען די בעיל רעכטן פון זיי צוליב פארדאכטן אז זיי פלאנירן צו אנטלויפן, און דעריבער וועלן זיי דארפן צוריקגיין אין טורמע ביזן געריכט אן קיין אפציע פון בעיל.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.

א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.

נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:

איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.

ובשם השם נעשה ונצליח.

דראמאטישע דורכברוכן. יישר כח פאר'ן באריכטן.

לגבי דיין צווייטע טייל פארשטיי איך נישט. וואסערע בענעפיט איז עס פאר אונז אז די עלטערן זאלן זיין "געצווינגען" ארויסצוקומען בעת זייער שיטה איז פולי פארפוילט און פארשימלט נעבעך?

זאלן זיי בלייבן וואו זיי ווילן, נאר די קינדער זאלן גיין צו קרובים.
ווי @על פי תורה זאגט אז זיי זענען בכלל נישט פארפוילט בשיטה, זיי זענען פארכאפטע וויקטעמס אין א פארשאלטענע קולט.

און פארקערט, די ציל איז דווקא יא ארויסצוברענגען אלע עלטערן פון דארט און זיי צוריק צו פאראייניגן מיט זייערע קינדער, דאס פיילן קאסטעדי און איבערגעבן פאר פאמיליע מיטגלידער, איז בלויז א בדיעבד היות די קינדער קענען זיך נישט געפינען צוזאמען מיט די עלטערן ווילאנג זיי זענען נאך אינעם קולט.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

סך הכל פון משפחת מאיר יששכר ראזנער וואס געפינען זיך שוין אינדרויסן פון לב טהור:

זוהן - שנור:
חיים יעקב ראזנער וב"ב - 1 קינד (איידעם ביי מרת טעללער, געוועזענע ווייבּ פון אהרן ארי' און טאכטער פון שלמה העלבראנץ, אויך אינדרויסן)
לוי יצחק ראזנער (איידעם ביי מיכאל יודא גאלדמאן, 4 חדשים צוריק האט מען אים ארויס געווארפן און אוועקגעכאפט זיין ווייב)

טעכטער - איידעמער:
משפחת ישראל יודא אפרים גאלדמאן - 6 קינדער
משפחת יחזקאל ראָזנער - 3 קינדער (די דריטע געבוירן דא אין ניו יארק)
משפחת יואל גאלדמאן - 2 קינדער
משפחת יצחק עליאס - 1 קינד

סך הכל:
2 זוהן - 1 שנור
4 טעכטער - 4 איידעמער
13 אייניקלעך
24 נפשות אינדרויסן.

בליע"ה.
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 101

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm אן אינטערעסאנטע אנקאדאט אז עס זענען דא געוויסע ניקס וועלעכע זענען זייער 'אפענע קעפ', זיי זאגן אז זענען נישט קיין חלק פון לב טהור, נאר זיי האבן פשוט תמימות'דיגע שאלות...
דו''ק ותשכח אז יעדעס מאל ס'קומט ארויס אזא נייעס ווי היינט, און אלע ניקס קומען ארויס פייערן דעם זיג, זענען זיי נישט צום געפינען.... זיי באהאלטן זיך אין זייערע מייזן לעכער...
קיינער איז נישט אינטערעסירט צו שרייבן און ווערן געמעקט...
ווי שוין געשריבן, time will tell אויב די יעצטיגע אקציע איז געווען א ריכטיגע זאך אדער נישט
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 10:59 am
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm אן אינטערעסאנטע אנקאדאט אז עס זענען דא געוויסע ניקס וועלעכע זענען זייער 'אפענע קעפ', זיי זאגן אז זענען נישט קיין חלק פון לב טהור, נאר זיי האבן פשוט תמימות'דיגע שאלות...
דו''ק ותשכח אז יעדעס מאל ס'קומט ארויס אזא נייעס ווי היינט, און אלע ניקס קומען ארויס פייערן דעם זיג, זענען זיי נישט צום געפינען.... זיי באהאלטן זיך אין זייערע מייזן לעכער...
קיינער איז נישט אינטערעסירט צו שרייבן און ווערן געמעקט...
ווי שוין געשריבן, time will tell אויב די יעצטיגע אקציע איז געווען א ריכטיגע זאך אדער נישט
א לייוו עקזעמפל פון איינער וואס זוכט פשוט די ריינע אמת און פרעגט לעגיטימע פראגעס...

