גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
ווער זענען די רבנים?

פון מהר"א איז דארט געווען?
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 225
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 317

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 1:59 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
ווער זענען די רבנים?

פון מהר"א איז דארט געווען?
ניין
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1035
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2276

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דעת קדשי »

טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
נחמן ליווי זאגט אזא צייט אז אין אשדוד איז יעצט דא אן אסיפה פון 13 רבנים פון גור וואס זענען דן איבער די גזירות החינוך אין נ''י...
נאר א ווערטעל.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 1:59 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
ווער זענען די רבנים?

פון מהר"א איז דארט געווען?
די אסיפה איז געווען איבער שיקן געלט צו ראטעווען בחורים פון מיליטער.

ביי סאטמאר מהר"א טוט מען עס שוין.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 2:27 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 1:59 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
ווער זענען די רבנים?

פון מהר"א איז דארט געווען?
די אסיפה איז געווען איבער שיקן געלט צו ראטעווען בחורים פון מיליטער.

ביי סאטמאר מהר"א טוט מען עס שוין.
גדול המעשה יותר מן העושה..
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 608
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 684

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 1:59 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 11:48 am אסיפה לאור גזירות גיוס בבית כ"ק אדמו"ר מסוקלען מאנסי
ווער זענען די רבנים?

כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א
כ''ק אדמו''ר מ'סקולען מאנסי שליט''א
כ''ק אדמו''ר מ'פארשעי שליט''א
הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנסי שליט''א
הגה''צ אב''ד באבוב מאנסי שליט''א
הגאון האדיר ר' חיים פלאהר שליט''א ראש כולל זכרון מנחם
ועוד רבנים
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 511

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מהודר »

וואס איז די ארגאניזאציע? ווער פירט עס? און וואס טוען זיי?

וואס איז פשט אז רבנים ווואס האבן 0 שייכות מיט די קנאישע קרייזן האבן זיך משתתף געווען ווי למשל
הרב בערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ ב"ב שיכון
הרב ווידער דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מאנסי
אב"ד וויזשניץ מאנסי
אב"ד באבוב 45 מאנסי
וכו'

???
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 608
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 684

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

מהודר האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:02 am וואס איז די ארגאניזאציע? ווער פירט עס? און וואס טוען זיי?

וואס איז פשט אז רבנים ווואס האבן 0 שייכות מיט די קנאישע קרייזן האבן זיך משתתף געווען ווי למשל
הרב בערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ ב"ב שיכון
הרב ווידער דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מאנסי
אב"ד וויזשניץ מאנסי
אב"ד באבוב 45 מאנסי
וכו'

???
איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער די יעצטיגע גזירה איז אויף אלע בני הישיבה אין א''י

אלע קהילות און קרייזן זענען אינוואלווד
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

די ארגאנאזיציע איז פון רבי צבי מאיר זילבערבערג
מאיר שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 256

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מאיר שלום »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 2:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 2:27 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 1:59 pm

ווער זענען די רבנים?

פון מהר"א איז דארט געווען?
די אסיפה איז געווען איבער שיקן געלט צו ראטעווען בחורים פון מיליטער.

ביי סאטמאר מהר"א טוט מען עס שוין.
גדול המעשה יותר מן העושה..
גדול המדבר יותר מן העושה..
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 511

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מהודר »

איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:30 am
מהודר האט געשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:02 am וואס איז די ארגאניזאציע? ווער פירט עס? און וואס טוען זיי?

וואס איז פשט אז רבנים ווואס האבן 0 שייכות מיט די קנאישע קרייזן האבן זיך משתתף געווען ווי למשל
הרב בערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ ב"ב שיכון
הרב ווידער דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מאנסי
אב"ד וויזשניץ מאנסי
אב"ד באבוב 45 מאנסי
וכו'

???
איך ווייס נישט אויב די ווייסט, אבער די יעצטיגע גזירה איז אויף אלע בני הישיבה אין א''י

אלע קהילות און קרייזן זענען אינוואלווד
זייער אינטרעסענט וואס די זאגסט דא.. חידושם נפלאים...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גאר פרייליכע לחיים איז היינט געווען מיט איינעם פון די וועלכע האבן זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער, ער האט איגנארירט כהוראת כל הרבנים און ארעסטירט געווארן.

