כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
סענס אף יומער
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 143

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:52 pm למעשה איז דא א גרויסע צומישעניש צו די קינדער הונגערען אדער נישט
שי''פ שרייט און וויינט אז די קינדער האבן גארנישט אויסער זיינע מצות און העכט שרייט אז ס'פעלט זיי נישט קיין עסן.
און וויאזוי קען דען זיין אז די קינדער הונגערן? שי''פ האט דאך שוין געברענגט שווערע הונדערטער באקסעס מצות, ניין?...
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 102

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:09 pm ווער האט געגעבן סמיכה פאר ארז שלמה?
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:31 pm
x 31

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך יוסף »

קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm

עס איז נישט קיין סוד כ''ק מרן מסאטמאר די ברך משה זצ''ל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12174

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:09 pm

אויך האט דער ברך משה זייער שטארק געהאלטן פון קאשוי רב זצ"ל.

און אגב, דער ברך משה האט זייער מעריץ געווען רבי יואליש מארגענשטערן.

האלא... הער אויף, מענטשן זענען נישט אזוי פלאטשיג.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 448
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 815

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:09 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
עס איז נישט קיין סוד כ''ק מרן מסאטמאר די ברך משה זצ''ל
בעפאר איך ענטפער צום עצם הענין, דו ביזט בכלל א חסיד פונעם ברך משה זצ''ל אז דו נעמסט אים יעצט אויף דיין זייט?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
קרישקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 102

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:09 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
עס איז נישט קיין סוד כ''ק מרן מסאטמאר די ברך משה זצ''ל
אדרבה וואס האט ער געהאלטן פון אים???
אז ער איז א בעל תשובה און זאל גיין בין תנור לכירים און דינעם דעם אייבישטען, און אז דער האט נישט וואס צו זיין קיין מנהיג!
מען קען זאגן אם נביאות אין כאן חכמה יש כאן, ווי ווייט גייט די אויגן פון א אמתדיגע מנהיג ישראל
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 335

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

@יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
222555
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 159

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך 222555 »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:09 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
עס איז נישט קיין סוד כ''ק מרן מסאטמאר די ברך משה זצ''ל
לכאורה האבן די רבנים בשעתה נישט געהערט די עדות פארוואס זאלן זיי נישט געבן קיין הסכמות סתם פאר א קהילה
יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:31 pm
x 31

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך יוסף »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:15 pm @יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1436

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm

איך האב אליין געהערט פון הגה''צ ר' חיד''ו ווייס שליט''א אז הגה''צ ר' יוחנן שליט''א האט אים לעצטנס געזאגט אז זיי האבן גוט אפגע'נער'ט דעי אלע יארן, ארומגעפירט מיט שקרים, און אז ער האט שטארק חרטה פארן זיי שטיצן ביז יעצט.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 448
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 815

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

צוריק צום נושא ביטע.

@יוסף ביטע גיי פארדריי א קאפ ערגעץ אנדערש.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12174

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:19 pm
פרישטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:17 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:16 pm
ער איז א מחזיר בתשובה, עס איז ביז היינט דא אידן וואס ער האט געמאכט פון גענצליך פריי צו היטן תורה ומצוות, גענוג סימפל?
אפילו ער האט עובר געווען אויף גילוי עריות ווי צענדליגער האבן גובה עדות געווען?
איז דא צענדליגע עדות אויף ר' שלמה? ווער האט גובה עדות געווען? פארוואס זענען זיי נישט דעמאלטס ארויסגעקומען קעגן עם?
ס'איז "כהיום" דא לעבעדיגע עדות אויף שלמה.

אינקלודעד א גיורות וואס ער האט געהייערט אלס נורס פאר זיינע פארפעלקער.

ודי בזה.
פרישטאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:27 am
Location: Monsey
x 88

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך פרישטאג »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:19 pm
פרישטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:17 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:16 pm
ער איז א מחזיר בתשובה, עס איז ביז היינט דא אידן וואס ער האט געמאכט פון גענצליך פריי צו היטן תורה ומצוות, גענוג סימפל?
אפילו ער האט עובר געווען אויף גילוי עריות ווי צענדליגער האבן גובה עדות געווען?
איז דא צענדליגע עדות אויף ר' שלמה? ווער האט גובה עדות געווען? פארוואס זענען זיי נישט דעמאלטס ארויסגעקומען קעגן עם?
אוואדאי זענען זיי ארויסגעקומען.

