יא איך האב, און איך קען הערן יעדער צד אז ער יא א דארטיגער.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:50 pmדו האסט שוין געליינט זיינע בת היענה טראלערייען אז דו רעדסט אזוי?שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:29 pmזיי מיר מוחל הרב העסקן החשוב, אבער נישט יעדער וואס שרייבט פארקערט פון וואס דו ווייסט, אפגעזען ווי שטארק אדער קראנט דו ווייסט עס, איז א לב-טהור'ניק און א לב טהור ניק.
גייטס קוקטס אין די ערשטע בלעטער פון דעם אשכול, ווי געוויסע אידן ווערן נחשד צו געהערן צו ל"ט, און מיט א דריי פון עטליכע פעידזשעס האבן זיי געטוישט זייער מיינונג (לכאורה נאכ'ן זען און הערן מער).
און אפשר איז @עהעם נאכנישט אזוי באהאוונט? אפשר האט ער נאכנישט גענוג צייט פארשווענדעט אויף קרעטשמע?
דער גאנצע לב טהור כאפצעריי דא איז מיאוס, און זאל זיך אויפהערן ביטע.
און דאס אז ער האט זיך קוים איינגעשריבן דא מיינט אויך גארנישט כידוע, ווייל לכבוד די פרשה זענען צענדליגע פרישע ניקס אהער געקומען.
@עהעם'ס שטעלונג איז א טיפישע מושכל ראשון פון איינער וואס האט זיך נאכנישט גענוג אריינגעטון. א דו ווילסט מסביר זיין און דערציילן פאר אים און כל דכוותי' זאכן וואס זיי ווייסן נאכנישט, אדרבה - אבער פארוואס אזוי בייסיג?
(אגב, א סגולה זיכער צו מאכן אז אזא איינער האלט זיך ביי זיינס און נעמט ממש פערזענליך זיין שטעלונג איז אים צו באשמוצן. און דאס איז לכאורה פשט פון זיין מאדנע געדאנקען-טאנץ דא)
---
יתכן אז עס זענען יא דא ניקס וואס אפערירן אזוי ווי דו שילדערסט, און כאטש איינער דריי-קאפ דא איז זיכער אזאנס, אבער צוערשט זיי דאס מברר קלארער, איידער דו קאנפראנטירסט איינעם אזוי.
דיינע טענות זענען וואלידע, אבער נאר ווען די מציאות איז טאקע וויאזוי דו לייגסט עס אראפ, נישט ווען איינער ווייזט קליפ און קלאר אז ער זוכט נישט קיין אמת און קיין פאקטן, נאר ער זוכט צו טראלן און ספינען און האלטן פארקערט פונעם שטראם, אדער איז ער גאר א לב טהור מיטגליד זעלבסט.
די פראגע איז ווי מוכרח עס איז, און צו עס לוינט צו מאכן דעם אוויר דא אזוי בייסיג צוליב דעם אדער יענעמ'ס חשדות.