פארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:23 pmדיסעגרי.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:14 pmווען מ'פארלייגט זיך ווען בלויז אויף וואס מ'דארף, דאס הייסט איינזעצן די פירערס, און נישט אויף דאס אויפלעזן די קהילה, וואלט מען געקענט באווייזן זיי צו דערשטיקן אינגאנצן.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:04 pm
ווילאנג די פירער קענען ווייטער דיקטירן זייערע באפעלן פון טורמע, און אנדערע קהילה מיטגלידער קענען איבערנעמען די פירערשאפט לייצעס, אזוי ווי ביידע פון די האט פאקטיש פאסירט אין די עבר ווען נחמן העלבראנץ, מאיר יששכר ראזנער, און די וויינגארטן ברודערס זענען ארעסטירט געווארן, איז נישטא קיין שום אויפטוה ווילאנג מ'באצווינגט נישט די עלטערן גענצליך איבערצולאזן די קולט, ווייל די קולט קען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.
דאס ארעסטירן די פירער איז אייגנטליך וויכטיג צוליב זייערע אומגעהויערע אכזריות'דיגע מעשים, און אז זיי זאלן נישט קענען איבערפלאנצן די קולט ערגעץ אנדערש, אבער פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די קולט איז עס ווייט פון גענוג.
און טאקע צוליב די קלוגע שריט פון די עסקנים צו פאקוסירן אויף ביידע זאכן, האלט מען ב''ה אינמיטן עררייכן די גאנצע ציל בשלימות בעז''ה.
די עסקנים דא זענען גיטע אין קליגע מענטשען.
כ‘פארשטיי פארוואס געוויסע מענטשען האסן עסקנים, אבער ביטע א כלל האט יוצא מן בכלל צומאל
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 360
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3507
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גאנץ א צופרידנשטעלנדע ענטפער, שכוח.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:25 pmמ'קען נישט איינזעצן מענטשן נאר מיט ערענסטע באוייזן אויף פארברעכנס, און צו איינזעצן "אלע" פירערס אויף איינמאל איז כמעט מן הנמנע. חוץ מזה, די קהילה איז נישט קיין קהילה אן די פירערס, און אויב וואלט מען געקענט איינזעצן אלע פירערס אויף א וועג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף די קהילה וואלט די קהילה ממילא צופאלן. דיין גאנצע חילוק צווישן די "הנהלה" און די "קהילה" עקזיסטירט בלויז אין דיין דמיון, דארט איז מען מחנך אז די אייציגסטע תפקיד אויף די וועלט איז פאלגן די הנהלה.
איך שמועס אויס א נושא און כאפ רעכטס און לינקס, אינטערעסאנט...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2240
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4314
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@עהעם נא פארוואס טאקע?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pmפארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:23 pmדיסעגרי.
די עסקנים דא זענען גיטע אין קליגע מענטשען.
כ‘פארשטיי פארוואס געוויסע מענטשען האסן עסקנים, אבער ביטע א כלל האט יוצא מן בכלל צומאל
צו מיר האסטו נאך אויך נישט גענטפערט בעבר.
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 360
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 3507
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב דיר זייער גוט פארשטאנען, און פון טוישן דיין לשון גייט נישט אוועקפאלן מיינע הסברים וואס האבן אפגעפרעגט דיין ארגומענט, און ווער ס'וויל פארשטיין פארוואס ארעסטירן די פירער איז א קנאפע ישועה, קען פשוט איבערליינען מיין פריערדיגע תגובה נאך יעדע מאל וואס דו טוישסט דיין לשון פון פריש.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pmהאסט מיך נישט גוט פארשטאנען, איך זאג אז אויב מ'וואלט זיך בלויז פארלייגט אויף צו ארעסטערירן אלע פירערס וואלט מען געקענט מצליח זיין זיי צו אינגאנצן פארשטילן, אז זיי זאלן שוין נישט קענען האבן א השפעה אויף די מיטגלידער פון אינדרויסן, אבער אז מ'ארבעט אויף אפאר פראנטן קען מען נאר טון פון יעדע זאך אביסל, און אזא פנים האט עססענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:15 pmדעמאגאגיע בה''א הידועה
איך שרייב אפ א גאנצע לאנגע הסבר פארוואס מ'מוז טוהן כך וכך, און דו ענטפערסט א קלארע OH NO...
