שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 121

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

אקעי.

דער גאס זאגט אז עס זענען דא צוויי זייטן דא, אבער נאר איין זייט שטימט דערווייל אין מיינע אויגן.

פון איין זייט האט האדמו"ר מוויזניץ אפאר מאל שוין געזאגט קלאר - און איך האב דעיס שוין קלאר געשטעלט ביים מקור ראשון - אז ער פון זיין זייט איז פארטיג דערמיט און מ'האלט אינמיטן זעהן וואס עס זענען די פלענער אויף ווייטער, יא, עס איז געווען זייער שווער, אבער דאס איז דער באשלוס, וויזניץ מיט בלומינגראוו קענען זיך מער נישט.

און פון דער צווייטער זייט זענען דא גאר אומקלארע באריכטן פון עפעס א מקח צווישן מהרי"י מיט וויזניץ איבער דעם שטח, און עס איז געווען א בילד ווי מען זיצט ביי מהרי"י אינדערהיים, און דארט ווערט געזעהן די פירער פון יו. דזשעי. סי. וואס זיי זענען די וואס האבן בכלל אהער געברענגט וויזניץ...

קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס איז דער אנגעבליכע דיעל וואס קהלת סאטמאר מהרי"י האט אנגעבליך געשלאסן מיט וויזניץ/דושינסקי??

און וויאזוי גייען די פלענער ווייטער?

עס פעלט חומר דא.

און מיינע אויגן איז דער גאנצער מהרי"י זייט פון די נייעס מיט וויזניץ די לעצטע וואך פשוט געווען א ספין פון די וועלכע האבן נישט געקענט אראפ שלינגען דעם הילכיגן דורכפאל.

און אויב איז עס טאקע אזוי וועט עס לכאורה שטארק בעקפייערן סיי פאר קהלת סאטמאר מהרי"י און סיי פאר די וואס האבן זיי אריינגעדרייט דערין.
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
ישמח משה
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:06 am
Location: Monroe
x 15

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ישמח משה »

קאמען סענס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:28 pm אין די הסכם שטייט קלאר ארויס געשריבן אז וויזניץ קען מאכן דארט א "ישוב" און ד' ע' האט עס גע'חתם'ט
קיין אמתדיגע ענטפער גייסטו נישט באקומען דא אויף די סייט ווייל די ענטפער איז אז די דיעל איז געווען א טעות אבער די היצקעפ ווילן דעס נישט אדמיטן אין שרייען אז מהאט דעמאלטס געמאכט א דיעל נאר אויף א קרקע פאר די מגי״ש
איך אלס תושב אין בלומינגראוו געדענק הונדרעט פראצענטיג אז וויזניץ האט שוין געאונט די יעצטיגע לאט ביים דיעל אין יעדער האט דעמאלטס געשמועסט אז סקומט א שטעטל אין איך אליין האב עס דעמאלטס בשעתו געהערט פון דוד
אבער סאיז עניוועי נישט נוגע ווייל די מעסעדזש גייט ווערן געמעקט צוליב אמת שיש בו…
ישמח משה
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:06 am
Location: Monroe
x 15

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ישמח משה »

מיין אפיניען איז אז ווען מהר״א קומט ארויס זאגן אז די דיעל איז געווען א טעות אין ער וויל אז וויזניץ זאל נישט מאכן א שטעטל וואלט רוב כלל ישראל געהאלטן מיט איהם
די עיקר וואס באדערט פאר מענטשן יעצט איז די לייקונונג און אפענע קאראפשען… די ספינעריי אז וויזניץ האט לכתחילה געוויסט דעס איז זייער נישט פאסיג בפרט ווען סאיז דאקומענטירטף
שוין יעצט קען מען מעקן די מעסעדזש ווייל ספאטשט אין פנים
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 121

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

קאמען סענס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:41 pm די דיל איז אז וויזניץ פארקויפט די ערשטע 150 דירות פאר חסידי מהר"יי
די זייט וואס האט זיך געטראפן מיט דעם הילכיגן דורכפאל.... זינגען די ניגון פון "בטל ומבוטל"
עם עקש תתפתל
פון וועלכע זייט רעדסטו? פון וויזניץ? וויזניצע רבי איז דער וואס זאגט עס.
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4631

