דורכברוך דורך אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) — אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

נייעס אין אונזער קווארטאל
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 984
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1131

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:50 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:46 pm
די נקודה איז נישט וואו די קנעפלעך זענען נאר וואו די לעכער זענען...
(נישט קיין ווערטל. די זייט וואס האט די לעכער פאר די קנעפלעך ליגט די סחורה פון יענע זייט איבער די סחורה פון די אנדערע זייט. סתם קנעפלעך מעג מען לייגן וואו מען וויל, אפילו אויף די ערמל אדער פון הונטן ביים גארטל...)
איך פארשטיי נישט אייער תשובה, רעקלעך האבן קנעפלעך און לעכער אויף ביידע זייטן.

קוקט איבער אייער רעקל. קנעפלעך זענען דא אויף ביידע זייטן, אבער לעכער פאר די קנעפלעך זענען נאר דא אויף איין זייט.
געקוקט
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1564
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5102

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך Think and Thank »

שמח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:09 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:50 pm
איך פארשטיי נישט אייער תשובה, רעקלעך האבן קנעפלעך און לעכער אויף ביידע זייטן.

קוקט איבער אייער רעקל. קנעפלעך זענען דא אויף ביידע זייטן, אבער לעכער פאר די קנעפלעך זענען נאר דא אויף איין זייט.
גראדע נישט אלע רעקלעך.

אה, ווייסעכנישט. מיינע רעקלעך זייט מיין בר מצוה פון G&G און GB (ביי גלויבערס האב איך דאכצעך נאכנישט געקויפט קיין רעקל) זענען געקומען מיט לעכער נאר איין זייט.

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:13 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:06 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:50 pm
איך פארשטיי נישט אייער תשובה, רעקלעך האבן קנעפלעך און לעכער אויף ביידע זייטן.

קוקט איבער אייער רעקל. קנעפלעך זענען דא אויף ביידע זייטן, אבער לעכער פאר די קנעפלעך זענען נאר דא אויף איין זייט.
געקוקט

וועלכע פירמע?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4893
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6681

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:38 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:09 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:06 pm

קוקט איבער אייער רעקל. קנעפלעך זענען דא אויף ביידע זייטן, אבער לעכער פאר די קנעפלעך זענען נאר דא אויף איין זייט.
גראדע נישט אלע רעקלעך.

אה, ווייסעכנישט. מיינע רעקלעך זייט מיין בר מצוה פון G&G און GB (ביי גלויבערס האב איך דאכצעך נאכנישט געקויפט קיין רעקל) זענען געקומען מיט לעכער נאר איין זייט.
מיין יעצטיגע איז טאקע פון גלויבערס, האט יא לעכער אויף ביידע זייטן, איי געס ס'דא מענטשן וואס זוכן דינים ח''ו...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1564
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5102

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך Think and Thank »

איך האב איבערגעקוקט מיין יעצטיגע GB רעקל און געזעהן אז עס האט יא לעכער אויף ביידע זייטן. אינטערעסאנט אז זיי מאכן עס אזוי ווען עס איז דאך אויסשליסליך פאר חסיד'ישע אידן, און נאך אינטערעסאנטער אז איך האב עס נישט באמערקט ביז יעצט...
לקדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:52 am
x 25

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך לקדש »

למעשה איז יעצט אנגעקומען אן אימעיל פון די מוסדות אז סאיז א געהעריגע תקנה. די גזירה גייט אריין און קראפט אויף זומער תשפ"ו
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 91

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך שואל כענין »

לקדש האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:30 pm למעשה איז יעצט אנגעקומען אן אימעיל פון די מוסדות אז סאיז א געהעריגע תקנה
שטעל ארויף ביטע, איך בין נייגעריג וואס זיי שרייבן.

א דאנק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8604
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21287

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לקדש האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:30 pm למעשה איז יעצט אנגעקומען אן אימעיל פון די מוסדות אז סאיז א געהעריגע תקנה. די גזירה גייט אריין און קראפט אויף זומער תשפ"ו
פארקערט!

עס שטייט אז די תקנות פון א הכשר האט נישט קיין שייכות צו די נושא פון רעכטס אויף לינקס וואס גייט נישט זיין קיין תקנה בכלל.

Screenshot 2025-03-02 154152.jpg
Screenshot 2025-03-02 154152.jpg (53.63 KiB) געזען געווארן 807 מאל

https://preview.dpmggroup.com/levisheikuvodflyer
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20036

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:43 pm
לקדש האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:30 pm למעשה איז יעצט אנגעקומען אן אימעיל פון די מוסדות אז סאיז א געהעריגע תקנה. די גזירה גייט אריין און קראפט אויף זומער תשפ"ו
פארקערט!