אין טורמע האט ער באשלאסן אז דאס איז עס, אלעס האט א שיעור, און ער וועט גיין אין מיליטער וחסל.

די עסקנים האבן אבער ב"ה באוויזן אים צו ראטעווען, מ'האט אים דערציילט וואזוי עס גייט ביי אנדערע, די וואס גייען יא און די וואס נישט, וכו' וגו', און ב"ה ער איז שוין באפרייט פון טורמע, אהיים אין שטוב, מיט א פטור אין די האנט. לחיים!
Screenshot 2025-03-06 150414.jpg
Screenshot 2025-03-06 150414.jpg (171.84 KiB) געזען געווארן 612 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די צה"ל האט היינט געגעבן א אפדעיט אין כנסת המינים איבער וואו עס האלטן די תוצאות פון די 10 טויזנט צווי גיוס וואס זיי האבן ארויסגעשיקט פאר חרדים פון יולי 2024 ביז די היינטיגע חודש מארטש 2025:

- בלויז 177 האבן זיך ר"ל מתגייס געווען

- 265 זענען שוין אריבער אלע דעדליינס און געווארן באצייכנט אלס "משתמטים"

- 1,066 האבן ערהאלטן "פקודות מעצר" אז אויב מען טרעפט זיי זאל מען זיי ארעסטירן צו די מיליטער

- 2,231 "צווי 12" זענען פארטיילט געווארן. דאס איז א לעצטע ווארענונג וואס נאך א חודש ווערט עס א "צו מעצר"
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ראש הישיבה הרב סורוצקין (דגל התורה) שר עם תלמידיו לא להתייצב לצווי הגיוס, אצל חתונת בתו

דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1035
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2276

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דעת קדשי »

ווער שטייט אונטער די ארגענעזאציע'ס ''אחים אנחנו''-''ועם קדוש'' ?
זיי זאגן אז זיי שלאגן זיך קעגן די גזירת גיוס און האט שוין אפגעקאסט $800,000.....
האט שוין איינער געהערט פון זיי?
אין דבר יום ביומו איז עדוועטיזייט אז היינט קומט פאָר א מסיבה של מצווה צו שאפן געלט
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4639

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:11 pm ווער שטייט אונטער די ארגענעזאציע'ס ''אחים אנחנו''-''ועם קדוש'' ?
זיי זאגן אז זיי שלאגן זיך קעגן די גזירת גיוס און האט שוין אפגעקאסט $800,000.....
האט שוין איינער געהערט פון זיי?
אין דבר יום ביומו איז עדוועטיזייט אז היינט קומט פאָר א מסיבה של מצווה צו שאפן געלט
ס'איז נאך טראָפּ וואס טראָפּט פונעם שירע''ם ארגעזאציע...

ס'וואקסן ארגענעזאציע/נעמען ווי שוואמען נאך א רעגן...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 210

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך האקט א טאג »

אירגון אחים אנחנו


אנגעהויבן פון ערשטן יום הגיוס אום ר"ח אב תשפ"ד האט די ארגאניזאציע "אחים אנחנו" ביי יעדן נאכפאלגענדן יום הגיוס ארגאניזירט
ריזיגע צוזאמענקומען ביי די באטרעפנדע לשכות הגיוס, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער און טויזנטער אידן בראש מיט די גדולי
הרבנים שליט"א, ביי וועלכן עס זענען געראטעוועט געווארן הונדערטער נאאיווע בחורים וועלכע זענען געקומען צום לשכת הגיוס נאכן

ווערן געסטראשעט דורך די אינסטאנצן מיט'ן ערגסטן און מיט ארעסטן.

