אן אפן הארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 11:28 am
ר' שמעון ישראל פאזען האט מוצאי שבת גערעדט אין באלטימאר שול אויף סאוט 8 ביי די מלוה מלכה להחזקת הביהמ"ד איבער זיינע איבערלעבענישן אין גוטאמאלע ביי די קינדער, און מיט טיילן די עסן אא"וו,
ס'איז געווארן אפגעכאפט, כ'בין נייגעריג צו זיי גייען עס ריליסן.
ער האט דערציילט שוידערליכע זאכן ה"י.
ער איז צוגעגאנגן מיט א מורא'דיגע חכמה, אז אלע עלטערן און קינדער האבן אים אויפגענומען אלס איינער וואס איז באמת דא זיי צו העלפן, אזויווי דער אמת איז טאקע,
ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין אהנונג וואס דא גייט פאר, און ווער ס'האט געכאפט קינדער פון וועם אא"וו, ער איז דא בלויז פאר איין סיבה, צו "געבן צו עסן" פאר זיי און פאר די קינדער, און ער האט זיי געברענגט גאלאנען פון "זייערע" עסן.
די לעצטע וואך (פר' תצוה) האט מען אים שוין נישט אריינגעלאזט, נאכדעם וואס איין מאמע האט אנגעהויבן פארפירן אז היתכן מ'לאזט אריין צו אירע קינדער פאזען פון וויליאמסבורג, און איר, די מאמע, לאזט מען נישט אריין, און וויפיל שמעון ישראל האט זיך געבעטן אז זי זאל אויפהערן ווייל דעמאלטס גייט מען אים אויך אויפהערן אריינלאזן, האט עס נישט געארבעט.
פשוט צו פארשטיין, אז עכט איז שמעון ישראל נישט אריינגעלאזט געווארן לעגאל, נאר פון עסקנישע טירן, און די אינסטאנצן האבן זיך מחי' געווען מיט אים, ווייל למעשה האבן די קינדער געגעסן נאר פון אים.
למעשה האט יענע מאמע געבאנטעוועט און אנגעקומען דארט מיט א לויער, סאו האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און אים מער נישט אריינגעלזאט,
איז שמעון ישראל מיט די עסקנים אריין אין געריכט צו קענען אריינגיין לעגאל,
שמעון ישראל מאכט די וואך חתונה, אבער נאך פורים פארט ער גלייך אהין, און ווי איך האב פארשטאנען פון אים איז ערווארטעט אז ער וועט שוין דעמאלטס האבן געריכטליכע רשות צו קענען ווייטער אריינגיין.
מבהיל על הרעיון..
אפשר אז כ'וועל האבן צייט וועל איך באלד ווייטער שרייבן איבער וואס ער האט דערציילט, אבער דער איז איז א אמת'ע צדיק, כ'האב נישט קיין אנדערע ווערטער אויף אים.