עס שטייט אז די תקנות פון א הכשר האט נישט קיין שייכות צו די נושא פון רעכטס אויף לינקס וואס גייט נישט זיין קיין תקנה בכלל.

Screenshot 2025-03-02 154152.jpg

https://preview.dpmggroup.com/levisheikuvodflyer
דא קוקט יא אויס ווי מ'גייט מוזן קויפן פון די עטליכע עפראווטע געשעפטן.

א שורה העכער דעם שטייט "שטארק רעקאמענדירט", אבער נאכדעם שטייט אז "אלטע בגדים זענען ווייטער ערלויבט ביז זומער תשפ"ו", פון וואס סאיז משמע אז דעמאלטס וועט עס ווערן א תקנה.
"לבושי כבוד" איניציאַטיוו ווערט אויפגענומען מיט שעץ און אינטערעסע ביי טויזנטער הורי המוסדות
ערשטע "זומער שיפמענט" קומט אצינד אָן אין די געשעפטן

'לבושי כבוד לעיבל' וועט ערשיינען אויף אלע אינגלעך-בגדים אלס 'הכשר' אויף די בגדים וועלכע קומען נאך די לאנגיעריגע סטאנדארטן פון די מוסדות הק'
היימישע קאמפאניס פראדוצירן גאר רייכע, ברייטע און פארשידנארטיגע אויסוואל פון אלע סארט סטיילס, לעוולס און פרייזן
שטארק רעקאמענדירט איינצוקויפן בלויז מיט'ן 'לבושי כבוד' לעיבל
עלטערן וועלן שוין קויפן אלע נייע בגדים מיט'ן לעיבל, בעת אלטע בגדים זענען ווייטער ערלויבט (ביז זומער תשפ"ו) אויב עס קומט נאך די תקנות
אפציעס פאר ספעציעל ביליגע פרייזן ווערט ערמעגליכט כדי צו פארגרינגערן פאר'ן ציבור

בראשור
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8604
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21287

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 7:47 pm א שורה העכער דעם שטייט "שטארק רעקאמענדירט", אבער נאכדעם שטייט אז "אלטע בגדים זענען ווייטער ערלויבט ביז זומער תשפ"ו", פון וואס סאיז משמע אז דעמאלטס וועט עס ווערן א תקנה.
1) זומער תשפ"ו גייען די תקנות אנהויבן ווערן אינפארסירט, אז מ'מוז האבן די הכשר.

2) די הכשר נעמט אריין אלע ביז היינטיגע תקנות. עס נעמט נישט אריין די נושא פון רעכטס איף לינקס, וואס גייט זיין א פרייוויליגע אפציע פאר חסידישע אידן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20036

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 8:04 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 7:47 pm א שורה העכער דעם שטייט "שטארק רעקאמענדירט", אבער נאכדעם שטייט אז "אלטע בגדים זענען ווייטער ערלויבט ביז זומער תשפ"ו", פון וואס סאיז משמע אז דעמאלטס וועט עס ווערן א תקנה.
1) זומער תשפ"ו גייען די תקנות אנהויבן ווערן אינפארסירט, אז מ'מוז האבן די הכשר.

2) די הכשר נעמט אריין אלע ביז היינטיגע תקנות. עס נעמט נישט אריין די נושא פון רעכטס איף לינקס, וואס גייט זיין א פרייוויליגע אפציע פאר חסידישע אידן.
דאס מיינט אבער אז מגייט לימיטן די שאפינג צו א האנטפול געשעפטן. יא?

און אויב איך טרעף די זעלבע העמד אנליין?
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 36

Re: דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

פאוסט דורך לומד »

אין ארץ ישראל איז די לבושי כבוד נאר איין סארט העמד מיט עטליכע קאלירן

בילד
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3304

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

פאוסט דורך גרינטליך »

די למבין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:51 pm
שואל כענין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:12 pm
די למבין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 4:53 pm

כ'ווייס נישט פון די נעמסט אז רוב וועלט ובפרט ביי חסידישע הויפן האט מען נישט מקפיד געווען אויף רעכטס אויף לינקס, פונקט פארקערט אונז האב מיר אייביג געוויסט דאס איז דייקא יא געווען אן הקפדה ביי חסידישע אידן צו גיין רעכטס אויף לינקס.