און א דאנק די אויפקלערנג פון די עסקנים אויפ'ן פלאץ איבער די סכנה פון גיוס, וואס כל באי' לא ישובון האבן הונדערטער בחורים
צוריקגעצויגן פון אריינגיין אין לשכת הגיוס און גענומען אויף זיך נישט צו גיין אין מיליטער אפילו פארן פרייז פון תפיסה, אזוי אז א דאנק
די פראטעסטן - אויפקלערונגען זענען ווי דערמאנט פון 3,000 צווי גיוס בערך הונדרעט בחורים ]ליידער[ אנגעקומען אין מיליטער.
און אויב די מחאות צוזאמען מיט די אומקאאפאראציע פון די בחורים וועט אנגיין ווייטער איז דא א שטארקער האפענונג אז די גאנצע גזירה
זאל בטל ווערן בעזהשי"ת, וויבאלד די אינסטאנצן וועלן איינזען אז זיי זענען נישט ביכולת צו מאביליזירן דעם חרדישן ציבור.
די הוצאות פון די פראטעסטן און צוזאמענקומפטן
ביי די 11 פארגאנגענע ימי גיוס איז ווי פאלגענד:
3 ימי גיוס - ר"ח אב תשפ"ד - ב' אב תשפ"ד - ג' אב תשפ"ד.................... $31,000
ר"ח אלול תשפ"ד..................................................................................................... $28,000
ערב ראש השנה תשפ"ה – א סליחות תשפ"ה................................................. $26,000
ט"ו טבת תשפ"ה – ט"ז טבת תשפ"ה................................................................. $70,000
כ"ז – כ"ח – כ"ט טבת - ר"ח שבט תשפ"ה........................................................ $100,000
סך הכל די מחאות$255,500................................................................................................................................

אויסער דעם פירט "אחים אנחנו"
אן נאך מערערע פראיעקטן פאר דעם צוועק
אויסקלעבן פופציג ערליי פלאקאטן קעגן דעם שמד הגיוס במשך די
6 חדשים איבער גאנץ ארץ ישראל, דערונטער דעם דעת תורה פון די
גדולי ישראל באיסור זיך צו שטעלן צום מיליטער$143,000...........................................
באצאלן 12 יונגעלייט וועלכע שטייען יעדן טאג ביי די לשכות הגיוס, אין
ראשון לציון אין עפולה, ווי אויך פארן זיי יעדן דאנערשטאג און פרייטאג
צו לשכות הגיוס רש"י און תל השומר$86,000..................................................................
מידיע אדווערטייזמענטס פאר די בחורים צו באקומען הילף געראטעוועט
צו ווערן פון מיליטער $20,000................................................................................................
ארויסצוהעלפן בחורי חב"ד געראטעוועט צו ווערן פון מיליטער, חתימות
רבני חב"ד, צייטונגען$20,000................................................................................................
צענדליגער ביכלעך מיט אינפארמאציע בנוגע די גזירה, מיט א טעלעפאן
נומער וואו מען קען ווערן געהאלפן$20,000.....................................................................
סך הכל אנדערע הוצאות$289,000..................................................................................................................
סך הכל הוצאות במשך דעם האלבן יאר$544,500....................................
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13001

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די צוועק איז גאר וויכטיג!

נאר אפאר פראבלעמען דא:

האקט א טאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:29 pm באצאלן 12 יונגעלייט וועלכע שטייען יעדן טאג ביי די לשכות הגיוס, אין
ראשון לציון אין עפולה
אין ראשון לציון איז נישטא קיין לשכת הגיוס.

אין עפולה אויך נישט.


האקט א טאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:29 pm ווי אויך פארן זיי יעדן דאנערשטאג און פרייטאג
צו לשכות הגיוס רש"י און תל השומר$86,000..................................................................
פרייטאג איז דער לשכה פארמאכט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3689
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4639

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:45 pm די צוועק איז גאר וויכטיג!

נאר אפאר פראבלעמען דא:

האקט א טאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:29 pm באצאלן 12 יונגעלייט וועלכע שטייען יעדן טאג ביי די לשכות הגיוס, אין
ראשון לציון אין עפולה
אין ראשון לציון איז נישטא קיין לשכת הגיוס.

