זייער גוט ארויסגעברענגט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז עס קענען זיין אז מענטשן געפינען זיך אין ערגערע פלעעצער און מצבים ווי לב טהור, נאר קיינער ווייסט נישט דערפון.צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:31 pmס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן א קולט ביי זיך אינדערהיים, נאר ווילאנג ס'איז ביי זיי אינדערהיים ווייסט קיינער נישט דערפון און מ'טוט גארנישט, אבער די בני משפחה זענען שרעקליך פארפייניגט, פרעגט אייך נאך אביסעלע.עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:10 pmקען זיין יא, קען זיין נישט, די שאלה הייבט בעצם אן פון וואס די קולט באשטייט.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:02 pm
די עצם נקודה פון א קולט איז א ערנסטע פראבלעם.
למשל אויב יאפפעד ווען גיין צו די רעגירונג און אפסטעמפלען די חרדישע אידנטום אלס א קולט, וועט דאס ווערן דיזיגנירט אלס א קולט?
ווער האט די גיידליינס ווי אזוי אפצומעסטן און אפצושאצן א קולט? יושע העכט? סתם א טעראפיסט? א דיין? ווער?
מענטשן (אינקלודינג ראביי העכט) מיינען אז די קולט לידער האט עפעס דורכגעליינט ביכער אדער שטודירט די חכמה וויאזוי צו פירן א קולט, ניין! די קולט לידער איז בטבע א שרעקליכע מאניפיולעיטאר און קאנטראלער. ער דארף נישט ליינען קיין שום ביך וויאזוי צו קולטירן, דאס איז שרעקליכע מדות מושחתות וגרועות, ער איז א צודרייטע קראנקע פארשוין. ביי איינעם בלייבט עס ביי זיך אינדערהיים צווישן די משפחה און חברים (אויב ער האט נאך...) און ביי איינעם גייט עס פיל ווייטער ביזן מאנופילירן נעבעך א גאנצע עדה פון אידן.
א קולט איז טייטש גענצליכע מאניפיולעישן און קאנטראל און אוועקנעמען די מינדעסטע טראסט אינעם אינדיווידואל. פשוט. דאס אז מ'טוט אויך עבירות חמורות איז שוין א פועל יוצא, אבער ס'איז נישט נוגע אויפן עצם מהות פון א קולט.
פון די אנדערע זייט קענען זיין מענטשן וואס געפינען זיך אין לב טהור למחצה לשליש ולרביע, דאס הייסט זיי ווילן דוקע לעבן אזא סארט לייף סטייל, אבער זענען נישט משועבד כל כולם צו די קולט פירער.
