שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 16, 2025 12:45 am
שינאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 14, 2025 2:01 pm
איך האב געליינט דער ארטיקל אין מאמענט.
דער פנחס לייפער האט געמאכט א געוואלדיגער ארבעט!
דער ארטיקל איז אסאך אסאך בעסער ווי איך האב עקספעקטעד.
עס איז זייער קלאר און טריקן, אן קיין צוגעלייגטע מעשיות.
און עס געבט א זייער קלארע בליק אויף דער גאנצער סיטואציע, עכ"פ וויפיל עס איז שייך.
און דער פאנטש ליין איז דער ענדע פונעם ארטיקל ווי ער רעדט מיט אפאר פון די פירער דארטן, און ער מאכט קלאר אפאר זאכן מיט זיי...
און אין דער זעלבע וואך האט ער נאך א שיינע פאר ארטיקלען סיי אין מאמענט און סיי אין מאמענט פלאס.
זאל דער אייבערשטער זיך מרחם זיין אויף אלע אידישע קינדער.
כאבעס יעצט גענדיגט ליינען, סיז באמת הארצריינסד, און עכט פראפעסיאנאל און געשמאק געשריבן. [אפשר איין זאך, ווי עטליכע האבן געשריבן אויף אייוועלט, אז ס'איז א טראפ איבערגעטריבן דאס שרייבן אזויפיל מאל אז מקען נישט אלעס שרייבן] WOW!
1. כוואלט אבער יא געוואלט מער הערן איבער די מצב פון די קינדער אין די שעלטער, וויאזוי זיי ווערן קעירגענומען, וויאזוי זיי זען אויס וכו'.
2. אויך בינעך נייגעריג צו פארשטיין וואס פונקטליך סאיז בלום און גרינהוטס באשעפטיגונג דארט. זיי גייען יעדן טאג אין געריכט? אזויפיל מענטשן זענען שוין אנטלאפן? איי מיען, וואס איז זייער סדר היום דארט וכו'.
3. אויב איינער ווייסט וואס פונקטליך מהאט דיסקוסירט ביים אסיפת הרבנים, צי די רשעות וואס גייט פאר, די פארכאפטע קינדער, וועלכע פלענער זענען געווען אויפן טיש, און מיט וואס האצעך עס גענדיגט.
אויך וואס ס'איז די שטעלונג פון די ארטיגע רעגירונג לגבי לב טהור. ווי ס'קוקט מיר אויס גייט זיי עס אן ווי א לאך אין קאפ, און זיי טוען נאר ווען זיי באקומען דרוק צו טוען עפעס.
אקעי, כהאב געהערט אביסל מער פרטים פון איינער פון די ראשי העסקנים, און איך וויל עס מיטטיילן מיטן ציבור.
אויף די מצב פון די קינדער, זאגט ער אז זיי זענען שוין ב"ה אסאך רואיגער, און נישט אזוי ווילד. די פראבלעם איז געווען אז די עלטערן האבן געוויינט צו די רעגירונג אז די קינדער האבן אלערגיעס וכדו', און די עלטערן ווילן זיי אליין ברענגען עסן פעקלעך, וואס זיי האבן כמובן גענוצט צו קאמוניקירן מיט זיי און זיי אויפרייצן.
נאך עטליכע וואכן פון רעדן צו די רעגירונג האבן זיי זיך געבראכן און אנגעהויבן אונטערזוכן די פעקלעך, און ווי ערווארטעט געטראפן דארט סעלפאונס, צעטלעך מיט אנווייזונגען צו אטאקירן יעדער וואס פרובירט צו קומען נאנט צו זיי, אריינגערעכנט וויאזוי צו בייסן אז דאס זאל דאס מערסטע וויי טון... וד"ל. אצינד נאכן זיי אפהאקן זענען זיי ב"ה אסאך רואיגער.
2: די לב טהורניקעס שלאפן נישט און קומען אויך אין געריכט צו פרובירן צוריקצובאקומען קאסטאדי פון זייערע קינדער, און די עסקנים ארבעטן שווער צו זיכער מאכן אז די קינדער גייען נישט צוריק צו דער גיהנם אויף די וועלט.
לגבי די ארטיגע רעגירונג, איז קלאר אז זיי זוכן די וועג ארויס, ווי זיי זאגן קאסט דער אפעראציע אפ פאר די רעגירונג א קיימא לן פון צוויי מיליאן דאלאר א וואך! אריינגערעכנט מערערע שעלטערס וואו מהאלט די קינדער, גאנצע רעגימענטן פון פאליציי און זיכערהייט פערסאנעל, סאושעל ווארקערס וכדו'. אבער די פראצעדור פון אוועקנעמען קאסטאדי פון די עלטערן, נעמט עטליכע חדשים לויטן געזעץ, און ב"ה אז מרוקט זיך נאנטער צו דעם.