@על פי תורה דו האסט געמיינט אז זיי דארפן שווייגן ווען ס'איז דא גוטע נייעס, אבער דאס איז דיר נישט איינגעפאלן אז וועלן אריינקומען מיט אזוינע שכל'דיגע קאמענטארן איבער די פרישע נייעס אין ראם פון די קריטישע קאמפיין אונטערצוברענגען אונזער אייגענע קולט וואס ערלויבט נישט צו פרעגן אזעלכע פשוט'ע פארשטענדליכע קשיות...
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:15 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:10 am
עהעם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 10:59 am
קיינער איז נישט אינטערעסירט צו שרייבן און ווערן געמעקט...
ווי שוין געשריבן, time will tell אויב די יעצטיגע אקציע איז געווען א ריכטיגע זאך אדער נישט
פון וועלעכע מקוה קומט יעצט די נער?
קענסט דיך פארפירן די הענטעלעך ווי אזוי דו ווילסט, אבער וויסן זאלסטו אז אונטער יעדע ניק איז באהאלטן א מענטש פון פלייש און בלוט, און אז דו פארשעמסט מיך און דו טוסט מיר וויי וועסטו מיך דארפן איבערבעטן.
קיינער ווייסט נישט ווער די מענטש אינטערן ניק איז, ס'הייסט נישט קיין בושה
וואס דו טוסט יא איז אז דו געבסט גערעכט פאר רוצחים, און דו האסט א גלייכע חלק אין זייערע רציחות, מיטן העלפן פארשפרייטן זייער פראפגאנדע, וויאזוי דו ווילסט עס נאר לעיבלען.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
סוחר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 331

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחר »

ביטע נישט קיין פערזענליך.

די שיינקייט פון א שמועס איז ווען מען קען דיסקאסן נושאים אן ווערן אראפגעריסן פארוואס ער האלט אזוי, אויב איינער איז נישט גערעכט, איז כדאי אויסצושמועסן מיט לוגיקה וואס און פארוואס, והבוחר יבחר וואס און וויאזוי אפצוקויפן.

מצידי וואלט ווען געווען נאך מער געשמאק ווען מען קען אפציעל האבן דא הוצל דבנימין און אנדערע לאקאלע מיטגלידער און זיך נארמאל אויסשמועסן מיט שכל און לאגיק, אודאי קען זיין אז דאס קען נישט פאסירן מטעמים מובנים אבער מי יתן והיה.

אבער ווען איינער קומט, און בארעכטיגט נישט קיין שום מעשי רשעות ואכזריות, בלויז פארן איינעם חטא פון טראכטן אנדערש ווי די עסקנים, (און אפילו מיטן מעגליכקייט אז ער איז פון דארט) קומט אים נישט אראפצורייסן, גאר פארקערט, דאס גיבט צו צום שיינקייט פונעם זייטל אז מען קען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט, כל זמן עס איז ריין און תורה‘דיג.

כ‘וואלט מאריך געווען מער אבער ברויך מיר אנגיין מיטן טאג

ביי
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1132

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

מבעט נאכאמאל, גענוג געווען. נאר עפעס פריש.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:26 am ביטע נישט קיין פערזענליך.

די שיינקייט פון א שמועס איז ווען מען קען דיסקאסן נושאים אן ווערן אראפגעריסן פארוואס ער האלט אזוי, אויב איינער איז נישט גערעכט, איז כדאי אויסצושמועסן מיט לוגיקה וואס און פארוואס, והבוחר יבחר וואס און וויאזוי אפצוקויפן.

מצידי וואלט ווען געווען נאך מער געשמאק ווען מען קען אפציעל האבן דא הוצל דבנימין און אנדערע לאקאלע מיטגלידער און זיך נארמאל אויסשמועסן מיט שכל און לאגיק, אודאי קען זיין אז דאס קען נישט פאסירן מטעמים מובנים אבער מי יתן והיה.

אבער ווען איינער קומט, און בארעכטיגט נישט קיין שום מעשי רשעות ואכזריות, בלויז פארן איינעם חטא פון טראכטן אנדערש ווי די עסקנים, (און אפילו מיטן מעגליכקייט אז ער איז פון דארט) קומט אים נישט אראפצורייסן, גאר פארקערט, דאס גיבט צו צום שיינקייט פונעם זייטל אז מען קען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט, כל זמן עס איז ריין און תורה‘דיג.