שוטה
און יא, אזא פנים האט עס, טאקע וויבאלד מ'ארבעט אויף ביידע פראנטן, האט די פרשה אזא שטארקע הצלחה אויף טריט און שריט טראץ אלע פאראויסזאגונגען אז ס'איז נישטא קיין שאנסן אונטערצוברענגען דעם קולט.
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2240
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4314
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שוין בה אז ביזט צופרידען.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:28 pmגאנץ א צופרידנשטעלנדע ענטפער, שכוח.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:25 pmמ'קען נישט איינזעצן מענטשן נאר מיט ערענסטע באוייזן אויף פארברעכנס, און צו איינזעצן "אלע" פירערס אויף איינמאל איז כמעט מן הנמנע. חוץ מזה, די קהילה איז נישט קיין קהילה אן די פירערס, און אויב וואלט מען געקענט איינזעצן אלע פירערס אויף א וועג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף די קהילה וואלט די קהילה ממילא צופאלן. דיין גאנצע חילוק צווישן די "הנהלה" און די "קהילה" עקזיסטירט בלויז אין דיין דמיון, דארט איז מען מחנך אז די אייציגסטע תפקיד אויף די וועלט איז פאלגן די הנהלה.
איך שמועס אויס א נושא און כאפ רעכטס און לינקס, אינטערעסאנט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קודם כל שטייט גראדע נישט אז די קאורט נעמט אן די טענה פון די מאמע, אבער אפילו אויב יא, [איך האב נישט מער אינפארמעשן ווי וואס ווערט געליפטערט דא], זאגט די מאמע סך הכל אז זי געבט נישט איבער פרייוויליג קאסטעדי פון אירע קינדער פאר משפחה פון אינדרויסן, וואס אזוי ארום קען זי באקומען אירע קינדער, און במילא בלייבן זיי [לע"ע] אין די שעלטער - נישט ביי די מאמע - און די יונגסטע בעבי וואס דארף פאקטיש א מאמע האט מען שוין איבערגעגעבן פאר א גוואטמאלע פרוי.אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:13 pmר' על פי תורה מ'דארף קלארקייט דא,זיי פריילאך האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:56 pmדי קאורט פאלגט די מאמע און אזא פאל?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:41 pm
קארעקשען:
ווי איידער צוריקבאקומען אלע קינדער דורכ'ן פארלאזן לב טהור, אדער איבערגעבן אלע קינדער פאר די אייגענע היימישע משפחה מיטגלידער, איז די מאמע געווען גרייט אויפצוגעבן די רעכט אויף אלע קינדער אז זיי זאלן בלייבן פארשפארט אינעם אנשטאלט, און די גאר קליינע בעיבי האט זי איבערגעגעבן קאסטעדי אז דאס קינד זאל וואוינען ביי א פאלנע גוואטעמאלא גוי'טע.
דהיינו זיי גייען ענדערש פסק'נן אז די קינדער בלייבן און אנשטאלט/ביי גויים ווי איידער איבערגעבן קאסטאדי פאר קרובים פון אמעריקא?
אויב די געריכט געבט נאך די מאמע, איז דאך אויס די גאנצע קאמפיין, אלע וועלן נאכטון, און די קינדער וועלן ווייטער ווערן אביוזט, וכו'
מיין שכל זאגט מיר אז די געריכט פארשטייט די צודרייטקייט פון די עלטערן, איז פארוואס זאלן זיי דעיס נאכגעבן?
