מהאט גערעדט פון די ארגינעלע שטח וואס בערקאוויטש האט היינט, וואס איז געווען די איינציגסטע שטח און די גאנצע געגענט מיט אפראוועלס פאר אפאר הונדרעט דירות, סוער, וואסער וכדומה.שעפעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 3:58 pmמען האט גערעדט פון שטחים, נישט קיין דירות, סאיז דא גענוג און נאך שטחים אין די שטעטל, סאיז די שטחים ווי בערקאוויטש בויעט יעצט, עס איז נאכנישט דא קיין איין פערטיגע דירה אויף די שטח פון וואס וויזניץ האט דאן געוואלט קויפן, למעשה שטעלט זיך ארויס אז מיטן האבן די שטחים פאר סאטמאר ץ/בערקאוויטש האלט עס דארט נאך אלס גאר שוואך , און קוים געוואקסען,בית ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 3:45 pmדאס איז עכט שלא מן הענין.שעפעלע האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 4:37 am
פארשטייט זיך אז מען רעדט פון יעדע בית המדרש צוגלייך,
דאס איז אויסער דעם וואס ר' יצחק עקשטיין פון די ujc איז געווארן אויס גבאי אין בית המדרש בית שמואל וועגן דעם,
און אלע דעוועלעפערס אין בלומינגראוו האבן זיך צוזאמגענומען און געלאזט וויסן פאר ujc אז טאמער זיי הערן נישט אויף בעטן שווערע געלטער אינטערן טיש , וועט ujc זיין א פארגאגענהייט ביי די נעקסטע ווילעדזש וואלן,
עס דארף אויך באטאנט ווערן, אז אין קרית יטב-בלומינגבורג ווען די ערשטע דעוועלעפערס פונעם פאריעקט ר' יום טוב וויינרעב ושותפו שלום לאם, האבן פארן פארקויפן זייער פראפערטי פאר זיידא ישראל חיים בערקאוויטש די יעצטיגע דעוועלעפער, האבן די דעוועלעפערס געאפערט די פראפערטי פאר וויזניץ וויליאמסבורג, און מהרי"י אליינס האט אנגערופן וויזניץ רבי פון וויליאמסבורג, צו בעטן פערזענליך אז ער זאל נישט קומען קיין בלומינגבורג, און די דיעל , וואס איז געווען גאר א גוטע דיעל, איז געווארן אפגעשטעלט נאר וועגן מהרי"י האט געבעטן וויזניץ רבי בכבודו ובעצמו,אפילו מהרי"י האט נאך דאן נישט געהאט קיין 50 אייגענע משפחות וואינען אין בלומינגבורג!
מהר"יי האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט וויזשניץ זאל קומען קיין קרית יטב לב אלץ סאטמארע שטעטל אויס, נאר אויב וואלט א צווייטע קהלה אפגעקויפט די איינציגסטע דעוועלעפמענט וואס איז דעמאלטס געשטאנען, וואלט עס געמיינט אז סאטמאר קען דארט קלאוזען שאפ, און ער האט פרובירט אז סזאל בלייבן דארט א שטעטל פאר זיינע מענטשן.
פון די 250 תושבים כעת, זענען ניטאמאל האלב מחסידי מהרי"י; און גייט זיי אן גאר קנאפ אז וויזניץ קומט דארט אדער א אנדערע סאטמאר, סאיז דא אנדערע מוסדות ריבניץ אין שטאט וואס איז נישט מחסידי מהרי"י
אויב וויזשניץ וואלט עס אפגעקויפט וואלט סאטמאר אלעס פארלוירן דארט, כבין בכלל נישט זיכער אז סאטמאר האט א פראבלעם אויב וויזשניץ קומט אהין אין די געגענט כעת ווען עס בויעט זיך קרוב צו 1000 דירות פאר חסידי סאטמאר.