כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4335

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:17 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:09 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 2:44 pm
איך בין ב"ה נישט טויב און בלינד, איך ליין און הער וואס טוט זיך, און וויפיל מ'וועט מיר אויפווייזן די רשעות פון די פירערס דארט, האלט איך אבער נישט אז עס איז ריכטיג זיך אריינצומישן ביי די פשוט'ע קהילה מיטגלידער און זיי ארויסשלעפן מיט געוואלד און זיי צונאר לייגן פאר די גאנצע וועלט.
ווער שלעפט ארויס??? סאיז א פלעינע CPS קעיס, מראטעוועט דא אומשולדיגע אומבאהאלפענע קינדער. ווער עס וויל קען דארטן בלייבן, אבער קינדער העסטו נישט אביוזן, רצחנען, מנבל זיין, מארדענען. וועלכע עדאלט עס וויל קען דארטן בלייבן ליידן און דינען דעם געטשקע
יא יא, די קאלירטע CPS חברה וואס זעצן זיך ליידער אריין אבזערווירן אידישע שטוב ווירטשאפט זאגן די זעלבע זאך...
אויך טייל צוטיילטע פארפעלקער טענה'ען דאס אויף די אנדערע זייט.
עס איז נישט ריכטיג פאר עסקנים זיך אריינצומישן ביי א צווייטנ'ס לעבן און פאטשקענען, אפטיילן קינדער פון עלטערן א.א.וו.
אהא... סאו דו ביסט פראו צולאזן טשיילד אביוז.... איך נישט.

--------

שרייט פלוני, אבער העטעך פעטעך.... זאג איך, ווען סהעט זיין העטעך פעטעך העמיר דעמאלטס רעדן. יעצט רעדן מיר דא פון לעדזשיט טשיילד אביוז. די טערמין טשיילד אביוז איז בכלל נישט דיסקרייבט די מצב, סאיז אסאאאאאך ערגער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 560

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קיינמאל »

פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:34 pm כ'זע נישט וואס עההם זאגט אזוי שלעכט.
וואס גייט פאר מיט אייך

וואסערע חלק האבן די עסקנים געטאן ראנג
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:30 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:28 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:25 pm

א פלאץ ווי די פירער פונעם קולט טוען רשעות רציחה ונוול
אלע 3 עבירות איז א רחמנות זיי דארט צי לאזן איין רגע

'אמר רבי יהושע בן לוי כל שהוא רחמן על אכזרים לסוף נעשה אכזר על רחמנים'
וואס ווילט איר?
ער האט געענטפערט זייער צום ענין. איר קענט צוריקקענטפערן אויב איר האט וואס.
איך האב שוין געשריבן צענדליגער מאל אז די פירערס רשעות מיט די פריוואטע לעבן פון די פשוט'ע מיטגלידער זענען צוויי אנדערע זאכן.
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 201

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זיי פריילאך »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:28 pm
222555 האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:25 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:21 pm

איך האב שוין געשריבן אז איך האב געהערט די אינטערוויאס.
איך האב נישט געלייקנט איבער די רשעות פון די פירערס.
ר' יואל מארקוס האט אליינס איינגעזען אז ער וויל נישט דארט זיין.
א פלאץ ווי די פירער פונעם קולט טוען רשעות רציחה ונוול
אלע 3 עבירות איז א רחמנות זיי דארט צי לאזן איין רגע

'אמר רבי יהושע בן לוי כל שהוא רחמן על אכזרים לסוף נעשה אכזר על רחמנים'
וואס ווילט איר?
עהעם, שעפן פרישע ליפט

וואס הייסט וואס ער וויל?

ער וויל אז מ'זאל אויפהערן פארפירן דא מיט די נאנסענס אז

1) ס'איז א גוטע פלאץ

2) אז די פשוטע מענטשן ווילן זיין דארט

3) אז ס'איז א אידישע פרומע פלאץ

=4) אז מ'דארף דארט לאזן א אידישע ישוב

איז פאר יעדער וואס הערט נאר אביסל וואס ס'גייט פאר דארט איז פשוט אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען אפצושפארן די פלאץ, אריינגערעכט יעדע דעת תורה וואס האט זיך אריינגעלייגט און דעם ענין

סאו פליז סטאפ מיט די נאנסענס

אז דו האסט עפעס זאכליך דורך צו שמועסן, אדרבה, יעדער דא איז אפען צו הערן אלע זייטן (אויב ס'איז דא נאך א זייט) אבער סתם צו שרייען נאכאמאל און נאכאמאל א וואלף א וואלף איז נישט אינטרעסאנט
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5990

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:30 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:28 pm
וואס ווילט איר?
ער האט געענטפערט זייער צום ענין. איר קענט צוריקקענטפערן אויב איר האט וואס.
איך האב שוין געשריבן צענדליגער מאל אז די פירערס רשעות מיט די פריוואטע לעבן פון די פשוט'ע מיטגלידער זענען צוויי אנדערע זאכן.
איינער האט דא געשריבן פריער אז איר גייט דאס ענטפערן יעצט, פשי האט ער גוט געוויסט.

