ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן א קולט ביי זיך אינדערהיים, נאר ווילאנג ס'איז ביי זיי אינדערהיים ווייסט קיינער נישט דערפון און מ'טוט גארנישט, אבער די בני משפחה זענען שרעקליך פארפייניגט, פרעגט אייך נאך אביסעלע.עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:10 pmקען זיין יא, קען זיין נישט, די שאלה הייבט בעצם אן פון וואס די קולט באשטייט.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:02 pmדי עצם נקודה פון א קולט איז א ערנסטע פראבלעם.
למשל אויב יאפפעד ווען גיין צו די רעגירונג און אפסטעמפלען די חרדישע אידנטום אלס א קולט, וועט דאס ווערן דיזיגנירט אלס א קולט?
ווער האט די גיידליינס ווי אזוי אפצומעסטן און אפצושאצן א קולט? יושע העכט? סתם א טעראפיסט? א דיין? ווער?
מענטשן (אינקלודינג ראביי העכט) מיינען אז די קולט לידער האט עפעס דורכגעליינט ביכער אדער שטודירט די חכמה וויאזוי צו פירן א קולט, ניין! די קולט לידער איז בטבע א שרעקליכע מאניפיולעיטאר און קאנטראלער. ער דארף נישט ליינען קיין שום ביך וויאזוי צו קולטירן, דאס איז שרעקליכע מדות מושחתות וגרועות, ער איז א צודרייטע קראנקע פארשוין. ביי איינעם בלייבט עס ביי זיך אינדערהיים צווישן די משפחה און חברים (אויב ער האט נאך...) און ביי איינעם גייט עס פיל ווייטער ביזן מאנופילירן נעבעך א גאנצע עדה פון אידן.
א קולט איז טייטש גענצליכע מאניפיולעישן און קאנטראל און אוועקנעמען די מינדעסטע טראסט אינעם אינדיווידואל. פשוט. דאס אז מ'טוט אויך עבירות חמורות איז שוין א פועל יוצא, אבער ס'איז נישט נוגע אויפן עצם מהות פון א קולט.