האסט געוואלט זיי זאלן זיך ארויסשטעלן אויף א בימה אינמיטן בעדפארד עוועניו? ווער ס'האט געדארפט הערן האט געהערט.

רבי חיד"א ווייס האט עס באשטעטיגט.

איך בין נתפעל פון דיין איינזייטיגע חזקות כשרות וואס דו געבסט פאר אידן, אויף "הרב" "רבי" שלמה ארז גלייבסטו גארנישט ביז דו וועסט האבן צען עדות זאלן דיר פערזענליך באשטעטיגן די פרטים, אבער די עסקנים זענען קוראפטירט ביזן גרונד, אויפדעם דארף מען אפילו נישט קיין גביעות עדות, דאס זענען פשוטע פאקטן.

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן. איך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5783
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12174

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:15 pm @יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
שלמה איז געווען א וועלט'ס חכם, און א היפנעטייזער.

ס'איז געווען זייער שווער צו כאפן אז ער פארקויפט בעלאוני.
יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:31 pm
x 31

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך יוסף »

פרישטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:26 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:19 pm
פרישטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:17 pm

אפילו ער האט עובר געווען אויף גילוי עריות ווי צענדליגער האבן גובה עדות געווען?
איז דא צענדליגע עדות אויף ר' שלמה? ווער האט גובה עדות געווען? פארוואס זענען זיי נישט דעמאלטס ארויסגעקומען קעגן עם?
אוואדאי זענען זיי ארויסגעקומען.

האסט געוואלט זיי זאלן זיך ארויסשטעלן אויף א בימה אינמיטן בעדפארד עוועניו? ווער ס'האט געדארפט הערן האט געהערט.

רבי חיד"א ווייס האט עס באשטעטיגט.

איך בין נתפעל פון דיין איינזייטיגע חזקות כשרות וואס דו געבסט פאר אידן, אויף "הרב" "רבי" שלמה ארז גלייבסטו גארנישט ביז דו וועסט האבן צען עדות זאלן דיר פערזענליך באשטעטיגן די פרטים, אבער די עסקנים זענען קוראפטירט ביזן גרונד, אויפדעם דארף מען אפילו נישט קיין גביעות עדות, דאס זענען פשוטע פאקטן.

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן. איך.
חס ושלום ווי האסטו מיר געזעהן שרייבן אז די עסקנים זענען קארופטירט? איך רעספעקטיר די עסקנים.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 335

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:15 pm @יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
דער עוולם האט שוין געענטפערט.
כדי מ'זאל "טון" דארף עפעס געשען, קיינער גייט נישט גיין שוויצן און ארומלויפן צו רבנים פאר פאן. ס'איז געשען א מצב אז מענטשן וואס זענען אנטלאפן פון דארט זענען אנגעקומען דא, און זיי האבן אינוואלווד היימישע עסקנים, דאס האט זיי אריינגעשלעפט אינעם נושא, און ווען דער מצב איז געווארן ערגער און ערגער האבן זיי בע"כ אנגעהויבן טון..

אגב, איך בין נייגעריג איבער אייער פערזענליכע שייכות מיט העלבראנץ, זעט מיר אויס איר האט עפעס אן ערנסטער נגיעה כלפי אים.
מאיר שלום
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 2:19 pm
x 113

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מאיר שלום »

ביטע ביטע ביטע.

ס’איז א שאד יעדע ווארט אין די טענה’ריי, און וועט נאר פירן צו א פארשליסונג אויף די אשכול, וואס דאס איז די ציל פון די טראלעריי.