און בד"וו איך זעה נישט מיט וואס דו האסט פארענטפערט זיין קשיא מיט דעם.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 560

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קיינמאל »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:30 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:28 pm
וואס ווילט איר?
ער האט געענטפערט זייער צום ענין. איר קענט צוריקקענטפערן אויב איר האט וואס.
איך האב שוין געשריבן צענדליגער מאל אז די פירערס רשעות מיט די פריוואטע לעבן פון די פשוט'ע מיטגלידער זענען צוויי אנדערע זאכן.
אין לב טמא איז קיין פערוואטע לעבן פארהאן
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:33 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:34 pm כ'זע נישט וואס עההם זאגט אזוי שלעכט.
וואס גייט פאר מיט אייך

וואסערע חלק האבן די עסקנים געטאן ראנג
זיי האבן זיך אריינגעמישט אין א צווייטנס לעבן מיט געוואלד.
יעצט גייסטו מיר ענטפערן "זיי אליינס בעטן זיך מ'זאל זיי ארויסנעמען פון דארט", יא יא, איך פארשטיי...
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5990

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:59 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:38 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 11:40 am יעצט געהערט איינער וואס איז דארט געווען, ער זאגט ער פאלאויט זיי שוין אפאר יאר אבער ווילאנג ער האט נישט באזוכט דארטן האט ער נישט אמתדיג באגרייפט וואס גייט פאר ממש תסמר שערות אנוש.
ער האט זיך אויסדרוקט רוצחים נאציס היטלער אויף די חברה , ער זאגט אז רוב קינדער און אפי האלב טאטעס ווילן אוועקגייין און נאר די פרויען זענען די תמימי לב ווילן בלייבן דארטן..

אפשר זאל @עהעם כאפן א באזוך דארטן
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pm
איך בוי מיין וועג אויף די וועג ווי אזוי דער באשעפער האט מיך געמאכט טראכטן, אויף באריכטן וואס איך האב געהערט פון יוצאים פון די פלאץ, וואס זיי האבן מיר דערציילט (נישט פון די יעצטיגע קאמפיין, איך רעד פון יארן צוריק), אויף קענענדיג די וויינגארטן ברידערס, און אויף די אינטערוויאס און באריכטן פון די יעצטיגע קאמפיין.
איך שרייב זייער קלאר מיין מיינונג, די פירערס דארט זענען א סכנה פאר סאסייעטי, און מ'דארף זיי אפשטעלן, אבער לגבי די עצם חבורה פאר זיך, איז נישט ריכטיג אז עסקנים נעמען זיך איבער מענטשן וואס ווילן לעבן אויף א געוויסע וועג, און זיי מיט געוואלד אוועקשלעפן.
איי, האט איינער געפרעגט, ווי אזוי קען די קהילה אנגיין אן א פירער? איך גלייב אז ס'איז דא דארט מעסיגע ערליכע מענטשן וואס זענען נישט עוסק אין די אלע השחתות וואס מ'באריכטעט אויף די פירערס.
כלל ישראל דארף קענען פארנעמען אלע סארט קהילות און חבורות, ווילאנג ס'פירט זיך על פי תורה, און אז לב טהור איז גאר אן עקסטרעמע פרומע קהילה, געבט דאס נאכנישט רעכט פאר עסקנים זיך אריינצומישן און אריינמישן רבנים און ארויסכאפן מענטשן פון דארט מיט געוואלד.
דער פאוסט אויבן איז פון איינעם וואס האט געהערט פון א כלי ראשון וואס איז דארט געווען וואס עס גייט אלץ פאר, און אז ער האט געזעהן אז סיי די קינדער און סיי די מענער ווילן ארויסגיין פון דארט, און נאר די פרויען זענען שטארקע תמימי לב.