כ‘וואלט מאריך געווען מער אבער ברויך מיר אנגיין מיטן טאג

ביי
אני הקטן האב שוין פארפירט שמועסן מיט מער ווי איין אקטיווע לב טהור מיטגליד גאר געשמאק און רואיג, איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, אדרבא, קוקטס נאך וואס איך האב געשריבן בנוע דעם צדיק'ל וועלעכע דרייט זיך ארום דא מיט די שמונה בגדים און גייט נאך געלט.

נאר וואס דען, אם במחתרת ימצא הגנב, ווען איינער קומט און וויל זיך נאר אנעמען פאר די רוצחים, און שטעלט אן א שלייער ער באלאנגט בכלל נישט צו זיי און ער וויל בלויז פרעגן תמימיות'דיגע שאלות, אים קומט זיך צוויי פראסקעס. שפיל מיך נישט אויס רבי לעבן!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

צייטווייליג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:45 am מבעט נאכאמאל, גענוג געווען. נאר עפעס פריש.
וואס איז די כללים פון אידטיש ווען איינער עפנט אויף א ניק און הייבט אן צו לייקענען די האלאקאוסט?
כ'מיין איר קענט איינשטעלן דעי כללים אויך ביי דעם נושא.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
איש חשוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 139

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איש חשוב »

מנהיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:43 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:47 am
אהרן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:07 am
פארוואס ערלעדיגט מען נישט אז די גדולי הרבנים זאלן רעדן צו עם?
מען האט שוין גערעדט צו אים אסאך אבער והוא באחד
איך האב די וואך געהערט פון איינעם מגדולי העסקנים אז דער מעליצער ארבעט געהעריג מיט די עסקנים און די עסקנים האבן זאגאר געצאלט פאר זיין טיקעט יעצט, קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר מיט דעם א.ג. הכנסת ס''ת?????
פרעג דעם עסקן צו וועם דו האסט גערעדט...
איש חשוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 139

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך איש חשוב »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
וואס איז די מעשה דא?
פון ווי ברענגט ער די ס"ת און פארוואס??

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:17 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:49 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:57 am איך פארשטיי נישט, אפאר וואכן צוריק האט ער געהאט א דרשה אז די עולם זאל אוועקגיין פון לב טהור, איז ער פון זייערע?
ער איז שטענדיג געווען פולי פון זייערע און די דרשה וואס ער האט דארט געהאלטן איז טאקע געווען עפעס א מין מאדנע עפיזאד
ווער איז דער אינגערמאן וואס מ'זעהט אייביג אינאיינעם מיט אים?
הייסט בערקאוויטש דאכטסעך
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1779

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פלאם »

ווי ערווענט דורך אונזער @סוחר איז כדאי אויסצושמועסן די נושאים אין נישט די ניקס, איז לאמיר פראבירן צו פארשטיין וואס הרב @עהעם האט אונז צו זאגן:

ער איז מעורר אויף א נקודה אז מ'צוטיילט קינדער פון עלטערן, און מ'דרייט זיך אין די קישקעס פון א קהילה, און דאס טאר מען נישט טוען [איך האלט ס'האט אן אויסנאם ווען ס'איז בהוראת גדולי ישראל, אין ביי מיר איז הגאון חיד"ו פונקט גענוג פארדעם, אויב האלט ער אז מ'דארף פאר דעם די הסכמה פון גאנץ כלל ישראל, קיין פראבלעם, אבער איך עס מצות וויין און פלייש וואס האט נאר איין הכשר, איך פארלאנג נישט ס'זאל זיין א מושב בית דין אויף מיינע אתרוגים און ד' מינים, איך גיי צו איין דיין איך בין מסודר].

למען הויכוח וועלן מיר אנעמען די פאקט אז מ'טאר נישט צוטיילן עלטערן פון קינדער אין קיין שום פאל, יעצט וויל איך מאכן אן הקדמה, יעדע מענטש קען מחליט זיין וועלכע מעסטער ער וויל ניצן, אבער מ'קען נישט ארומטוישן, און איך וועל עס מקדים זיין מיט א משל, מיין שכן וויל בויען פיתום ורעמסס און אויך אריין בויען ס'זאל שטערן ביי מיר, איך האב אים אריבערגעריפן איבערצושמועסן די נושא כדבר איש אל רעהו, בעטן ער זאל טוישן עטליכע קלייניקייטן אז ס'זאל זיין מער לקורת רוחי, האט ער אנגעהויבן שרייען איך ווייס נישט וואס די ווילסט איך מען עס טוען לעגאל ס'איז מיין פראפערטי, מיש דיר נישט ביי מיר וכו', איז ביי די פאבליק הירונג בין איך געגאנגען אין פארגעשלאגן מיינע הערות, שרייט ער אין בית המדרש מ'קען זיך נישט אויסקומען ווי צוויי גוטע שכנים, מ'דארף גיין צום גוי וכו', איך גיי נישט אריין אין די הלכה'דיגע חלק [ווייל די מעשה האט נאכנישט פאסירט], אבער אין מציאות איז די שכן א היפאקריט, די ווילסט זיין א גוטע שכן וואס גייט אויף די עק פון די ליגאלע חלקים, אבער ווען איך ניץ די חלק לאמיר בלייבן גוטע שכנים ניצטו די געזעץ, און ווען איך ניץ די געזעץ שרייסטו לאמיר זיין גוטע שכנים.