ס'קען זיין אז די מאמע האט עפעס א אפמאך מיט די פרוי, ס'איז לאו דוקא, מסתבר איז אז זי פאלגט די הנהלה, און זיי גייט סך הכל אן די נצחון, אבער נניח אז יא, איינמאל קאסטעדי איז איבערגעגעבן געווארן פאר א צווייטען קען זי [לכאורה, ווי איך פארשטיי] קיינמאל צוריק באקומען קאסטעדי נאר מיט די הילף פון רעגירונג און די צו שטימונג פון די פרוי, אויב האט זי נישט קיין פאקטישע בייווייז פון אביוז אויף די פרוי וועט דאס לכאורה נישט קענען געשען, ווי אויך וועט זי נישט קענען ארויסנעמען דאס קינד פון לאנד אא"וו.
איך זעה נישט וואס איז די סיבה אז איינער זאל איר נאכטוען, חוץ נצחון כאמור, אבער אפילו אויב יא, די עסקנים זענען דאך נאר דא די וואס ווילן זיך העלפן [די אנדערע לאזט דאך נישט עהעם....].
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2790
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6473
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1779
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6609
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און מיט דעם האט זיך געשלאסן דער ארגומענט וואס עהעם ליפטערט שוין דא פאר אפאר וואכן אז מען זאל אפלאזן די קינדער און בלויז איינזעצן די הנהלה.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:31 pmשוין בה אז ביזט צופרידען.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:28 pmגאנץ א צופרידנשטעלנדע ענטפער, שכוח.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:25 pm
מ'קען נישט איינזעצן מענטשן נאר מיט ערענסטע באוייזן אויף פארברעכנס, און צו איינזעצן "אלע" פירערס אויף איינמאל איז כמעט מן הנמנע. חוץ מזה, די קהילה איז נישט קיין קהילה אן די פירערס, און אויב וואלט מען געקענט איינזעצן אלע פירערס אויף א וועג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף די קהילה וואלט די קהילה ממילא צופאלן. דיין גאנצע חילוק צווישן די "הנהלה" און די "קהילה" עקזיסטירט בלויז אין דיין דמיון, דארט איז מען מחנך אז די אייציגסטע תפקיד אויף די וועלט איז פאלגן די הנהלה.
איך שמועס אויס א נושא און כאפ רעכטס און לינקס, אינטערעסאנט...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
- Location: Brooklyn
- x 184
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט קיין אונונג וואס די ווילסט.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:14 pmווען מ'פארלייגט זיך ווען בלויז אויף וואס מ'דארף, דאס הייסט איינזעצן די פירערס, און נישט אויף דאס אויפלעזן די קהילה, וואלט מען געקענט באווייזן זיי צו דערשטיקן אינגאנצן.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:04 pmווילאנג די פירער קענען ווייטער דיקטירן זייערע באפעלן פון טורמע, און אנדערע קהילה מיטגלידער קענען איבערנעמען די פירערשאפט לייצעס, אזוי ווי ביידע פון די האט פאקטיש פאסירט אין די עבר ווען נחמן העלבראנץ, מאיר יששכר ראזנער, און די וויינגארטן ברודערס זענען ארעסטירט געווארן, איז נישטא קיין שום אויפטוה ווילאנג מ'באצווינגט נישט די עלטערן גענצליך איבערצולאזן די קולט, ווייל די קולט קען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.
דאס ארעסטירן די פירער איז אייגנטליך וויכטיג צוליב זייערע אומגעהויערע אכזריות'דיגע מעשים, און אז זיי זאלן נישט קענען איבערפלאנצן די קולט ערגעץ אנדערש, אבער פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די קולט איז עס ווייט פון גענוג.
און טאקע צוליב די קלוגע שריט פון די עסקנים צו פאקוסירן אויף ביידע זאכן, האלט מען ב''ה אינמיטן עררייכן די גאנצע ציל בשלימות בעז''ה.
מען פארלייגט זיך אויף איין זאך אפטיילן די קהילה פון די פירערס.
די קהלה איז די פירערס, נישטא עפעס אנדערש אין די קהילה חוץ פאלגן די פירערס געזעצן , נישט עפעס אנדערש ממילא ווען מען פיינגט אוועקצוגיין פונעם קהילה מיינט מען די פירערס.
קיינער גייט נישט אן אז זיי בלייבן צוזאמען אויב פאלגן זיי מער נישט די פירערס/סלעש קהילה געזעצן.
