אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:13 pm
זיי פריילאך האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:56 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:41 pm
קארעקשען:
ווי איידער צוריקבאקומען אלע קינדער דורכ'ן פארלאזן לב טהור, אדער איבערגעבן אלע קינדער פאר די אייגענע היימישע משפחה מיטגלידער, איז די מאמע געווען גרייט אויפצוגעבן די רעכט אויף אלע קינדער אז זיי זאלן בלייבן פארשפארט אינעם אנשטאלט, און די גאר קליינע בעיבי האט זי איבערגעגעבן קאסטעדי אז דאס קינד זאל וואוינען ביי א פאלנע גוואטעמאלא גוי'טע.
די קאורט פאלגט די מאמע און אזא פאל?
דהיינו זיי גייען ענדערש פסק'נן אז די קינדער בלייבן און אנשטאלט/ביי גויים ווי איידער איבערגעבן קאסטאדי פאר קרובים פון אמעריקא?
ר' על פי תורה מ'דארף קלארקייט דא,
אויב די געריכט געבט נאך די מאמע, איז דאך אויס די גאנצע קאמפיין, אלע וועלן נאכטון, און די קינדער וועלן ווייטער ווערן אביוזט, וכו'
מיין שכל זאגט מיר אז די געריכט פארשטייט די צודרייטקייט פון די עלטערן, איז פארוואס זאלן זיי דעיס נאכגעבן?
קודם כל שטייט גראדע נישט אז די קאורט נעמט אן די טענה פון די מאמע, אבער אפילו אויב יא, [איך האב נישט מער אינפארמעשן ווי וואס ווערט געליפטערט דא], זאגט די מאמע סך הכל אז זי געבט נישט איבער פרייוויליג קאסטעדי פון אירע קינדער פאר משפחה פון אינדרויסן, וואס אזוי ארום קען זי באקומען אירע קינדער, און במילא בלייבן זיי [לע"ע] אין די שעלטער - נישט ביי די מאמע - און די יונגסטע בעבי וואס דארף פאקטיש א מאמע האט מען שוין איבערגעגעבן פאר א גוואטמאלע פרוי.
ס'קען זיין אז די מאמע האט עפעס א אפמאך מיט די פרוי, ס'איז לאו דוקא, מסתבר איז אז זי פאלגט די הנהלה, און זיי גייט סך הכל אן די נצחון, אבער נניח אז יא, איינמאל קאסטעדי איז איבערגעגעבן געווארן פאר א צווייטען קען זי [לכאורה, ווי איך פארשטיי] קיינמאל צוריק באקומען קאסטעדי נאר מיט די הילף פון רעגירונג און די צו שטימונג פון די פרוי, אויב האט זי נישט קיין פאקטישע בייווייז פון אביוז אויף די פרוי וועט דאס לכאורה נישט קענען געשען, ווי אויך וועט זי נישט קענען ארויסנעמען דאס קינד פון לאנד אא"וו.
איך זעה נישט וואס איז די סיבה אז איינער זאל איר נאכטוען, חוץ נצחון כאמור, אבער אפילו אויב יא, די עסקנים זענען דאך נאר דא די וואס ווילן זיך העלפן
[די אנדערע לאזט דאך נישט עהעם....].