יעצט האב איך די זכי' צו זיין א ניצוץ פון אליהו און זיין א מבשר טוב... ס'קומט א דורכברוך גאר בקרוב!
נאך א לאאאנגע צייט וואס א גרופע אינגעלייט האבן זיך אריינגעווארפן צו טרעפן א ריכטיגע פלאץ צו באשטעלן א ריכטיגע כלי, האלט יעצט ביים ענדע פון אנטוויקלונג א נייע כשר'ע פאון, אן קיין אינטערנעט, אבער שטארק, און צוגעשטעלט מיט אלע אנדערע באדערפענישן און פיטשערס, לויט וויאזוי די קהילות און רבנים פארלאנגען.
כוועל אויסזאגן א סוד: איך האב עס שוין. ווייל? איך בין איינע פון די "טעסטערס", וואס אויף מיינע ביינער לערנט מען זיך.... מען פרובירט אויס אלע פיטשערס און מ'מאכט זיכער אז ס'נישטא קיין באגס.
אין די לעצטע פאר וואכן האט מען שוין געמאכט עטליכע אפדעיטס, זאכן רוקן זיך גאר שנעל, און ס'קוקט אויס אז גאר בקרוב גייט עס ערשיינען און איך ערווארט אז דערוילעם גייצעך אויסטערליש מחיה זיין.
די "הארדווער" איז שוין אנגעקומען, כמיין אז די גאנצע ריזיגע שיפמענט. די "סאפטווער" האלט ביי די לעצטע שטאפלען, א סופער סופער סאפטווער ב"ה (כמובן נאר נאך אלע מיינע פארלאנגטע טשעינדזשעס

סוי, אויב דער עולם וויל קען מען מיר פרעגן מער שאלות, אלס באנוצער פונעם פאון גלייבעך איך וועל קענען ענטפערן כמעט אלעס.
חוץ מזה וועל איך אפשר דערציילן אביסל פון וואס כהאב שוין אלס געבעטן צו פארעכטן, אלס טעסטער. אי"ה וויפיל די צייט וועט ערלויבן.