אבער די פאקט אז זיי פאלגן יא די פירערס ווילאנג זענען דארט צוזאמען.
נאך עפעס שווער?
איינער האקט ענליך
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט ממש על לא דבר האסט פשוט פארגעסן צו ענטפערןעהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:29 pmדו שרייסט מיך אן על לא דבר!שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 10:11 amכ'בין סתם נייגעריגעהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 9:26 pm
מלקות עד זוב דם כאפן קינדער אויך אין גרעיטער ניו יארק.
אז מ'ווערט אויפגעצויגן אויף א וועג צו האבן קינדער ביי 13 יאר און מ'איז צוגעגרייט צו דעם איז עס נישט קיין עביוז.
איינגעשפארט אין א שטאל? איך ווייס נישט וואס דאס מיינט.
אויב האט דאס מיט תיקונים, האב איך שוין געשריבן וועגן די פירערס דארט, אבער דאס האט גארנישט מיט דעם אומשולדיגן מיטגליד
ווען דו כאפסט ווען אריין די אלע מכות און ענויים וואס זיי האבן געכאפט וואלסטו ווען אויך אזוי געזאגט?...
ווען מען מאכט דיך ווען חתונה ביי די 13 וואלסטו ווען אויך אזוי געזאגט?...
ווען מען שפארט דיך איין אין אזא שטאל וואלסטו ווען אויך אזוי געזאגט?...
ווען מען מאכט אויף דיינע ביינער די אלע געהויבענע תיקונים וואלסטו ווען אויך אזוי געזאגט?...
אויב יא דעמאלטס בין איך פארטיג מיט דיר...
איך האב יעצט געהערט די שוידערליכע ריקארדינג, איך האב נישט געהערט דארט קיין שום עביוז מצד עלטערן, נאר קראנקע עביוז פון די הנהלה, וואס איך האלט פונקט ווי דיר וועגן זיי.
(גראדע האבן אונזערע מלמדים, און ווער רעדט נאך אין די סאטמארע קעמפס, געקענט טון ענליכס, אבער לאמיר נישט פארקריכן פון די נושא).
viewtopic.php?t=2543&start=1850#:~:text ... 7%99%D7%9D.
און אינצווישן איז צוגעקומען נאך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 585
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 6005
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי טוט ער שוין די לעצטע 3 וואכןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pmפארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:23 pmדיסעגרי.
די עסקנים דא זענען גיטע אין קליגע מענטשען.
כ‘פארשטיי פארוואס געוויסע מענטשען האסן עסקנים, אבער ביטע א כלל האט יוצא מן בכלל צומאל
איך האב אים געשריבן למשל אז די קינדער זאגן אז עס איז זיי נאך אלץ בעסער אין די שעלטער ווי אין לב טהור, האט ער פשוט איגנארירט, און אנגעהויבן א פרישע טענה אז מען ארבעט אויף צופיל פראנטן... איך האב שוין פאריגע וואך געבעטן אז קיינער זאל אים נישט ענטפערן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
והעיר אידטיש צהלה ושמחה...שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:38 pmאון מיט דעם האט זיך געשלאסן דער ארגומענט וואס עהעם ליפטערט שוין דא פאר אפאר וואכן אז מען זאל אפלאזן די קינדער און בלויז איינזעצן די הנהלה.
בלייבט נאך איבער צו דערגיין צי איך בין א מיטגליד אין לב טהור, אדער א פשוט'ער וויליאמסבורגער אידל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 585
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 6005
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שרעקליך אינטערעסאנט....עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:28 pmגאנץ א צופרידנשטעלנדע ענטפער, שכוח.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:25 pmמ'קען נישט איינזעצן מענטשן נאר מיט ערענסטע באוייזן אויף פארברעכנס, און צו איינזעצן "אלע" פירערס אויף איינמאל איז כמעט מן הנמנע. חוץ מזה, די קהילה איז נישט קיין קהילה אן די פירערס, און אויב וואלט מען געקענט איינזעצן אלע פירערס אויף א וועג אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף די קהילה וואלט די קהילה ממילא צופאלן. דיין גאנצע חילוק צווישן די "הנהלה" און די "קהילה" עקזיסטירט בלויז אין דיין דמיון, דארט איז מען מחנך אז די אייציגסטע תפקיד אויף די וועלט איז פאלגן די הנהלה.