לענינו, מ'טאר נישט אפטיילן קינדער פון עלטערן, און ווער ס'טוט עס שפילט זיך מיט פייער, לאמיר נעמען די ליסטעס אויף וואס מ'איז דן און לאמיר זען ווער שפילט זיך מיט קינדער און מיט פייער:
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.

א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.

נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:

איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.

ובשם השם נעשה ונצליח.
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 10:56 am סך הכל פון משפחת מאיר יששכר ראזנער וואס געפינען זיך שוין אינדרויסן פון לב טהור:

זוהן - שנור:
חיים יעקב ראזנער וב"ב - 1 קינד (איידעם ביי מרת טעללער, געוועזענע ווייבּ פון אהרן ארי' און טאכטער פון שלמה העלבראנץ, אויך אינדרויסן)
לוי יצחק ראזנער (איידעם ביי מיכאל יודא גאלדמאן, 4 חדשים צוריק האט מען אים ארויס געווארפן און אוועקגעכאפט זיין ווייב)

טעכטער - איידעמער:
משפחת ישראל יודא אפרים גאלדמאן - 6 קינדער
משפחת יחזקאל ראָזנער - 3 קינדער (די דריטע געבוירן דא אין ניו יארק)
משפחת יואל גאלדמאן - 2 קינדער
משפחת יצחק עליאס - 1 קינד

סך הכל:
2 זוהן - 1 שנור
4 טעכטער - 4 איידעמער
13 אייניקלעך
24 נפשות אינדרויסן.

בליע"ה.
מ'קען דן זיין ווען מ'ווערט אויס קינד אז מ'טאר אים נישט אפטיילן פון זיינע עלטערן, אין די וועלט איז אנגענומען אז די יארגאנג איז 18, אבער דאס קומט פון די גוים [און לויט לב טהור רח"ל], אבער אויב מ'האט איינעם חתונה געמאכט ביי די 13 און ער איז אויפגעצויגן געווארן אזוי א גאנץ לעבן צו האבן א קינד ביי די 14, קענסטו נישט שרייען איין מינוט ער איז נאך א קינד ער דארף זיין מאמע, אויב דארף ער אדער זי דארף איר מאמע דאן מאך איר נאכנישט חתונה, און אויב האסטו איר חתונה געמאכט און נאך געהאט א קינד, און ער בעט הילף פון א פעטער צו פארלאזן זיין מאמעס לאנד, ווייל מ'לעבט דארט אין ארומקייט, פארוואס זאל איך אנעמען די טענה ער איז נאך א קינד???

אין קורצן: ממה נפשך: אויב איז ער אדער זי א קינד היתכן די האסט אים חתונה געמאכט, און אויב איז ער אן אדאלט וואס מעג חתונה האבן, מעג ער אויך מחליט זיין אויב ער וויל פארלאזן די מקום.

די אכזריות איז דייקא די וואס האבן צוגענומען די ווייב פון לוי יצחק ראזנער, היתכן די פארכאפסט א פרוי פון איר מאן, ובנוסף לזה ניצטו די געזעץ אז זי איז נאך א קינד אז מ'זאל נישט קענען ארויסנעמען פון לאנד, און בנוסף לזה שווערצט מען גרעניצן צו פארכאפן די פרויען לחלוטין, דאס דארף ווען זיין די וויי געשריי פון די היימישן ציבור [און ס'איז].
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:54 am
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
וואס איז די מעשה דא?
פון ווי ברענגט ער די ס"ת און פארוואס??
די מעליצ'ער האט עס געגעבן פאר כנישתא חדא א יאר א האלב צוריק, יעצט האט ער עס צוגענומען פון כנישתא חדא און געטראגן קיין בבל

שרייב פאוסט