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:49 pm מיין אפיניען איז אז ווען מהר״א קומט ארויס זאגן אז די דיעל איז געווען א טעות אין ער וויל אז וויזניץ זאל נישט מאכן א שטעטל וואלט רוב כלל ישראל געהאלטן מיט איהם
די עיקר וואס באדערט פאר מענטשן יעצט איז די לייקונונג און אפענע קאראפשען… די ספינעריי אז וויזניץ האט לכתחילה געוויסט דעס איז זייער נישט פאסיג בפרט ווען סאיז דאקומענטירטף
שוין יעצט קען מען מעקן די מעסעדזש ווייל ספאטשט אין פנים
אן ענטפערן יעצט אויף דיינע ווערטער (אפשר אן אנדערס מאל) זייט וויסן אים אינטערסירט נישט וואס מענטשן האלטן... ער טוט וואס ער האלט אז ער דארף צו טון.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויב עפעס פאטשט אין פנים, איז עס די ווילדקייט פון דיין שפראך. פראסקעט און שפריצט און פאטשט, ווי איינער וואס האט געכאפט א זעץ. בארואיגט אייך. מיר קענען שמועסן פאקטן נארמאל.

לענין, במציאות האט "קיינער" נישט גערעדט פון קיין וויזשניצע קרי' אין קרית יואל/בלומינגראוו, נישט ר' דוד עקשטיין און נישט וויזשניץ, ביז 1.5 יאר צוריק ווען דער UJC קאמאנדיר ענד טשיף האט געבראכן די נייעס ביי א דינער אין וויזשניץ מיט גרויס אויסברעכונג, און די ברעכנדע דרשה איז בשעתו פובליצירט געווארן אויף יעדע מעגליכע וועג צו פייערן אז בלומינגראוו-מאנסי ווערט אצינד א פאקט.

דעמאלס איז דאס געווארן, און דעמאלס האבן די עסקני בלומינגראוו אנגעהויבן וויינען און שרייען פאר זייערע דורות.

דאס איז די גענויע מציאת הדברים וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן.

צו מען האט בעפאר געהאט גערעדט וועגן דירות פאר די מגישי שיעור וכו'? יא. צו מען וועט יעצט אויך דעיס באקעמפן זעענדיג וואס ס'ברענגט? מעגליך, איך ווייס נישט.
ישמח משה
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:06 am
Location: Monroe
x 15

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יו

פאוסט דורך ישמח משה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:02 pm
ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:49 pm מיין אפיניען איז אז ווען מהר״א קומט ארויס זאגן אז די דיעל איז געווען א טעות אין ער וויל אז וויזניץ זאל נישט מאכן א שטעטל וואלט רוב כלל ישראל געהאלטן מיט איהם
די עיקר וואס באדערט פאר מענטשן יעצט איז די לייקונונג און אפענע קאראפשען… די ספינעריי אז וויזניץ האט לכתחילה געוויסט דעס איז זייער נישט פאסיג בפרט ווען סאיז דאקומענטירטף
שוין יעצט קען מען מעקן די מעסעדזש ווייל ספאטשט אין פנים
אויב עפעס פאטשט אין פנים, איז עס די ווילדקייט פון דיין שפראך. פראסקעט און שפריצט און פאטשט, ווי איינער וואס האט געכאפט א זעץ. בארואיגט אייך. מיר קענען שמועסן פאקטן נארמאל.

לענין, במציאות האט "קיינער" נישט גערעדט פון קיין וויזשניצע קרי' אין קרית יואל/בלומינגראוו, נישט ר' דוד עקשטיין און נישט וויזשניץ, ביז 1.5 יאר צוריק ווען דער UJC קאמאנדיר ענד טשיף האט געבראכן די נייעס ביי א דינער אין וויזשניץ מיט גרויס אויסברעכונג, און די ברעכנדע דרשה איז בשעתו פובליצירט געווארן אויף יעדע מעגליכע וועג צו פייערן אז בלומינגראוו-מאנסי ווערט אצינד א פאקט.

דעמאלס איז דאס געווארן, און דעמאלס האבן די עסקני בלומינגראוו אנגעהויבן וויינען און שרייען פאר זייערע דורות.