איך שמועס אויס א נושא און כאפ רעכטס און לינקס, אינטערעסאנט...
אין סאטמאר קעמפ איז אויך אזוי, סאו איך ווייס נישט וואס עס איז אזוי אינטערעסאנט...
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 585
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 6005
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיר זענען עס זייער קלאר דערגאנגען.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:43 pmוהעיר אידטיש צהלה ושמחה...
בלייבט נאך איבער צו דערגיין צי איך בין א מיטגליד אין לב טהור, אדער א פשוט'ער וויליאמסבורגער אידל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מוז עס גלייבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:42 pmאזוי טוט ער שוין די לעצטע 3 וואכןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pmפארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:23 pm
דיסעגרי.
די עסקנים דא זענען גיטע אין קליגע מענטשען.
כ‘פארשטיי פארוואס געוויסע מענטשען האסן עסקנים, אבער ביטע א כלל האט יוצא מן בכלל צומאל
איך האב אים געשריבן למשל אז די קינדער זאגן אז עס איז זיי נאך אלץ בעסער אין די שעלטער ווי אין לב טהור.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:38 pmאון מיט דעם האט זיך געשלאסן דער ארגומענט וואס עהעם ליפטערט שוין דא פאר אפאר וואכן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1779
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6609
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס איז אונז בכלל נישט נוגע.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:43 pmוהעיר אידטיש צהלה ושמחה...
בלייבט נאך איבער צו דערגיין צי איך בין א מיטגליד אין לב טהור, אדער א פשוט'ער וויליאמסבורגער אידל
איין זאך דארף מען דערגיין, פארוואס דער עולם איז מיטגעפארן מיט דיר פאר די לעצטע פאר וואכן, אינדערצייט וואס דו האסט געהאט איין לעכערליכע פוינט וואס דו האסט איבערגעזאגט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל וכו', און זיך נישט צוטון געמאכט פון די קלארע ענטפערס און ראיות און אויפדעקונגען וכו וכו.
א כשרן פרייליכן פסח. מיט משיח'ן אינאיינעם.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ניין אבער דו מעגסט ענטפערן אלע איבריגע קשיותעהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:47 pmאיך מוז עס גלייבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:42 pmאזוי טוט ער שוין די לעצטע 3 וואכןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pm
פארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...
איך האב אים געשריבן למשל אז די קינדער זאגן אז עס איז זיי נאך אלץ בעסער אין די שעלטער ווי אין לב טהור.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב דיר באמת געוואלט לייקן אויף דיין פרישקייט, אבער איך פיל מיר שלעכט צו לייקן א טראל [לדבריך].עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:47 pmאיך מוז עס גלייבן?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:42 pmאזוי טוט ער שוין די לעצטע 3 וואכןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:26 pm
פארוואס ענטפערסטו אויף אזא תגובה? ער האט פריער געזאגט די זעלבע זאך, און נאכדעם וואס איך האב אים זייער קלאר מסביר געווען פארוואס ס'איז נישט אזוי, האט ער פשוט נאכאמאל איבערגעשריבן די זעלבע ארגומענט וואס איך האב נארוואס אפגעפרעגט, און ניטאמאל געשפירט פאר וויכטיג צו פרובירן אפילו ענטפערן אויף מיינע טענות...
איך האב אים געשריבן למשל אז די קינדער זאגן אז עס איז זיי נאך אלץ בעסער אין די שעלטער ווי אין לב טהור.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 845
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1471
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מעלדונג מטעם ההנהלה.
@עהעם זאל מער נישט שרייבן זיין מיינונג בנוגע צו די עסקנים טוען יא אדער נישט גוט.
@אלע מגיבים זאלן מער נישט דעבאטירן אויב ער זאגט יא אדער נישט עפעס א טענה.
