פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 11:16 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 10:59 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 10:36 pm
ביי די מעשה פון פנחס זאגט דארט רש"י קנאים פוגעין בו. כ‘זאג נישט אז ס‘איז דומה. אבער נקודה למחשבה יא.
יא יא, נאכדעם וואס די הלכה פסקנט אזוי...
ריספעקטפעל דיסעגרי.
1. אנדערע יוצאים קען עס פינקט אזוי וויי טוהן ווען אין די צייט ווילן זיי אנפאנגען א פרישע פעידזש ריקט זיך אן איינער וואס פאררופט פארדאכט אין ברענגט צוריק מעמאריס. ביסיידס די פוינט אז זיירע אייגענע מצב איז וואקעלדיג, דא מיט די ב"ב - קינדער - וכו‘
ווער זאגט אז זייער בלוט קומט נאך זיינע.
2. ס‘דא א צד אז ער קומט וועגן טעראר - ניין נישט צו מיר אין דיר, אבער יא די אנדערע יוצאים.
ווער זאגט אז זייער בלוט קומט נאך זיינע.
דעיס אז מ‘זאגט אלס וועגן פסקענען - איז דא א צד אז ס‘קומט פון ווייניג קאנפידענס - קלארקייט - געזינטע שטארקייט - עצלות - הזנחה.
נישט ווייל איך האב יא, כ‘האב לכאורה אין א וועג ווייניגער ווי אסאך. אבער אמת בלייבט אמת, קיין חילוק צו מ‘איז מודה אדער צו מ‘ווייסט דערפון.
כווייס נישט וועגן עצלות און ווייניג קאנפידענס, א בי"ד וואס האט דן געווען למיתה מער ווי איינמאל אין א שמיטה/אין זיבעציג יאר, האט געהייסן א בי"ד חובלנית, קיינער האט נישט געזאגט אז זיי האבן נישט די הארץ צו דו זיין למיתה ח"ו, ביי דיני נפשות דארף מען אייביג נעמען א טריט אויף צוריק.
פון די אנדערע זייט, זאגט טאקע דארט די משנה אויף די וואס וואלטן מהפך געווען לזכות יותר מדאי אז "אך הם היו מרבין שופכי דמי בישראל".
וואו איז די מעסטער? דעת תורה. דעציט.
צווייטנס, דאס וואס דו זאגסט אז "ווער זאגט וועמענס בלוט איז רויטער?" די שאלה ביסטו נישט דער ערשטער צו פרעגן, און די הלכה איז טאקע "שב ואל תעשה." ענדערש זאלן די גוים נעמען הונדערט אידן חלילה, ווי איין איד זאל ווערן איבערגעגעבן למיתה דורך א צווייטער איד.
דריטנס, אויף נקודה 1, דו קענסט רחמנות האבן אויף מענטשן, און דו קענסט פארשיקן איינער וואס קומט שעדיגן אנדערע, אבער דו קענסט נישט צווינגן א מענטש צו טוישן זיין
לבוש מיט וואס ער איז ערצויגן געווארן, בלויז וויבאלד פאר אנדערע קען עס ווייטון. יעדער מענטש האט זיך זיינע רעכטן, ווילאנג ער טוט עס נישט בדווקא צו ווייטון יענעם, און ווילאנג עס שעדיגט נישט קיינעם, איז עס זיין אויסוואל.
ווייטער, דאס איז מיין מיינונג, דעת תורה איז דער וואס קען מכריע זיין.