אין עפולה אויך נישט.


האקט א טאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:29 pm ווי אויך פארן זיי יעדן דאנערשטאג און פרייטאג
צו לשכות הגיוס רש"י און תל השומר$86,000..................................................................
פרייטאג איז דער לשכה פארמאכט.
קען זיין זיי האבן געעפענט אן אייגענע לשכות הגיוס לצורך הענין, טאקע דאס קאסט אזויפיל...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14073

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 2:15 pm ראש הישיבה הרב סורוצקין (דגל התורה) שר עם תלמידיו לא להתייצב לצווי הגיוס, אצל חתונת בתו

אין די פרייע מדנ"י גאס איז אנשטאנען א שטארקע העצעריי איבער דער ווידיאו, ווען זיי שרייען אז די ישיבה נעמט פון זיי געלט אבער 'ובשלטון הכופרים אין אנו מאמינים'... כ'מיין אז מקען עס אנרופן א שטיקל קידוש ה'...

די אמת איז, אז הרב סורוצקין האלט אויף זיין ישיבה בעיקר פון זיין מעגא פאנדרעיזינג אפאראט, און באקומט רעגירונג'ס הילף ווייניגער ווי די אמעריקאנע ישיבות באקומען.
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 371
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 469

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 5:16 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 2:15 pm ראש הישיבה הרב סורוצקין (דגל התורה) שר עם תלמידיו לא להתייצב לצווי הגיוס, אצל חתונת בתו
► Show Spoiler
אין די פרייע מדנ"י גאס איז אנשטאנען א שטארקע העצעריי איבער דער ווידיאו, ווען זיי שרייען אז די ישיבה נעמט פון זיי געלט אבער 'ובשלטון הכופרים אין אנו מאמינים'... כ'מיין אז מקען עס אנרופן א שטיקל קידוש ה'...

די אמת איז, אז הרב סורוצקין האלט אויף זיין ישיבה בעיקר פון זיין מעגא פאנדרעיזינג אפאראט, און באקומט רעגירונג'ס הילף ווייניגער ווי די אמעריקאנע ישיבות באקומען.
כ'בין נישט באקאנט ספעציפיש מיט דער ישיבה אבער קיין איין ישיבה אין ארץ ישראל באקומט נישט אפי' נאנט צו די געלטער וואס מ'באקומט אין אמעריקע.
(חוץ אפשר די נייע ממ"ח)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