זממם אל תפק.
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 94

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

סארי פארן שטערן....
איך בין בקשר מיט א חשוב'ע יוצא ל''ט די לעצטע תקופה וואס ליידער האט ער נישט קיין געהעריגע וועג ארויס פון גוואטאמאלע צוליב פאפירן אישוס און ער וויינט אז די עסקנים העלפן יעצט בעיקר די פרישע יוצאים און ער פארשטייט עס אויך, נאך אלעמען איז ער שוין ארויס און ער האט זיינע קינדער און די פרישע נאכנישט... אבער עכ''ז דארף ער אויך לויט'ן באפעל פון געריכט פארלאזן דאס לאנד און ער האט נישט דאס מינדעסטע מיט וואס אנצוהייבן סיי לעגאל און סיי פינאנציעל...
אשר על כן וויל איך וויסן אויב עס איז דא א וועג אנצוקומען צו די עסקנים צו רעדן דערוועגן (און ווי אויך איז מיר סתם אינטערעסאנט צו וויסן וואס איז די פלאן פאר די יוצאים'ס עתיד, למעשה האלט איך מיט ביי אים שוין א יאר צייט ווי ער וואלגערט זיך אן מאכט מיט אן קיין הילף פון עניאן און איך האף אז דאס זאל נישט זיין די עתיד פון נאך מיטגעמאכטע יוצאים)
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1436

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מנהיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:22 pm סארי פארן שטערן....
איך בין בקשר מיט א חשוב'ע יוצא ל''ט די לעצטע תקופה וואס ליידער האט ער נישט קיין געהעריגע וועג ארויס פון גוואטאמאלע צוליב פאפירן אישוס און ער וויינט אז די עסקנים העלפן יעצט בעיקר די פרישע יוצאים און ער פארשטייט עס אויך, נאך אלעמען איז ער שוין ארויס און ער האט זיינע קינדער און די פרישע נאכנישט... אבער עכ''ז דארף ער אויך לויט'ן באפעל פון געריכט פארלאזן דאס לאנד און ער האט נישט דאס מינדעסטע מיט וואס אנצוהייבן סיי לעגאל און סיי פינאנציעל...
אשר על כן וויל איך וויסן אויב עס איז דא א וועג אנצוקומען צו די עסקנים צו רעדן דערוועגן (און ווי אויך איז מיר סתם אינטערעסאנט צו וויסן וואס איז די פלאן פאר די יוצאים'ס עתיד, למעשה האלט איך מיט ביי אים שוין א יאר צייט ווי ער וואלגערט זיך אן מאכט מיט אן קיין הילף פון עניאן)
וואס איז די שאלה?
דו דארפסט טעלעפאן נומערן? קום אין אישי
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1436

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ר' אלעזר רומפלער זיצט אין תפיסה אין על סאוואדאר.עס איז ממש א סכנת מוות דארט צו זיין כידוע. כאטשיג ער איז א הייסע לב טהור חסיד האט ר' אברהם גרינהוט באצאלט שווערע אלפים פאר לויערס אין גוואטאמאלא, עלסאוואדער, און אין ארץ ישראל. צו ארבעטן אים ארויסצוטראגן קיין ארץ ישראל. למעשה ווען עס איז געקומען צום משפט האט ער לויט די באפעל פון די הנהלה געזאגט פארן שופט אז ער וויל ענדערש זיין אין עלסאוואדאר ווי איידער ביי די ציונים...

עס איז איראניש אז בשעת ער שרייט נאצי אויף גרינהוט און בלום ארבעטן זיי איבערמידלעך און ספענדן שווערע געלטער צו ראטעווען זיין לעבן.

זיי ווייסן אז ער איז נעבעך נישט שולדיג, נאר פארדרייט דעם קאפ און קאנטראלירט דורך די רשעים ארורים.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1438
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2203

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
פנים חדשות האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:09 pm ווער האט געגעבן סמיכה פאר ארז שלמה?
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
סקולען רבי ז”ל האט געזאגט אז ער איז א קדוש
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 933
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1263

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:28 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:15 pm @יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
שלמה איז געווען א וועלט'ס חכם, און א היפנעטייזער.