און דער פאוסט אונטן איז פון איינער וואס האט א בליק אויף לב טהור...
:roll:
איר האט עפעס וואס צו ענטפערן אויף וואס איך האב געשריבן? אדער נישט?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2501
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5904

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:39 pm זיי האבן זיך אריינגעמישט אין א צווייטנס לעבן מיט געוואלד.
ווער, העלבראנץ? טאקע. גוט אז איר ווייסט דאס. יעצט ב"ה איז דא ווער עס העלפט זיי זיך ארויסראטעווען. עכ"פ די וואס זענען מסכים זיך צו ראטעווען.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5990

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

@עהעם איר האט עפעס וואס צו ענטפערן אויף די האר אויפשטעלנדע זאכן וואס @על פי תורה מיט נאך אומצאליגע ניקים האבן דא געשריבן מכלי ראשון? אדער נישט?
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 639
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 560

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קיינמאל »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:39 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:33 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:34 pm כ'זע נישט וואס עההם זאגט אזוי שלעכט.
וואס גייט פאר מיט אייך

וואסערע חלק האבן די עסקנים געטאן ראנג
זיי האבן זיך אריינגעמישט אין א צווייטנס לעבן מיט געוואלד.
יעצט גייסטו מיר ענטפערן "זיי אליינס בעטן זיך מ'זאל זיי ארויסנעמען פון דארט", יא יא, איך פארשטיי...
שקר וכזב זיי האבן קיינעם נישט געצווונגען צו ניטאמאל צו רעדן מיט

זיי האבן אנגעטראגן הילף פאר אונזערע אידישע ברודער ארויסצוגיין פון די גהנים

א פייער מאן וואס ראטעוועט ארויס א משפחה פון קינדער פון א ברענדיגע שטוב איז אויך לויט דיין קאפ זיך אריינגעמישט אין א צווייטנס לעבן מיט געוואלד
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5990

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

@עהעם דו האסט שוין געשריבן דיינע פוינטס דא איינמאל און נאכאמאל, סיי וואו ס'איז יא אריינגעקומען און אזוי אויך דארטן וואו סאיז נישט.

סא אויב האסטו נישט וואס צו זאגן אויף די כלים של ראשון אנטקעגן דיין א. ג. "בליק" אויף דער כת, הייבט אייך אויף, און קריכט אראפ.
אוועיטער
עצי בשמים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:51 pm
x 183

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עצי בשמים »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:54 pm
עצי בשמים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 2:46 pm ער שרייבט דאך קלאר אז ער האט שייכות מיט די וויינגארטנס וכו'.
ביטע נישט שרייבן ליגנט
שיין פון דיר אז די רעדסט צו זעך אליינס...
א ליגענער ברויך האבן א גוטע זכרון...
עהעם האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:06 pm אויך האב איך געשריבן, קענסט מיך פעקט טשעקן, אז איך בין אויפגעוואקסן מיט די וויינגארטנס און דורך זיי ווייס אביסל זייערע שיטות און משוגעת'ן.
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pm... קענענדיג די וויינגארטן ברידערס...
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

עצי בשמים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:51 pm

איך האב נישט געשריבן אז איך האב שייכות מיט זיי
אוועיטער
עצי בשמים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:51 pm
x 183

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עצי בשמים »

עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:54 pm
עצי בשמים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:51 pm
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:54 pm
ביטע נישט שרייבן ליגנט
שיין פון דיר אז די רעדסט צו זעך אליינס...
א ליגענער ברויך האבן א גוטע זכרון...
עהעם האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 5:06 pm אויך האב איך געשריבן, קענסט מיך פעקט טשעקן, אז איך בין אויפגעוואקסן מיט די וויינגארטנס און דורך זיי ווייס אביסל זייערע שיטות און משוגעת'ן.
עהעם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pm... קענענדיג די וויינגארטן ברידערס...
איך האב נישט געשריבן אז איך האב שייכות מיט זיי
אקעי.
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 838
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1381

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ביטע ענדיגן די הין'ן'צוריק שמועס. גענוג געווען.

@עהעם יעדער ווייסט שוין אייער מיינונג, אז די פירער זענען נישט גוט אבער די מענטשן זאל מען דארט לאזן, און נישט מפרסם זיין די פרטי ההנהגות דארט.

אויב דו האסט נאך עפעס נייעס, ביסטו מער ווי וועלקאם צוצולייגן און דערציילן.

און אלע אנדערע חברים, ביטע נישט פירן קיין שמועסן איבער ניקס, און אודאי נישט אטאקירן קיינעם.

יישר כח בשם כל הקהל.
כבוד מלכים
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 267

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

יעצט אראפגעלייגט מיט א פרישע יוצא, אביסל מער עלטערער אין די קהילה, ער מיט די ווייב און א טייל קינדער געפונען זיך יעצט אויף א באשיצט פלאץ אין גואטעמאלא. הודו לשם.

פאר עטליכע וואכן צוריק האט ער נאך געשאלטן אויף די רדיפות ואכזריות פון די עסקנים כלפי די קינדער, און איצטערט זאגט ער ממש געשטיקט מיט טרערן איבער זיין הכרות הטוב פון די עסקנים פארן אוועק 'רויבן' זיינע קינדער פון אים, וואס דאס האט אים געצווינגענערהייט גורם געווען צו מאכן א חשבון הנפש איבער זיין עבר...

לאמיר האפן אויף ווייטערעדיגע אנטוויקלונג.
ליכטעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:45 pm
x 78

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ליכטעלע »

שמואל פוקס האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 3:08 pm אזוי צי אזוי, לאמיר רעדן ערנסטע דיבורים:

איך פראביר צו העלפן ר' חיים עזריה אלטער, וועלכער האט זיך נעכטן געצויגן קיין מאנרא.

איז דא איינער וואס פארמאגט ליסטעס פון עשירים וואס נעמען אויף פורים? - כ'וויל געבן פאר ר' חיים עזריה, אז ער זאל קענען אנהויבן זיין לעבן אביסל.

ווער עס האט ליסטעס פון עשירים, זאל מיר ביטע אריינשיקן אין אישי. ער וועט האבן א חלק אין העלפן א חשוב'ער יונגערמאן, א מיטגעמאכטער פון דארט.
מען קען אים שיקן דירעקט א קוויקפעי, אז איינער וויל שיקן געלט זאל מען ביטע בעטן אין אישי די אדרעס.
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 272

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

ליכטעלע האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 6:03 pm

אויב איינער וויל אים שיקן א קוויקפעי, זאל ער מיר מעלדן אין אישי און איך וועל אים שיקן זיין אדרעס.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:33 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:34 pm כ'זע נישט וואס עההם זאגט אזוי שלעכט.
וואס גייט פאר מיט אייך
הכל בסדר.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 95

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

ס'איז אמת 5 קינדער זענען צירק צו לב טמא?
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 5990

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:18 pm ס'איז אמת 5 קינדער זענען צירק צו לב טמא?
וואס האסטו אלס געהערט? קום אריין קלאר.
העלאו בעלאו
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 95

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:36 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:18 pm ס'איז אמת 5 קינדער זענען צירק צו לב טמא?
וואס האסטו אלס געהערט? קום אריין קלאר.
אזוי זאגט לב טהור אויף זייער וואטסאפ גרופעס

BREAKING: Guatemala Court returns 5 more Lev Tahor kids to their parents!!

after nearly 3 months those poor kids were detained tortured and abused at children's detention centers in Guatemala. Today at a court hearing of 2 LT families the Court found no merits on child abuse allegations on LT parents against their own kids and therefore rules for the immediate return and reunification of those kids with their beloved parents.

*In the picture poor baby are being reunited with parents after three painful months.
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 272

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

יישר כח פאר @דער תהלים איד פארן געבן $36 פאר ר' חיים עזרה אלטער הי"ו.

לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844
עהעם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 94

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עהעם »

העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:45 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:36 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 7:18 pm ס'איז אמת 5 קינדער זענען צירק צו לב טמא?
וואס האסטו אלס געהערט? קום אריין קלאר.
אזוי זאגט לב טהור אויף זייער וואטסאפ גרופעס

BREAKING: Guatemala Court returns 5 more Lev Tahor kids to their parents!!

after nearly 3 months those poor kids were detained tortured and abused at children's detention centers in Guatemala. Today at a court hearing of 2 LT families the Court found no merits on child abuse allegations on LT parents against their own kids and therefore rules for the immediate return and reunification of those kids with their beloved parents.

*In the picture poor baby are being reunited with parents after three painful months.
איינע פון די נעגעטיווע עפעקטס פון דעם יעצטיגן קאמפיין, וואס דער ציבור נעמט נישט אזוי אין אכט, אז דא איז געווארן א פייט צווישן די עסקנים און לב טהור, און א פייט גייט ליידער אהין און צוריק, און על פי רוב וועלן די אומשולדיגע קינדער דא ליידער זיין די קרבנות.
די געראנגל האט זיך נארוואס אנגעהויבן, מיט א קנאפע פאר וואכן צוריק, לאמיר זען ווי דאס וועט גרייכן...
ס'גייט זיך נישט אזוי גרינג דעם סלאגאן "מ'דארף צומאכן דאס מקום און פערטיג"...
אדרבה, הלוואי זאל זיך עס גוט ענדיגן, אלע וואס קומען ארויס פון דארט זאלן בלייבן געזונט בנפש ורוח, מסודר ברוחניות ובגשמיות, הלוואי...
שרייב פאוסט