א יונג מיידל געראטעוועט געווארן פון ארעסט
דער זייגער איז 6:00 נאכמיטאג, אין די אפיסעס פון עזר"י זיצט ר' שמעון שישא ווען פלוצלינג צוקלינגט זיך זיין טעלעפאן און פון די אנדערע זייט טרייבל הערט ער אן היסטערישע געוויין, "זיי זעצן מיר איין, זיי בינדן מיר אין קייטן" הערט ער ווי א יונגע מיידל וויינט, "וואס טו איך דא?" שרייט זי מיט א ציטערדיגע קול.
ווי עס שטעלט זיך ארויס האט די מיידל, א היימישע מיידל פון איינע פון די גרויסע חסידות'ן אין ארץ ישראל, געוואלט ארויס פארן קיין אמעריקע, אבער אין לופטפעלד, הארט פארן ארויפגיין אויפן עראפלאן האבן איר די מיליטערישע פאליציי גענומען אין א זייט און געהייסן איר אפטראגן אין מיליטערישן טורמע.
עס איז פשוט אז ר' שמעון איז צושוידערט געווארן הערנדיג דאס מיידל, און א דריגענדע אסיפה פון די עסקנים האט זיך באלד צוזאמגעזעצט און פראבירט זעהן וואס מען קען דא טון.
ר' שמעון האט גלייך אויפגעהויבן א טעלעפאן צום קאמאנדיר פון די "מיטב" איינהייט און קלארגעשטעלט אז טאמער וועט די מיידל נישט ווערן ארויסגעלאזט זאפארט וועלן שטורעמישע פראטעסטן אויסברעכן איבער גאנץ ארץ ישראל. פון דא האט ר' שמעון געקלונגען דער הויפט קאמאנדיר פון די ירושלימ'ער אומגעגנט און מודיע געווען אז בית-דין גייט יעצט ארויסשיקן אלע כולל יונגעלייט זאלן פראטעסטירן און אפשפארן גאסן און הויפט שאסייען איבער גאנץ ארץ ישראל, אלס מחאה אויף די אומדערהערטע חוצפה פון איינזעצן די מיידל. דאס זעלבע האט ער איבערגעגבן פאר דער הויפט קאמאנדיר פון תל אביב.
און די זעלבע צייט האט ר' שמעון גערופן הרה"ג ר' יצחק שלמה בלויא שליט"א ספרא דדיינא העדה החרדית און באלד געהערט די קלארע הוראה פון בית דין אז מען זאל מודיע זיין אלע יונגעלייט איבערן לאנד צו זיין גרייט אויף 6:30 ווען מען וועט זיך צוזאמען נעמען און ארויסגיין פראטעסטירן קעגן דעם שוידערליכן ארעסט. אין ירושלים האט מען באשטימט זיך צוזאמנעמען אין כיכר זופניק נעבן די בניני העדה החרדית, הערן קורצע דברי מחאה און דערנאך זיך ארויסלאזן איבער די גאסן פון ירושלים און ארויסגעבן א קול מחאה אדירה איבער די נבלה שנעשתה בישראל.
די אלע הויכע פענסטערס פון די אויטאריטעטן האבן באקומען די ווארענונג אז דאס יהדות החרדית גרייט זיך אויף א שווערע מערכה און זיי זענען אריין אין א מאסיווע דרוק. זיי האבן שוין היינט גענוג קאפ ווייטאג נאך וואס די לינקע האלטן אפ גרויסע פראטעסטן און פארפירן איבער די גאסן. נאר דאס האט זיי יעצט אויסגעפעלט, א פרישער פראנט מיט די פרומע אידן.
עס איז נישט אדורך קיין פאר מינוט און ר' שמעון באקומט די פריידיגע בשורה אז די מיידל איז באפרייט, און נישט נאר דאס, נאר די אינסטאנצן האבן אפגעהאלטן די פלי רייזע ביז ווען זיי האבן זיכער געמאכט אז די מיידל איז אויפן עראפלאן, און זי איז אפגעפלויגן לחיים ולשלום.
גלייך איז ארויס אן הודעה מטעם הביד"צ אז ברוך השם, מיט גרויס סייעתא דשמיא איז די מיידל באפרייט געווארן, און אלע פרומע אידן האבן אפגעאטעמט מיט א דערלייכטערונג.

ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, טראץ וואס די מיידל געהערט צו די קרייזן פון די אגודה, האט איר אבער קיינער נישט געקענט העלפן, נישט די חברי הכנסת און נישט די פרומע מינסטארן, נאר זיי האבן אלע געקומען בעטן הילף פון העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא שליט"א וואס זיצט אין זיין צוקוועטשטן אפיס אין מאה שערים אבער מצודתו פרוסה איבער גאנץ ארץ ישראל.
די אינצידענט איז ברייט באריכטעט געווערן אין די מידיע.
פיילס
unnamed.png
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

צענדליגער געראטעוועט טאג טעגליך
יעדן טאג צווישן די שעות 8:00 און 10:00 ביינאכט קלאפן זיך אן צענדליגער אידן אויף די טירן פון עזרה ויעוץ, באקומען ייעוץ און הדרכה, און נאך א קורצטערמיניגע באראטונג מיט "הרב שישא" - ווי מ'רופט פאר העסקן הנמרץ ר' שמעון שישא שליט"א - גייען זיי ארויס מיט א דערלייכטערונג און א אויסגעצויגענע שמייכל אויפן פנים.

