חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
נאנטער חבר
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 4:57 pm
x 103

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאנטער חבר »

וכן נוהגין האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 15, 2025 11:32 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 15, 2025 10:44 pm די עלטערע קלאס פון תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביים פארזינגן די זמירות לכבוד מלוה ד'מלכה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א און זייער געטרייען מלמד מומחה הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א.

IMG-20250205-WA0101.jpg
די צוויי יונגליך ארומגערינגעלט זענען בה"ר מנחם פאכטמאן (11 יאר) און בה"ר בנציון גוטהייל (9 יאר), וועלעכע וואוינען טאקע אין קאסא גראנדע, אבער זייענדיג א תושב דא אין שטאט ווינדער איך זיך זייער ווער עס זענען די אנדערע קינדער. ביטע קום אריין מיט פרטים.

א דאנק

IMG-20250205-WA0101~2.jpg
זעהט אויס אז נישט יעדער קען אלע קינדער וואס וואוינען דארט
קנה לך חבר!
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

נאנטער חבר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:57 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 15, 2025 11:32 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 15, 2025 10:44 pm די עלטערע קלאס פון תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביים פארזינגן די זמירות לכבוד מלוה ד'מלכה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א און זייער געטרייען מלמד מומחה הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א.

IMG-20250205-WA0101.jpg
די צוויי יונגליך ארומגערינגעלט זענען בה"ר מנחם פאכטמאן (11 יאר) און בה"ר בנציון גוטהייל (9 יאר), וועלעכע וואוינען טאקע אין קאסא גראנדע, אבער זייענדיג א תושב דא אין שטאט ווינדער איך זיך זייער ווער עס זענען די אנדערע קינדער. ביטע קום אריין מיט פרטים.

א דאנק

IMG-20250205-WA0101~2.jpg
זעהט אויס אז נישט יעדער קען אלע קינדער וואס וואוינען דארט
מער מסתבר אז די מענטשן וואס וואוינען אין די קליינע קאמיוניטי אין קאסא גראנדע קענען יא אלע קינדער און דאס זענען קינדער פון געסט.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.

אין בילד ווערט געזעהן ווי הרב יהושע רובין גיבט איבער א באריכט פאר'ן רבי'ן.
1-IMG_4298.jpg
1-IMG_4298.jpg (276.3 KiB) געזען געווארן 6684 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.
אין בילד ווערט געזעהן דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א גיבט איבער א באריכט פאר'ן רבי'ן.
ווערט אויך געזעהן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן וואס דער רבי שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו און וואוינט טאקע היינט צוטאג'ס אין קאסא גראנדע, און איז יעצט מיטגעקומעו באזוכן דעם רבי'ן לברך ולהתברך.
IMG_4320.jpg
IMG_4320.jpg (233.56 KiB) געזען געווארן 6680 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.
אין בילד ווערט געזעהן ווי דער רבי שליט"א האט אויס א באריכט פון ידידו דער רב הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א.
IMG_4317.jpg
IMG_4317.jpg (243.99 KiB) געזען געווארן 6676 מאל

אין בילד ווערט געזעהן דער ראש הקהל ד'סאטמאר הרב החסיד רבי דוד עקשטיין שליט"א גיבט איבער א התפעלות'דיגע באריכט פאר'ן רבי'ן פון זיין באזוך אין קאסא גראנדע, פארציילענדיג די מעלות פון די פלאץ און וואס רבי יהושע רובין האט אלץ אויפגעבויעט ביז אהער.
IMG_4308.jpg
IMG_4308.jpg (271.24 KiB) געזען געווארן 6671 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

איז אויפגעקומען א עמערזשענסי און איך וועל מוזן שפעטער ממשיך זיין צו לייגן נאך בילדער פון די באזוך און שפאציר און נאך
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

222555 האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:08 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 9:15 pm
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 7:47 pm א זייטיגע נארישקייט.

אין אריזאנע איז נישטא קיין גראז בכלל? שטיינער איז וואס הייסט דארט שיינע גראונדס?
ס'איז כמעט נישט דא קיין גראז.
הגם ס'איז יא דא צו געפונען גראז, און ס'אפילו דא גאנצע שטחים פיל מיט גראז, איז עס נאכאלץ א יקר המציאות.

דארט איז דא אסאך אנדערע סארט ביימעלעך און געוויקסן וואס מ'זעהט נישט דא.
די לאטס ארום די הייזער און גאסן זענען פיל מיט קאלירטע שטיינער, וואס איז גראדע שיין.
עס לוינט זיך נישט צי מאכן גראז ווייל עס ווערט פארברענט אין זימער
אסאך לייגן טאקע פאלשע קארפעט גראז
יעצט אנגעקומען צו די פאוסטס.

