ליכטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 12:59 am
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 12:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 12:04 pm
איך וואלט גערן אריין אין א שמועס איבער מענטשהייט און נארמאלקייט, און איך קען גערן מודה זיין אויף עוולות אויך, וואס איז אייגנטליך דא איבעראל, און ס'וועט קיינמאל נישט גרייכן די שפיץ נאגל פון אזא עוולה וואס וויזשניץ האט געוואלט טון, און גייט קיינמאל נישט קענען טון, אויב נישט מיט א פייער פון מחלוקות אשר כמוהו לא הי'.
בנוגע הלכה האב איך דיר געזאגט, עס האט להלכה די זעלבע דין ווי שכונת עצי תמרים און שכונת ויואל משה. לכל הדיעות ולכל הפוסקים.
איך גיי נישט אריינגיין בנוגע וויזניץ ספעציפיש, אבער איך האב שוין געשריבן אז עס איז דא א מקום להלכה אז די רבנים פון שטאט זאלן קענען אסר'ן זאכן פאר געגנטער מחוץ לעיר אויב קען עס שאדן פאר די שטאט. איך האב זיך באצויגן ספעציפיש צו די דעקלעראציע אז הלכה'דיג איז יעדע הויז וואו א איד ציט זיך אריין אין די כ'ווייס-נישט-וויפיל מייל ארום קרית יואל אונטערגעווארפן קרית יואל לכל דיני העיר.
און בנוגע דיין 'ראי' פון עצי צמרים און ויואל משה, ערבך ערבא צריך. (נאכאמאל, נישט בנוגע די זיפקאוד און נישט בנוגע צו די רבנים פון קרית יואל האבן א רעכט צו פאדערן זאכן וואס קענען שאדן פאר די שטאט. מען רעדט ספעציפיש צו עס הייסט הלכה'דיג א חלק פון די שטאט.)
די גלילות פון אינדערהיים פון וואס דו רעדסט זענען געווען מער פון כ'ווייס-נישט-וויפיל מייל ווייטער ווי ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו איז פון ווילעדזש אוו קרית יואל.
און עס איז נישט געווען קיין געגנט ווי די איינוואוינער פון די שטאט גופא האבן זיך אויסגעשפרייט, נאר עקסטערע שטעטלעך במלוא מובן.
און מיט דעם אלעם איז עס געווען אונטערגעווארפן אונטערן שטאט, כ"ש וכ"ש דא.
קיין איין גלילות שטעטל איז נישט געווען אויטאמאטיש אונטערגעווארפן אונטער די קהילה פון די גרויסע שטאט, נאר אויב די איינוואוינער פון שטעטל האבן אזוי געוואלט. עס זענען געווען שטעטלעך וואס האבן געהאט אייגענע רבנים, און עס איז אפילו געווען שטעט וואס האבן געהאט איין רב פאר די שטאט און איין רב פאר די גלילות, לויט וויאזוי די גלילות אליין האבן מחליט געווען. וועסט נישט טרעפן אין קיין שום ספר פון פאר'ן קריג אז ווען א איד ציט זיך אריין די ערשטע איד אין שטעטל איז ער אויטאמאטיש משועבד צו די קהל פון די שכנו'דיגע גרויסע שטאט, און דאס אפילו ווען ער האט גענוצט די מקוה אין די גרויסע שטאט און איז אהינגעפארן ימים נוראים וכדומה. און ווען די שטאטישע איינוואוינער האבן געוואלט האבן זיי זיך געקענט אונטערווארפן א רב וואס האט געוואוינט ווייט אוועק, א שטייגער ווי קלויזענבורג אונטער רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
כעדער געבן איין דוגמא וואס איך קען נישט שרייבן די נעמען ברבים משום חשש גילוי, אבער אין אישי קען איך דיר שרייבן די נעמען. אין א שטעטל נעבן א געוויסע באקאנטע גרויסע שטאט אין אונגארן האט מען געטראפן נאטורליכע אוצרות, און דאס האט געברענגט אז אידן האבן אנגעהויבן זיך באזעצן דארט. די אידן האבן אויפגענומען מיין זיידע אלס רב, און קיינעם אין די גרויסע שטאט איז נישט בייגעפאלן אז עכט זענען זיי משועבד צו די גרויסע שטאט. נאכמער, ווען אידן האבן זיך באזעצט אין נאך ארומיגע שטעטלעך און האבן באשלאסן זיך אנצושליסן אלס גלילות אין די רבנות פון מיין זיידנ'ס שטעטל, איז ווייטער קיינעם אין די גרויסע שטאט נישט בייגעפאלן אז עכט געהערן זיי אהין און זענען אונטערגעווארפן אונטער די גרויסע שטאט.
ליין אביסעלע וויאזוי די גלילות רבנות איז צוגעגאנגען, אדער פרעג ביי מענטשן וואס האבן געליינט אסאך. קוק אביסעלע אין די פסקים פון די דיני תורות אדער אין די תשובות וואס רעדן איבער די נושא.