אין די טעג פארשטערקערט זיך די שטראם פון מענטשן וואס קומען צו די אפיסעס, וויבאלד יום טוב פסח דערנענטערט זיך מיט גרויסע טריט, און אסאך דארפן ארויספארן קיין חוץ לארץ צו זיין אינדערהיים אדער מיט די משפחות אויף פסח, און דעריבער ווילן זיי דריגענד מסדר זיין זייערע פאפירן אז מען זאל זיי ח"ו נישט פארהאלטן אין לופטפעלד.

איינע פון די זאכן וואס ווערן אנגעמערקט אין אפיס איז אז עס איז פארהאן א שרעקליכע אומוויסנשאפט אז עס איז דא ווער עס זאל העלפן אין די נושא פון גיוס.

בחורים און אפילו עלטערע יונגעלייט קומען צוגיין צום אפיס נאך לאנגע יארן פון מאטערנישן מיטן מיליטער. איינער פון די בחורים האט דערציילט אז ער האט א ברודער וואס מוטשעט זיך שוין 10 (!) יאר מיט די מיליטער. ר' שמעון זאגט אים מיט א פשטות "אויב ער האט באקומען א צַו פאר צען יאר צוריק, דארף ער זיך אפילו נישט שטעלן פאר זיי, ער האט דאך 'סעיף 20'". דער בחור האט אויפן ארט אויפגעהויבן א טעלעפאן פאר זיין ברודער און אים איבערגעגעבן די שטוינענדע ווערטער, אז זיין וועג באפרייט צו ווערן פון די בייזע הענט פון די מיליטער - איז גאר א גרינגער און א שנעלער.

א צווייטער בחור האט פארציילט אז ער איז געגאנגען צו עפעס א געוויסער "עסקן" כדי יענער זאל אים העלפן פטור ווערן פון מיליטער. יענער האט אים פיין אריינגענארט און ער האט אים געשיקט צו א לויער, וואס האט פארשטייט זיך נישט געפלאנט צו טון עפעס מיט די קעיס, נאר ערשטנ'ס האט ער געבעטן פון דעם בחור ער זאל אראפלייגן 7,000 ש"ח טבין ותקילין. דערנאך האט ער אים געשיקט צו עפעס א טייערער פסיכיאטער וואס איין אפוינטמענט ביי אים קאסט א סומע פון 1,500 ש"ח. "און נאך די אלע געלטער וואס איך האב פארגאסן" ענדיגט דער בחור פארציילן זיין טרויעריגע געשיכטע פאר ר' שמעון, "שטיי איך נאך אלץ 'סטאק' אינעם זעלבן קעסטל. איך בין נישט פטור געווארן פון מיליטער".

ר' שמעון האט פארשטייט זיך געזאגט פונקטליך פאר דעם בחור וואס ער האט צו טון, צולייגנדיג אז בקרוב וועט ער פטור ווערן. ביים ענדע פונעם באראטונג שטעקט אריין דער בחור זיין האנט אין טאש און פרעגט ר' שמעון "וויפל קאסט דער יעוץ?", ר' שמעון צולאכט זיך, "עס קאסט גארנישט. דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט באקומען א פטור אינגיכן".
קנאי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:32 pm
x 22

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך קנאי »

