און בשם כל הקהל הקודש טוען מיר טאקע אויסדריקן אן האציגע הכרת הטוב פאר די מנהלים פון דעם פלאץ, פארן געבן די געלעגנהייט צו דעסקאסן די ברענעדיגע טעמע, אויף א כשר'ן איידעלען אויסגעהאלטענעם אופן,אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 07, 2025 11:18 am א וויכטיגע קלארמאכונג פאר אלע חברים, נייעס ברענגער און שמועסער.
ווי יעדער זעהט האבן מיר אין דעם טעמע ערלויבט צו רעדן ברייט, זינט דער טעמע ווערט נישט באטראכט ווי א פאליטיק ח"ו, נאר ווי א שוידערליכע קליפה און אן אנגייענדער בארבארישע פרשת רציחה וואס יעדער רב וואס האט זיך אריינגעלייגט צו גובה עדות זיין זאגט קלאר אז דא רעדט מען פון דאס ארגסטע, ארגסטע בגשמיות און ארגסטע ברוחניות, א כת וואס איז לכאורה ארגער ווי די כת ש"ץ אויף וועמען אונזערע רביס און גדולים האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מגלה זיין פני הלוט.
אבער מיר מוזן קלארשטעלן צוליב וואס עס האט זיך געמאכט שווערע ארבעט דא צו האלטן קאנטראל די לעצטע 2 טעג:
- דעבאטירן א כת און אירע רוצחים בעת זיי שטייען בראש הכת אדער טוען מעשי רציחה, איז אין דעם געהענגל ערלויבט.
- דעבאטירן יחידים, אפילו פריוואטע מענטשן און כ"ש וכ"ש רבנים, צו זיי געהערן צום כת אדער נישט, צו זיי טוען געוויסע מעשים אדער נישט, איז אויסדרוקליך "נישט" ערלויבט.
יעדער פארשטייט אז דא ווערט שוין א דינע ליין וואו דער גבול איז, איינער איז זיכער אויף איינעם אז ער איז אן אגענט, דער צווייטער וועט זיין זיכער אויף א צווייטן ווייל ער איז כמעט זיכער א חבר מיט'ן דריטן, אא"וו. דאס קען בשו"א נישט זיין אויף אזא אויסגעהאלטענע און פרידליכע פלאטפארמע וואס אידטיש שטעלט פאר.
יישר כח פאר'ן צוהעלפן, און יישר כח פאר'ן פארשטיין.
און די אמת איז נישט נאר בשם תושבי אתרא קדישא הדין נאר גאנץ כלל ישראל, גיבט נאר א קוק וויפיל פרעמדע וואס זייערע אויגן זענען געוואנדן דא אהער, אלס די סאמע איינציגסטע אויסגעהאלטענע פלאץ פאר די זאך.
אשריכם!