ס'איז געווען זייער שווער צו כאפן אז ער פארקויפט בעלאוני.
ער האט פארקויפט אז די קוקסט זיינע ספרים
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
על פי תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 1436

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:45 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:07 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 3:13 pm
איך ווייס אז מיין רבי צוזאמען מיט אסאך רבנים פון די פריעדיגע דור האבן געהאלטן פון עם און עם געשטיצט, און אפילו שפעטער איז קיינער ארויסגעקומען קעגן עם.
דיין רבי האט א נאמען?
אויב יא ביטע זיי אונז מזכה צו הערן ווער עס האט געהאלטן פון אים?
סקולען רבי ז”ל האט געזאגט אז ער איז א קדוש
קען זיין
אבער סקולען רבי ז''ל וואלט ווען זיכער נישט הנאה געהאט אז דו זאגסט עס נאך בשמו, נאך וואס עס איז שוין נתגלה געווארן אז דער קדוש איז געווען איין שטיק טומאה
מנהיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 94

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:22 pm
יוסף האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:18 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 4:15 pm @יוסף ס'איז קלאר יא דא עדות אויף אים אליינס איבער שרעקליכע מעשים. מ'האט עס געוואוסט אלע יארן, אפשר אנהייב נישט אבער אין קאנאדע זיכער..

דער חילוק צווישן אים און זיינע קינדער איז פשוט אז ער איז געווען א דזשיניעס, ער האט פארקויפט געוויסע זאכן מיט וואס ער האט אונטערטעניגט זיינע באלעסטיגטע, משא"כ די קינדער האבן בלויז געקענט טעראר און פיין ווייל זיי פארקויפן גארנישט.
עס איז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו שרייבסט דא, פארוואס האט הגה''צ ר' יוחנן וואזנער נישט געהערט פון די עדות? פארוואס זענען די רבנים נישט ארויסגעקומען קעגן עם? עס איז יודע אז היימישע עשירים פון מונטריאול און אמעריקא וואס האבן עם געשטיצט
איך האב אליין געהערט פון הגה''צ ר' חיד''ו ווייס שליט''א אז הגה''צ ר' יוחנן שליט''א האט אים לעצטנס געזאגט אז זיי האבן גוט אפגע'נער'ט דעי אלע יארן, ארומגעפירט מיט שקרים, און אז ער האט שטארק חרטה פארן זיי שטיצן ביז יעצט.
גערעדט מיט א איד וואס פלעגט שיקן געלט פאר ל''ט ביז לעצטענס אז ער האט אנגעפרעגט פאר אפאר וואכן צוריק כמה רבנים וואס זענען שוין ארויסגעקומען שארף קעגן דעם כת ווי אויך פאר הגר''י וואזנער ועוד אויב ער מעג שיקן און ''קיינער'' האט אים נישט געוואלט ענטפערן האט ער באשלאסן אז שב ואל תעשה עדיף.
היוצא לנו מזה איז אז שיקן געלט נאכ'ן באקומען פאנדרעיזינג קאלס פון ראפינירטע חברה וואס ברעדשענען אז קינדער האבן נישט וואס צו עסן איז נישט קיין ראי' אויף וואס דער רב/דיין/רבי האלט לגבי דעם גאנצן ענין.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2635
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7246

Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן.

עס רעגט מיר אויף ווי מענטשן פרובירן צו לייקענען אדער שטעלן אונטער פראגע צייכן די אלע שוידערליכע מעשים וואס איז דארט פארגעקומען.

איך האב פערזענליך גערעדט צו יוצאי לב טהור, און איך האב זיך צעוויינט מער ווי איין מאל דורכאויס די שמועסן. געוואלד! מען רעדט פון א ביטערע אומגליק, און היימישע אידן פרובירן עס צו פארדעקן.

מיר דארפן קלאגן אויף די אלע יארן וואס מען האט געלאזט דעם שלאכטהויז אפערירן, מיר דארפן תפלות אז די קטרוגים פון די אלע יארן זאלן אוועקגענומען ווערן, מיר האבן געשוויגן בשעת ווען אינגע קינדער שלא טעמו טעם חטא זענען אריבער דאס ארגסטע וואס אונזער וועלט האט צו פארשלאגן.

א איד באלאנגט נישט אין תפיסה, און מצדי זאלן זיי אלע ארויסקומען אויף דער פריי, באופן וואס זיי זאלן מער נישט קענען שעדיגן אנדערע. אבער ווי לאנג ס'איז נישטא קיין מהלך זיי צו האלטן אומשעדליך אויף די פריי, מוזן זיי זיצן און תפיסה, און די קינדער מוזן נעבעך דורכגיין וואס זיי גייען יעצט דורך, אנצוקומען צו קענען לעבן נארמאל פון היינט און ווייטער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט