מעגליך טאקע אז זיי גייען נישט אראפבעקען אבער פארדעם זאל מען נישט טועהן וואס מען דארף צו טועהן ווייל ס'איז נישט 'הונדרעט פארצענט' אז מען גייט מצליח זיין?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 16, 2025 4:41 pmאיך הער, סא די איינציגע טרייסט איז אז די צד שכנגד איז אוהב שלום ורודף שלום. אויב שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט ממש אזוי, וועט מען מוזן ניצן דעם פענסטער פון אוהל אלץ סטראשע? איך בין נישטא חוזק צו מאכן, איך טריי צו כאפן די לאגיק. איך זעה נישט אין 2025 א נארמאלע סיבה פארוואס וויזניץ זאל אראפבעקן.ווערווייס האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 16, 2025 4:13 pmאפשר איז טאקע דאס די הסבר און די תי' וואס יעדער פרעגט דא, ובתוכם @בלומינגראווער איד @חכם עתיק @נקודות טובותבן נביאים האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 16, 2025 3:56 pm איך דארף דא מוחה זיין אויף די דברי בלע קעגן האדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א
דער רבי איז באקאנט אלס איש השלום ממשפחת השלום און זון פון האדמו"ר זצ"ל דער באקנטער איש השלום.
האט איינער די חוצפה צו שרייבן אז דער רבי האט נישט קיין פראבלעם זיך קריגן מיט סאטמאר, אבי זיך נישט קריגן מיט די ברידערס? חס מלהזכיר אז די רבי האט נישט קיין פראבלעם מיט מחלוקות,
אלע זיינע און זיינע ברודערס פעולות ווייזט פונקט פארקערט, ויסכר פי דוברי שקר
וואס איז די פלאן דא? קען מען דען צווינגען איינעם?
אבער אז דער וויזניצער רבי איז באקאנט אלס איש השלום ממשפחת השלום, און ער וועט זען ווי שטארק דאס טוט וויי פאר סאטמאר, וועט ער זיכער אלעס טון למען השלום אפילו לפנים משורת הדין, קוקט אויס אז ביז היינט האט מען נישט גענוג שטארק ארויסגעברענגט די ווייטאג, האפנטליך איז עס שוין יעצט יא שוין גענוג שטארק
איך בין זיכער אז דו האסט געפרעגט די זעלבע קשיא 'וואס גייט מען אויפטועהן' צוויי יאר צוריק כ''ו ביי די דרשה איבער 'זמן ר''ת'
אזוי אויך אפאר חדשים צוריק ביי דרשה איבער 'חרם דרבינו גרשום', צו ביי די תקנה פון בעטן '300 דאלער א סקווער פיס', און ביי נאך צענדליגע צענדליגע פעלער,
און יא מען האט געטועהן וואס מען דארף צו טועהן אן וויסן 'הונדרעט פארצענט' צו עס גייט מצליח זיין און צום סוף האט מען ב''ה מצליח געווען.