דאס איז די גענויע מציאת הדברים וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן.

צו מען האט בעפאר געהאט גערעדט וועגן דירות פאר די מגישי שיעור וכו'? יא. צו מען וועט יעצט אויך דעיס באקעמפן זעענדיג וואס ס'ברענגט? מעגליך, איך ווייס נישט.
צוואנציג יאר צוריק וואלט איך אויך זיך אנגענומען פאר די עסטעבלישמענט אין פארפירט איך בין עלטער געווארן אין זאכן האבן זיך געטוישט
בנוגע ר׳ דוד האב איך עס אליינס געהרט פון איהם דעמאלטס אין פליז פארדריי נישט קיין פאקטן
די ליגענט אין ספינעריי איז ערגער פון אלעס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יו

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:06 pm בנוגע ר׳ דוד האב איך עס אליינס געהרט פון איהם דעמאלטס אין פליז פארדריי נישט קיין פאקטן

משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 428

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

פארוואס ליינט מען אין ירושלים די מגילה ט''ו נישט י''ד
די שטאט ירושלים להלכה איז נאר אלט שטאט נישט די היינטיגע ירושלים
אמאל איז געווען א מחלוקה ווייל עס איז געווען צוויי אנדערע שטעט היינט איז שוין יעדער חודה אז עס הייסט איין שטאט כאטש ניי ירושלים האט מיט אלט שטאט נישט קיין שום שייכות ווערט מעו בטל צו אלע מנהגי העיר, ווי נישט האבן קיין פויעק ביי קיין חתונה ליינען די מגילה ט''ו וכדו'
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1633
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2680

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אני מאמין איך גלייב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:36 pm אקעי.

דער גאס זאגט אז עס זענען דא צוויי זייטן דא, אבער נאר איין זייט שטימט דערווייל אין מיינע אויגן.

פון איין זייט האט האדמו"ר מוויזניץ אפאר מאל שוין געזאגט קלאר - און איך האב דעיס שוין קלאר געשטעלט ביים מקור ראשון - אז ער פון זיין זייט איז פארטיג דערמיט און מ'האלט אינמיטן זעהן וואס עס זענען די פלענער אויף ווייטער, יא, עס איז געווען זייער שווער, אבער דאס איז דער באשלוס, וויזניץ מיט בלומינגראוו קענען זיך מער נישט.

און פון דער צווייטער זייט זענען דא גאר אומקלארע באריכטן פון עפעס א מקח צווישן מהרי"י מיט וויזניץ איבער דעם שטח, און עס איז געווען א בילד ווי מען זיצט ביי מהרי"י אינדערהיים, און דארט ווערט געזעהן די פירער פון יו. דזשעי. סי. וואס זיי זענען די וואס האבן בכלל אהער געברענגט וויזניץ...

קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס איז דער אנגעבליכע דיעל וואס קהלת סאטמאר מהרי"י האט אנגעבליך געשלאסן מיט וויזניץ/דושינסקי??

און וויאזוי גייען די פלענער ווייטער?

עס פעלט חומר דא.

און מיינע אויגן איז דער גאנצער מהרי"י זייט פון די נייעס מיט וויזניץ די לעצטע וואך פשוט געווען א ספין פון די וועלכע האבן נישט געקענט אראפ שלינגען דעם הילכיגן דורכפאל.

און אויב איז עס טאקע אזוי וועט עס לכאורה שטארק בעקפייערן סיי פאר קהלת סאטמאר מהרי"י און סיי פאר די וואס האבן זיי אריינגעדרייט דערין.
זייער גיט געזאגט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יו

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:26 pm קאראפציע איז גרוליג
דו מיינסט אז אומזינסט האס איך אזוי די וועלט'ס מערסט-פארשלייערטע קארופציע הנקרא UJC?
חושן
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:03 pm
x 38

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יו

פאוסט דורך חושן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:30 pm

פאר די אימוויסענדע, אביסל דעטאלן ביטע פין די וועלטס מערסט-פארשלייערטע קארופציע הנקרא UJC, אין וואס טיען זיי אנדערש פין די וועלט'ס מערסטע דעמאקראטישע יושר'דיגע דורכזיכטיגע פאראיין הנקרא kj village?

חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:42 pm

נאר ברמז:

אויב איז דא עניטינג וואס קען גרייזיג ווערן אנגערופן קארופציע אין קרית יואל ווילעדזש, איז עס עפעס וואס איז געווידמעט פאר פובליק אינסטיטוציעס.

אויב איז דא עניטינג וואס קען גרייזיג ווערן אנגערופן יושר אין בלומינגראוו ווילעדזש, באדייט עס א פארלוסט פאר פריוואטע טאשן.

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:45 pm

אקעי דאס איז על פי סוד, א פשוטע פשט איז אויך דא פאר די פשוטי בני עם?
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 403

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

למשל עזר...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:51 pm למשל עזר...
זייער א פאסיגע משל. כאטש נאר גאנץ א שוואכע משל.

עזר העלט צענטער אין ק"י ווילעדזש, בענעפעטירט נישט קיין יחידים, נאר אויב עפעס, די מוסדות וועלכע מאכן די רענט.

משא"כ רעפיד קעיר אין בלומינגראוו ווילעדש, בענעפיטירט א יחיד. צופעליג איינעם פון UJC וואס די אינקאם דערפון איז זיינס (סייד נאוט: איך פארגין עס גערן).
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 155

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית י

פאוסט דורך צדיק נסתר »

ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:01 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:57 pm
ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:49 pm מיין אפיניען איז אז ווען מהר״א קומט ארויס זאגן אז די דיעל איז געווען א טעות אין ער וויל אז וויזניץ זאל נישט מאכן א שטעטל וואלט רוב כלל ישראל געהאלטן מיט איהם
די עיקר וואס באדערט פאר מענטשן יעצט איז די לייקונונג און אפענע קאראפשען… די ספינעריי אז וויזניץ האט לכתחילה געוויסט דעס איז זייער נישט פאסיג בפרט ווען סאיז דאקומענטירטף
שוין יעצט קען מען מעקן די מעסעדזש ווייל ספאטשט אין פנים
אן ענטפערן יעצט אויף דיינע ווערטער (אפשר אן אנדערס מאל) זייט וויסן אים אינטערסירט נישט וואס מענטשן האלטן... ער טוט וואס ער האלט אז ער דארף צו טון.
די שרייען בטל ומבוטל ווי א בת היענה אין די גאנצע דריי הונדרעט דאלער א פוס זיג געים ווען סקאסט נאר מער ווייל זי דעוועלעפערס בויען ביליגער קומט פון נשיט קוקן וואס יענער זאגט… כאכאכאכא
וועמען פאפסטו?? איך בין די זעלבע טייג ווי דיר מיר קענסטו נישט איינרעדן די אלע שטוסים
דו האסט אונז געהעריג אויסגעשפילט...

נעכטן ביזטו תמימותדיג אריינגעקומען צום ערשטן מאל אין יודטיש מיט א טענה אז מ'טאר נישט טשעפענען קיין מענטשן, און די האסט נישט קיין שום אגענדע דא, נאר דו ווילסט נישט אז מען זאל נישט ליידן, למעשה נאך איין טאג האסטו זיך נישט געקענט איינהאלטן אז דו וואוינסט גאר אין ב"ג און דו ביסט העווי אינוואלווד, דו רעדסט צו ר' דוד, זעהסט הסכמים...

קום אריין וואס נאך ווייסטו??
חושן
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:03 pm
x 38

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חושן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:55 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:51 pm למשל עזר...
זייער א פאסיגע משל. כאטש נאר גאנץ א שוואכע משל.

עזר העלט צענטער אין ק"י ווילעדזש, בענעפעטירט נישט קיין יחידים, נאר אויב עפעס, די מוסדות וועלכע מאכן די רענט.

משא"כ רעפיד קעיר אין בלומינגראוו ווילעדש, בענעפיטירט א יחיד. צופעליג איינעם פון UJC וואס די אינקאם דערפון איז זיינס (סייד נאוט: איך פארגין עס גערן).
רעפיד קער ברויך אויך כסדר בויען פרישע געביידעס צוילבן שרעקליכען פראבלעם פין גאווערמענט פאנדעט מאני אינדערצייט ווען די שטאט געפינד זיך אין א דעטאל קריזיס?

און וואס איז טאקע פשט אז אין א שטאט פין טוזענטער נפשות געפינט זיך נאר איין מעדיקעל סענטער, דאס זענען אויך די משכילים פין UJC שילדיג?
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 155

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צדיק נסתר »

חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 12:08 pm ווי האט מיר איינער געזאגט?

ס'וואלט אפשר יא געלוינט אז וויזשניץ זאל עפענען דא מוסדות און א געהעריגע ביהמ"ד.

ווייל דעמאלס וואלט סאטמאר צוריק געווארן סאטמאר :roll: און ס'וואלט געגאנגען פייער פון די באלאטעס. ווייל פאליטיק האט שוין אויסגעוועפט, אידישקייט נאכנישט.
למעשה קימט וווישניץ יא, נאר זיי גייען נישט עפענען קיין מוסדות מיט קיין געהעריגע ביהמ"ד? קענסט פליס אויסקלארן, עפעס האט זיך געטוישט דיין שפראך די לעצטע פאר טאג,

אגב, פאליטיק האט טאקע אויסגעוועפט, אבער אריין לייגן אידישקייט אין פאליטיק (וואס איז נאך סאך א גרעסערע פאליטיק, ווי די עצם פאלטיק) גייט אן בתוקפו, עכ"פ פין איין צד,
איך מיין ס'איז פשוט א שאד זיך צו קריגן אויב יחידים פון ווישניץ גייען נאך קומען קיין ק"י

ענדערש קום דא ארויף נעקסטע מאל א וויזשניצע איד מופט אהער...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12982

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@חושן :lol:
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4631

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית י

פאוסט דורך שמח »

ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:01 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:57 pm
ישמח משה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 6:49 pm מיין אפיניען איז אז ווען מהר״א קומט ארויס זאגן אז די דיעל איז געווען א טעות אין ער וויל אז וויזניץ זאל נישט מאכן א שטעטל וואלט רוב כלל ישראל געהאלטן מיט איהם
די עיקר וואס באדערט פאר מענטשן יעצט איז די לייקונונג און אפענע קאראפשען… די ספינעריי אז וויזניץ האט לכתחילה געוויסט דעס איז זייער נישט פאסיג בפרט ווען סאיז דאקומענטירטף
שוין יעצט קען מען מעקן די מעסעדזש ווייל ספאטשט אין פנים
אן ענטפערן יעצט אויף דיינע ווערטער (אפשר אן אנדערס מאל) זייט וויסן אים אינטערסירט נישט וואס מענטשן האלטן... ער טוט וואס ער האלט אז ער דארף צו טון.
די שרייען בטל ומבוטל ווי א בת היענה אין די גאנצע דריי הונדרעט דאלער א פוס זיג געים ווען סקאסט נאר מער ווייל זי דעוועלעפערס בויען ביליגער קומט פון נשיט קוקן וואס יענער זאגט… כאכאכאכא
וועמען פאפסטו?? איך בין די זעלבע טייג ווי דיר מיר קענסטו נישט איינרעדן די אלע שטוסים
האסט פראבירט רעדן נארמאל לאגיק אן שרייען בת הינה און ענליכע לאזונגען? קענסט מסביר זיין פלעין פשוט?

האט וויזניצער רבי נישט געזאגט אז ער גייט נישט מאכן זיין קריה אין קרית יואל?

וואס איז דיין פראבלעם יעצט, רעד קלאר ביטע.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
לעבעדיגע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 15

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 11:29 am
לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 1:15 am
חושן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 7:11 pm

איך ווייס נישט, בפשטות וואלט איך געזאגט ביז די ווילידש גרעניצען, אז וויל צי לייגן גלילת אפשר קען מען טיען ווי סקווירא?! אבער אנלימיטעט האט זיכער נישט קיין פשט, איך קען א איד וואס מופט שוין צים פערטן מאל, ווייל ער וויל דירעקט זיין אינדרויסן, ער האלט שוין ביי עקזיט 122, גייסטי זאגן יעדעס מאל ריקט זיך די גרעניץ?!

איך ברויך נישט מאכן קיין לצינות פין די סערווירסעס המצאה ווויל סאיז דא לצינות אליין, יעדע אידישע שטאט ניצט סערווירסעס פין די דערנעבעדגיע שטאט, ווי קלענער די שטאט איז אלץ מער ניצט מען, ביז די שטאט פארגרעסערט זיך אליינס,

וויליאמסבורג אידן ניצן נאך אלס סערווירסעס פין בארא פארק, די קלענערע שטעט גייען אלס ניצן סערווירסעס פין די גרעסערע שכינה שטאט,

און, וויזניץ קימט נישט אהער ווייל זיי דארפן סערווירסעס פין קרית יואל, זיי קימען ווייל דא האבן זיי פערמיטס, און נישט פין קרית יואל, מיט א גיטע פראפערטי, אאוודא גייען זיי ניצן די סערווירסעס פין דא ביז זיי גייען זיך אליינס אויפבויען, אבער דאס מיינט נישט אז וועגען דעם ווערט דאס דיינס, אחיץ די קיקסט מיט טראמפ גלעזער, ווייל קאנאדע מיז מער ציקימען צי אמעריקע ווי אמעריקע צי קאנאדע ממילא איז עס מיינס.
ביז ווי למשל גייט וויליאמסבורג?

לכל הפחות ביז בארא פארק אין דרום (ווייל די בארא פארקער פרויען קומען איינקויפן אין וויליאמסבורג, בפרט זינט די עפענונג פון די W מאלל) און ביז נאך דזשערזי סיטי אין מערב... אפילו מאנהעטן איז בכלל, צוליב די כולל אין מאנהעטן וואס ברענגט אריין יונגעלייט פון וויליאמסבורג...
כ׳האב נישט געטראכט אז די גייסט נישט פארשטיין וואס איך מיין צו פרעגן אדער האסטו יא נאר דוקא ג׳ענטפערט אויף דעם אופן….

איז לאמיר עס פרעגן קלאר!

סקילמאן איז א חלק פון וויליאמסבורג?? מעג איך מאכען א עירוב אויף סקילמאן?? מעג איך מאכען שירים ושיעורים אויף סקילמאן??

לכאורה יא ווייל מאנסי גייט ביז מאנטריאל און מאנהעטאן ביז וויליאמסבורג און בארא פארק ביז קיימישע…..
לעבעדיגע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 15

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:11 pm
חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:08 pm

למעשה קימט וווישניץ יא, נאר זיי גייען נישט עפענען קיין מוסדות מיט קיין געהעריגע ביהמ"ד? קענסט פליס אויסקלארן, עפעס האט זיך געטוישט דיין שפראך די לעצטע פאר טאג,

אגב, פאליטיק האט טאקע אויסגעוועפט, אבער אריין לייגן אידישקייט אין פאליטיק (וואס איז נאך סאך א גרעסערע פאליטיק, ווי די עצם פאלטיק) גייט אן בתוקפו, עכ"פ פין איין צד,
ניין, וויזשניץ קומט נישט.

יחידים וואוינען דא, אלס מגידי שיעור און להבדיל קוימען קערער אין זייער ישיבה.

אויב וועלן די יחידים איין טאג וועלן זיך עסטעבלישן וועט דעמאלס געשען דער פייער. ווייל ס'איז אידישקייט, ס'האט מיט פאליטיק גארנישט, ממילא גייט עס נישט זיין די היינטיגע פאליטישע סטייל, נאר א פייער ווי אין די גוטע צייטן פון כלל ישראל. אפילו אויב עמיצער האלט אנדערש.
די יחידים וואס וואוינען דא זענען אלע איינגעשטעלט אין די ישיבה?

גייען יחידים מופען צי די נייע דעוועלפמענט וואס מבויעט יעצט?

די פייער וואס גייט געשען ווען די יחידים גייען עפענען א ביהמ"ד, גייט זיין א גרעסערע פייער ווי די פייער וואס איז געשען ווען מהאט געעפנט די ערשטע שיל?

וועגן טיען מלאכת פאר די זמן ר"ת איז שוין לכאורה נישט קיין שים פראבלעם, וויל מהאט דאך שוין איינמאל אויסגעריפן אין די ערשטע ביהמ"ד אז מזאל נישט טיען קיין מלאכת בהפרסיה, און ווי באקאנט איז דאס געווען דעם רבי זי"ע עיקר מלחמה בנוגע ר"ת, צי קענען ווייזען ווער סאיז באלעבאס,
ניין נישט אין די ערשטע ביהמ״ד האט מען עס אויסגערופען, דו מיינסט מן הסתם עפעס א האטליין וואס האט אזוי אויסגערופען יענעם פרייטאג…

אבער אין ביהמ״ד האט הרה״ג חיים מאיר האגער שליט׳׳א געזאגט אז מגייט צולייגען צום שבת ביזען 72 אזוי ווי די מנהג המקום און עס שיין אריינגעטייטשט אז כי לו נאה ביז יעצט האט מען געהאלטען ביז 56 כי לו יאה יעצט גיי מיר צולייגען נאך 16 מינוט צום הייליגען שבת!
פרייליך זיין
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 12:50 am
x 32

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פרייליך זיין »

חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:11 pm
חושן האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:08 pm

למעשה קימט וווישניץ יא, נאר זיי גייען נישט עפענען קיין מוסדות מיט קיין געהעריגע ביהמ"ד? קענסט פליס אויסקלארן, עפעס האט זיך געטוישט דיין שפראך די לעצטע פאר טאג,

אגב, פאליטיק האט טאקע אויסגעוועפט, אבער אריין לייגן אידישקייט אין פאליטיק (וואס איז נאך סאך א גרעסערע פאליטיק, ווי די עצם פאלטיק) גייט אן בתוקפו, עכ"פ פין איין צד,
ניין, וויזשניץ קומט נישט.

יחידים וואוינען דא, אלס מגידי שיעור און להבדיל קוימען קערער אין זייער ישיבה.

אויב וועלן די יחידים איין טאג וועלן זיך עסטעבלישן וועט דעמאלס געשען דער פייער. ווייל ס'איז אידישקייט, ס'האט מיט פאליטיק גארנישט, ממילא גייט עס נישט זיין די היינטיגע פאליטישע סטייל, נאר א פייער ווי אין די גוטע צייטן פון כלל ישראל. אפילו אויב עמיצער האלט אנדערש.
די יחידים וואס וואוינען דא זענען אלע איינגעשטעלט אין די ישיבה?

גייען יחידים מופען צי די נייע דעוועלפמענט וואס מבויעט יעצט?

די פייער וואס גייט געשען ווען די יחידים גייען עפענען א ביהמ"ד, גייט זיין א גרעסערע פייער ווי די פייער וואס איז געשען ווען מהאט געעפנט די ערשטע שיל?

וועגן טיען מלאכת פאר די זמן ר"ת איז שוין לכאורה נישט קיין שים פראבלעם, וויל מהאט דאך שוין איינמאל אויסגעריפן אין די ערשטע ביהמ"ד אז מזאל נישט טיען קיין מלאכת בהפרסיה, און ווי באקאנט איז דאס געווען דעם רבי זי"ע עיקר מלחמה בנוגע ר"ת, צי קענען ווייזען ווער סאיז באלעבאס,
פארוואס פארדרייסטו די רבי זי״ע מערכות? די רבי׳ס עיקר מערכות איז געווען וועגן מאכען א עירוב אין וויליאמסבורג און אז מ׳דארף לערנען צוויי שעה ענגליש…
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1201

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

משה רבינו האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:22 pm פארוואס ליינט מען אין ירושלים די מגילה ט''ו נישט י''ד
די שטאט ירושלים להלכה איז נאר אלט שטאט נישט די היינטיגע ירושלים
אמאל איז געווען א מחלוקה ווייל עס איז געווען צוויי אנדערע שטעט היינט איז שוין יעדער חודה אז עס הייסט איין שטאט כאטש ניי ירושלים האט מיט אלט שטאט נישט קיין שום שייכות ווערט מעו בטל צו אלע מנהגי העיר, ווי נישט האבן קיין פויעק ביי קיין חתונה ליינען די מגילה ט''ו וכדו'

איר מישט הוידל מיט בוידל. ביי קריאת המגילה זאגט די גמרא (מגילה ג:) אז א שטאט וואס איז סמוך אדער נראה צו א מוקף חומה ליינט מען ט"ו, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (סי' תרפ"ח סעיף ב'). האט נישט די מינדעסטע שייכות מיט מנהגי העיר.
שרייב פאוסט