מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
געדענק דעם דאטום, פארוואס? אה. לאמיר אויסרעדן, אין דעם טאג האט מייקראסאפט אפציעל פארגעשטעלט זייער "מאוועראנע וואן (Majorana 1)" קאמפיוטער טשיפ. וואס איז דער סאמע ערשטער קוואנטעם קאמפיוטער טשיפ.
וואס איז קוואנטעם קאמפיוטערס?
עס איז פארהאן געווענליכע קאמפיוטערס, וואס ארבעט מיט בייטס, 1 בייט, 8 בייטס, 16 בייטס, מעגע בייטס, גיגע בייטס וכ"ו. א בייט איז ווי א עלעקטעראן קעדז, עס קען זיין אנגעצינדן, אן, 1, אדער, אויסגעלאשן, אף, 0. משא"כ א קוויו ביט (Qbit) קען זיין אן, אף, און ביידע ציזאמען אויפאיינמאל וואס ווערט געריפן סאופערפאזישן.
נאך א חילוק איז פארהאן בשעת וואס א טרעדיציענאלע קאמפיוטער טיט איין אויפגעבע אויפאמאל, טאקע זייער שנעל אבער פארט איינס אונטערן אנדערן, קען א קוואנטעם קאמפיוטער טוען עטליכע אויפגאבעס אויפאמאל.
צום ביישפול.
איר האט א שטוב פול מיט שליסלעך, לאמיר זאגן א האטעל פראנט דעסק, צו גאר א תפיסה מיט הינדערטער צו טויזענטער שליסלעך, און די ראנסט א קאמפיוטער פראגראם וואס זיכט 1 ספעציפישער שליסל, דער קאמפיוטער גייט ברויכן אריבערלויפן א יעדער איינציגער שליסל זעהן אויב עס שטימט אדער נישט, איינס נאכן אנדערן ביז ער וועט אויפכאפן די ריכטיגע, דאס איז ביי טרעדעציענאלע קאמפיוטער אבער מיט קוואנטעם קאמפיוטינג גייט דער קאמפיוטער קענען אויפאיינמאל קוקן אלע שליסלעך און ארויסשפייען די ריכטיגע ממש אזוי תוך כדי.
וואס האט געדארט? וואס איז דער דורכבראך?
קוואנטעם קאמפיוטינג ארבעט מיט סאבאטאמיק פארטיקלס, וואס בעצם יעדער זאך אין דער בריאה קומט אן צי דער לעוועלס ווי צום ביישפול סאונד, לייט, וכ"ו, במילא ווערט עס געשטערט אויב איינער פון די זאכן כאפן זיך אריין ווערט צימישט די יוצרות. צום ביישפול מיט א זעג קען מען שניידן ביימער האלץ, אבער נישט קיין טרויבן, מיט א מעסער קען מען שניידן טרויבן אבער נישט קיין ביטס, די זעלבע דא די סאבאטאמיק פארטיקלס ווערן געשעדיגט, אדער ריכטיגער געזאגט, ווערן ר"י ערענדז"ט ווען עס לויפט דורך קול אדער ליכטיגקייט, וואס איז אויף זיין לעוועל.
מייקראסאפט איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון א געוויסער מאטריאל און אויסשטעל העלפט אנקומען צו א טאפאלאדזיקל (Topological) פעיס, וואס איז בערך (נישט ממש) אויסשטעלן די אטעמס אזויווי א געפלאכטענע חלה, אבער געפלאכטן אינגאנצן וואס אויף וועלעכער זייט מען וועט עס דרייען וועט עס בלייבן די זעלבע, אויף יענע שטאפל וועלן סאבאטאמיק פארטיקלס ווערן אויסגעשטעלט אויף א געמיינזאמער מהלך וואס לאזט איר נישט ווער אפעקטירט דורך א דרויסענדיגער.
מייקראסאפט אין קאנטרעקט מיט DRAPA.
אויף דעם ארויף האט DARPA (שטייט פאר Defense Advanced Research Projects Agency) וואס איז דער אמערעקאנער מיליטער ריסערדז און דעוועלפמענט אפטיילונג געשלאסן קאנטרעקט מיט מייקראסאפט פאר ווייטערדיגע צוזאמארבעט אויף קוואנטעם קאמפיוטינג.ַ
וואָס איז דער פּאָטענציאל?
דער פאטענציאל וואס מייקראסאפט פארשפרעכט איז עפעס וואס קען טוישן די לעבנס שטייגער אויף אייביג, אין מעדעצין, ארכיטעקטשער, פארשטיין די בריאה אויף א טיפערן לעוועל פון ביז היינט, וואס קען ציברענגן צי וכ"ו וג'...
נאך איין קלייניגקייט דער מאדזערוואנע 1 האט דער פאטענציאל צי אנטהיילטן א מיליאן קוואו ביטס וואס איז בערך דער פאוער פון אלע עקזעסטירענדע קאמפיוטערס אינאיינעם, און עס איז קלענער פונעם האנט פלאך.
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
גיימיר זיךבאלד אוועק זעצן מיט א קלארע קאפ און ליינען די טיפע ארטיקל
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 192
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 257
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
הערליך! קלאר! אינפארמאטיוו!
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
געוואלדיגע נייעס
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
אביסל בעסער צי פארשטיין.... כאפ א בליק.....
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
גדר מאכט פראבלעמען דערמיט. אויב מעגליך לייג איבער אין דרייוו. ש'כח.
Re: מאדזעראנע 1!!! קוואנטים געלאזט אין גאנג.
► Show Spoiler