און בפרט אונזערע רביס לבית סיגוט/סאטמאר ווי דער ייטב לב שרייבט אין זיין ספר רב טוב פרשת שמות, אויף די מדרש שבשביל ד' דברים נגאלו אבותינו ממצרים, שלא שינו את שמם וכו' מלבושיהם אז אפי' זיי זענען אפשר געגאנגן אנגעטון אזוי ווי די מלבושים פון די מצרים האבן זיי נישט משנה געווען פון די מנהג יהודית, און זענען געגאנגן רעכטס אויף לינקס, לאגברא ימינא על שמאלא, עיי"ש.

אויך דער קדושת יו"ט אין פרשת תצוה ברענגט אז ס'איז געווען מרגלא בפומא פון זיין טאטן דער ייטב לב ז"ל מעורר צו זיין אויף דעם צו גיין רעכטס אויף לינקס. אזוי אויך דערמאנט דער קדושת יו"ט דעם ענין נאך כמה פעמים עיין בקדושת יו"ט פרשת תולדות, אחרי, שלח ב' פעמים, חנוכה, שבת הגדול.

די זעלבע רביה"ק זי"ע האט מקפיד געווען דערויף, נאך מער ברענגן זיי אין מהר"י בר חי אז דער רבי ז"ל האט אפי' מקפיד געווען אז זיין הויזן זאל זיין פון רעכטס אויף לינקס.
(אפי' עס איז דא אין ספר טעמי המנהגים א טעם אז ביי הויזן גייט נישט פארקערט, דאך האט דער רבי ז"ל יא דווקא מקפיד געווען ביי זיין הויזן.)

על כל פנים ביי אונז אחז רעכטס אויף לינקס אלס געווען א גרויסע ענין.

לגבי צו ס'איז א תקנה, ניין, ניטאמאל רעדט מען דערווייל פון וואכנדיגע העמעדער פאר קינדער, מ'רעדט פון די רעקלעך און וועסטלעך.
איך האב געזאגט בפרט ביי חסידים? איך זאג רוב וועלט, אינקלודינג חסידישע הויפן. איך בין נישט באקאנט וואס איז געווען פארן קריג, אבער איז מען אין גור מקפיד אויף דעם? די רבי'ס אליינס גייען נישט אזוי. די רוזשינע קהילות זענען מקפיד? אין חב''ד איז מען מקפיד? די ליטווישע איז דאך אפגערעדט, רבי אהרן קאטלער און רבי משה פיינשטיין זענען נישט געגאנגען אזוי. סאטמאר איז טאקע די רוב אין קרית יואל, אבער אין די וועלט איז סאטמאר א מיעוט שבמיעוט נעמענדיג אין באטראכט די ברייטע חרדישע גאס.
בפרט איז מיין קשיא, פון דו נעמסט אז רוב וועלט איז נישט מקפיד, ובפרט דאס וואס דו זאגסט אז ביי חסידישע קהילות האט מען נישט מקפיד געווען.

יעצט צו דיין שאלה צו גור, רושין, חב"ד איז מען מקפיד, יא אויף אלע דריי קהילות, אלע גייען פון רעכטס אויף לינקס, און זיכער גייט גורער רבי פון רעכטס אויף לינקס.
פון חב"ד און רושין איז דא אפי' מימרות איבער דעם ענין.

און אפי' לגבי די ליטא, קודם אין ספר קצות השלחן ברענגט ער דעם ענין, וכן נוהגין בלבישת הבגדים להניח שפת הבגד שמצד ימינו על שפת הבגד שמצד שמאלו- והחכם עיניו בראשו לדקדק בשעת תפירת הבגד שהנקבים יהיו בצד ימין והכפתורים על צד שמאל ועי"ז יונק צד הימין על השמאל ע"כ.

און עס איז ידוע אז דער חזו"א און דער סטייפלער האבן מקפיד געווען דערויף ווי עס ווירט געברעגט אין אורחות רבינו. אויך אויפן קליפ פונעם חפץ חיים זעהט מען ער גייט פון רעכטס אויף לינקס.

און אפי' וואס דו זאגסט וועגן ר' אהרן קאטטלער און ר' משה אויף די בילדער זעהט מען ביידע גייען פום רעכטס אויף לינקס, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז זיי זענען נעשט געגאנגן אזוי.
נישט אמת, אלע דריי דערמאנטע חסידות'ן גייען ווי אזוי ס'לאט זעך, זיי זאגען אלע אז מען האט זיך נישט געפירט מיט דעם מנהג.
און אז זייער רביס האבען אויכעט נישט געגאנגען אזוי
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שרייב פאוסט