נעקסט. און א יישר כח פאר יעדן פאר'ן אויסשמועסן ענינים אזוי נארמאל, שיין און ערוואקסן.
@עהעם זאל מער נישט שרייבן זיין מיינונג בנוגע צו די עסקנים טוען יא אדער נישט גוט.
@אלע מגיבים זאלן מער נישט דעבאטירן אויב ער זאגט יא אדער נישט עפעס א טענה.
נעקסט. און א יישר כח פאר יעדן פאר'ן אויסשמועסן ענינים אזוי נארמאל, שיין און ערוואקסן.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6654
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15348
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מ'דארף זיין אן אכזר צו קענען הערן ביז'ן סוף.
אבער ליידער זעט אויס אז עס פעלט אויס צו דערציילן אלעס.
אבער ליידער זעט אויס אז עס פעלט אויס צו דערציילן אלעס.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 131
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 589
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שוין געהערט גאר אסאך פון יוצאים וואס דארט איז פארגעקומען, פארט האבעך נישט געקענט אנציען מער ווי 2 מינוט אריין אין דעם ריקארדינגדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 5:07 pm מ'דארף זיין אן אכזר צו קענען הערן ביז'ן סוף.
אבער ליידער זעט אויס אז עס פעלט אויס צו דערציילן אלעס.


מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 10:53 am
- x 978
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גאונים אין רשעות, נישטא קיין ווערטער שפראכלאז...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 5:07 pm מ'דארף זיין אן אכזר צו קענען הערן ביז'ן סוף.
אבער ליידער זעט אויס אז עס פעלט אויס צו דערציילן אלעס.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
- Location: שמים וארץ
- x 65
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין קורצן:סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 3:04 pmווילאנג די פירער קענען ווייטער דיקטירן זייערע באפעלן פון טורמע, און אנדערע קהילה מיטגלידער קענען איבערנעמען די פירערשאפט לייצעס, אזוי ווי ביידע פון די האט פאקטיש פאסירט אין די עבר ווען נחמן העלבראנץ, מאיר יששכר ראזנער, און די וויינגארטן ברודערס זענען ארעסטירט געווארן, איז נישטא קיין שום אויפטוה ווילאנג מ'באצווינגט נישט די עלטערן גענצליך איבערצולאזן די קולט, ווייל די קולט קען ווייטער אנגיין אומגעשטערט.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:53 pmאויב זיי וואלטן געגאנגען מיט דעם מהלך עד הסוף וואלטן זיי זיכער מצליח געווען, נאר היות מ'האט געמאכט א טשאלנט פון די הנהלה פארברעכנס מיט די קהילה, און אינאיינוועגס געוואלט פארמאכן דעם אומפאפולערן קהילה פאר יעדע פרייז, האט מען נישט דאס און נישט דאססענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 2:48 pm זיי האבן געטראפן צוויי גאר גוטע וועגן וויאזוי אפצוטיילן די הנהלה פון די עלטערן.
1. דורכ'ן ארעסטירן אלע קולט פירער.
דאס ארעסטירן די פירער איז אייגנטליך וויכטיג צוליב זייערע אומגעהויערע אכזריות'דיגע מעשים, און אז זיי זאלן נישט קענען איבערפלאנצן די קולט ערגעץ אנדערש, אבער פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די קולט איז עס ווייט פון גענוג.
און טאקע צוליב די קלוגע שריט פון די עסקנים צו פאקוסירן אויף ביידע זאכן, האלט מען ב''ה אינמיטן עררייכן די גאנצע ציל בשלימות בעז''ה.
אן די הנהלה, איז דא בכלל א קהילה?
די קהילה פארמאגט דאך נישט קיין פינטל אידישקייט, לימוד התורה, שמירת שבת, "וד"ל", וכו' וכו', טא אויב אזוי:
וואס מיינט "איבערלאזן די קהילה אן די הנהלה", ווען די גאנצע צוזאמשמעלץ אלס קהילה איז "אמונת הנהלה" ותו לא. (כ'האף אז אויף דעם איז נישטא קיין חולק).
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....