נאכאנד: פיל ווערן באפרייט פון טורמע מיט די געטרייע הילף פון עזר"י
אין די אויגן פון די עסקנים קוקט עס אפשר אויס ווי נאך א רוטינע טאג, מען נעמט ארויס נאך אפאר בחורים פון תפיסה. אבער פאר יעדער איינער פון די אלע געראטעוועטע איז דאס אן אומפארגעסליכע איבערלעבעניש. דאס זיצן אין ארעסט איז באגלייט מיט שווערע געפילן פון אומזיכערקייט און איינזאמקייט. און טאקע פאר דעם שטייען די עסקנים פון עזר"י צו זייער זייט מיט א געטריישאפט, העלפן זיי מיט אלע זייערע געברויכן, סיי געריכטליכע און סיי פשוטע עלעמענטארע באדערפענישן וואס א מענטש דארף.
היינט אליין זענען עטליכע געווארן איינגעזעצט, און א מערהייט פון זיי זענען שוין באפרייט.
א בחור וואס פאליציי האט היינט אפגעשטעלט האט זיך גלייך פארבינדן מיט ר' שמעון שישא, ער האט גלייך באקומען פונקטליכע אנווייזונגען וואס צו טון, און ב"ה ער איז אויפן ארט באפרייט געווארן.
היינט אינדערפרי איז א חרדישער ספרדישער בחור אנגעקומען אין לופטפעלד און געוואלט ארויספארן קיין חוץ לארץ צו א חתונה פון זיינער א קרוב. די פאליציי האט אים אפגעהאלטן אין גענומען צום מיליטערישן טורמע. ברוך ה', ביז געציילטע שעות איז ער באפרייט געווארן. היינט מיטאג איז ער שוין געווען אינדרויסן.
נאך א בחור וואס מען האט היינט איינגעשפארט אין "כלא 10" איז ארויס ב"ה, מיט די הילף פון די עסקנים.
אינדערפרי איז א חסידישער היימישער בחור געווארן איינגעזעצט אין לופטפעלד. דער בחור איז שוין 5 יאר א "משתמט" (= ער שטעלט זיך נישט אין מיליטער). ער איז היינט אריבער א געריכט און מען האט פארלענגערט זיין ארעסט מיט נאך א פאר טעג. די עסקנים דריקן אויס אן האפענונג אויף א פארבעסרונג און אז ער וועט אינגיכן באפרייט ווערן.
די זעלבע זאך איז מיט א חשוב'ער יונגערמאן פון צפת וואס איז אויך א "משתמט" פאר 5 יאר. ער זיצט יעצט אין תפיסה און מען האפט בקרוב אים צו זעהן אינדערויסן.
א שווערערע קעיס איז מיט א בחור וואס האט ליידער נעבעך נישט געשטאנען אין די ניסיון און ער איז געגאנגען לערנען א פאַך ביי די מיליטער, אלס א צוגרייטונג פארן רעקרוטירט ווערן אין מיליטער ה"י. ווען עס איז אבער געקומען למעשה האט ער זיך נישט געשטעלט, און יעצט האבן אים די פאליציי געכאפט נאכן זוכן 8 חדשים. ער ווערט אנגערופן ביי זיי אן "עריק" (=איינער וואס איז אנטלאפן פון מיליטער, וואס דאס איז מער הארב). די עסקנים ארבעטן אים צו באפרייען.

אין איינע פון די דאקומענטן וואס זענען דא בייגעלייגט קען מען זיין א קלארע באשטעטיגונג פונעם מיליטער אז דער בחור איז געזונט און מען קען אים האלטן אונטער ארעסט. אבער, עוצו עצה ותופר, דער פאקט איז אז דער בחור איז אינדערויסן פון תפיסה ב"ה.
פיילס
20250325_094217.jpg
אאישור יציאה מהמחנה.pdf
(335.4 KiB) דאונלאודעד 2 מאל
כלא צבאי.pdf
(15.29 KiB) דאונלאודעד 2 מאל
הדסים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 371
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 469

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

די ספרדישע קרייזן גרייטן זיך אויף א גרויסן עצרת ברחובה של עיר מארגן דאנעשטאג קעגן דעם גזירת גיוס בני הישיבות
א קול קורא איז ערשינען מיט די חתימות פון ראשי ישיבות בני הספרדים בראשות הגאון ר' משה צדקה ר"י פורת יוסף און די חברי מועצת חכמי התורה
הגאון ר' ראובן אלבז ר"י אור החיים, ר' יהודה כהן מראשי ישיבת יקירי ירושלים, הגאון ר' שלמה מחפוד און הגאון ר' מסעוד בן-שמעון רב לעדת הספרדים אין בני ברק,
אינעם קול קורא ברענגען די רבנים נאך א פסק פון הגר"ע יוסף משנת תשס"א אז אפילו א בחור וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער.
אזוי אויך איז שבת געווען הכרזות אין די בתי מדרשים אויפצופאדערן דעם עולם צו גיין.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט