שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 15, 2025 9:19 pm
ק/פ: @סענס אף יומער
אין גאר א פאזיטיווע אנטוויקלונג קומט אריין די גוטע נייעס, אז די געטרייע עסקנים זענען פארלאפענע וואך ענדליך צוגעלאזט געווארן און אריינגעגאנגען צו די עלטערע קינדער, און אנשטאט צו שלאגן און ווילדעווען ווי זיי פלעגן טוהן ביז היינט צו אלע באזוכער וואס פלעגן קומען געבן עסן און זיך אפגעבן מיט זיי, זענען זיי געווען זייער רואיג און פריינטליך, און זיי האבן אפילו געגעסן אלעס וואס מ'האט זיי געברענגט, מילך/אייער/פלייש וכדו'. זיי האבן זיך געבעטן אז מ'זאל זיי ארויסנעמען פון דארט, זיי ווילן נישט צוריק גיין צו לב טהור, זיי ווילן קומען קיין אמעריקע און אנהייבן א נייעם בלאט!
נאכן זעהן פונדערנאנט די גאר פריידיגע אנטוויקלונג אז די קינדער זענען שוין אליינס וויליג אפצולאזן דעם קולט, גייט מען אי''ה אנהייבן ארבעטן אויף א נייע מהלך וויאזוי צו ברענגען א גענצליכע ענדע צו דעם פארשאלטענעם כת אויפן שנעלסטן און מערסט אפעקטיוון אופן וואס איז שייך בעז"ה.
ובשם השם נעשה ונצליח.
כ‘האף אז דאס איז נישט א שפיל פון די מנהיגים פון די כת.
מען הייסט די קינדער מיטצוארבעטן, מען הייסט ביסלעכווייז משפחות צו דעפעקטירן, ארויסגיין צוביסלעך.
נעמען מאקסימום הילף פון אחב”י די בכל אתר ואתר.
חבו עד יעבור זעם, און אחר המבול וועט מען זיך ביסלעכווייז גרופירן אויף א נייעם פלאץ.
מיין שכל און געפיל זאגט מיר אזוי, פון ווען מען האט געהערט אז אריאל גאלדמאן האט איבערגעלאזט דאס פלאץ.
איך קען שרייבן מער איבער מיין טעאריע, אבער כ‘האב מיך איינגעהאלטן די גאנצע צייט ווייל כ‘האב נישט געוואלט שטערן די קאמפיין, על צד אז עס גייט יא ארויסקומען א טובה פון די גאנצע עסקנות דא.
נאך עטליכע נקודות וואס כ‘וויל ווען אויסשמיעסן אבער כ‘בין חושש אז עס קען שאדן מאכן פאר די יוצאים, על צד אז זיי מיינען עס ערענסט און אז דאס איז אאקע די ריכטיגע מהלך.
סארי פארן עס אויסברעכן. איך האלט מיך שוין איין זייער לאנג. און חשובע מנהלים, ביטע מעקן אויב איז דא סיי וואסארא חשש אז עס קען ארויסקומען סיי וואספארא שטער אדער עגמ”נ פאר סיי וועם
יא שיקן? נישט שיקן? גיי איך יעצט אויך ווערן א ל”ט ווייל כ‘טראכט אנדערש ווי די מעין סטריעם?
עניוועי, שיק, און מ‘עט שוין האפענטליך מעקן אויב פעלט אויס