ווי דערוילעם האט טאקע געשריבן, איז זייער שווער אויפצוהאלטן גראז אין אריזאנע, אבער נישט ווייל מען קען עס נישט פלאנצן נאר ווייל עס דארף זייער אסאך וואסער, און מען דארף פלאנצן צוויי סארט גראז צוזאמען אז עס זאל קענען זיין שיין סיי אין די ווינטער און סיי אין די זומער.

אפי' אזוי זענען דא אסאך הייזער וואס האבן עכטע גראז אין פארנט פונעם הויז אדער אין די בעקיארד, עס איז לכאורה דא מער עכטע גראז ווי פאלשע קארפעט גראז אבער די וואס האבן נישט קיין כח זיך אפצוגעבן דערמיט אדער וואס זעען אז עס גייט זיי נישט וועלן טאקע טוישן צו קארפעט גראז.

אין יעדע געגנט איז אבער דא גרויסע שטחים פון גראז, היות יעדע געגנט האט א פארק (אדער צוויי) און דער פארק האט געווענטליך גרויסע חלקים פון גראז.

פאלגענד זענען צוויי בילדער צו בעסער פארשטיין:

ערשטע בילד, בית המדרש קהל חסידים האט געווענטליכע גראז אין פארנט פונעם הויז, אבער עס קוקט טאקע נישט אויס שיין גרין אין די ווינטער (גראדע, און ניו יארק מיינעך ווערט אויך די גראז אזוי אינעם ווינטער, ניין?).

צווייטע בילד, די היילענד מענאר פארק, גלייך נעבן דעם בית המדרש, די גראז איז הערליך גרין היות עס ווערט קעיר גענומען זייער שיין דורך די HOA.

DSC_8949.JPG
DSC_8949.JPG (193.42 KiB) געזען געווארן 6645 מאל
DSC_8955.JPG
DSC_8955.JPG (205.17 KiB) געזען געווארן 6645 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:00 am איך האב ליב צו זעהן אפדעיטס פון די קהילה/מוסדות אדער שטאט.
געווענדליך פרוביר איך ארויסצולייגן נייעס'לעך וואס איך האב בילדער דערפון, און היות רוב זאכן וואס געשעהן דא אין שטאט (עכ"פ ווי איך דריי מיר) ווערט נישט פאראייביגט מיט א בילד (ווי שוין אמאל אויסגעשמועסט באריכות) פאלט ארויס זייער אסאך קרישקעלעך, אבער אויב דער עולם איז פאראינטרעסירט אין סתם קרישקעלעך קען מען דאס אויך אנהויבן ארויסלייגן.

לאמיר אנהויבן ארויסצולייגן אביסל אין דער עולם זאל לאזן וויסן אויב מען וויל נאך.

- - -

קאסא גראנדע בליצן #1

פאריגע וואך איז געווען אין שטאט פאר א קורצע באזוך הרה"ג רבי יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א מדייני קהילת וויזניץ אין מאנסי, דער דיין שליט"א האט געדאוונט מנחה אין בית מדרשינו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע און דערנאך ארומגערעדט מיט די יונגערלייט איבער דעם ישוב און די פארשריט וואס מ'זעהט אין די לעצטע חדשים אזוי אויך האט דער דיין שליט"א געענטפערט עטליכע שאלות פון די אינגערלייט.

דער דיין שליט"א האט שטארק הנאה געהאט פון די תורה'דיגע אטמאספערע אין בית המדרש און דאס ארויסגעברענגט פאר די אינגערלייט וואס האבן אלע פה אחד געזאגט אז דאס איז דער קרעדיט פונעם חשובן רב הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א וואס לייגט א שטארקע דגוש דערויף כסדר אין זיינע שמועסן פאר די איינוואוינער.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

קאסא גראנדע בליצן #2

פאריגע וואך זענען די קינדער פון די עלטסטע קלאס אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע אריבער בבית האכסניא פון הרה"ג ר' שלום הערץ שטערן שליט"א מגי"ש בישיבת סאטמאר קווינס וספרא דדיינא.

דער מגי"ש איז נתפעל געווארן פון די קענטעניס און קלארקייט פון די קינדער, אזוי אויך האט דער מגי"ש געבעטן פונעם מלמד הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א אז היות די קינדער האבן די געלעגנהייט צו זיין אין א קלענערע חדר וואס עס איז דא מער צייט צו לערנען מיט יעדע'ס קינד באזונדער זאל דער מלמד פרובירן אויך צו לערנען ענינים און סדרים וואס מען וואלט אין א געווענדליכע חדר נישט אנגעקומען צו לערנען, דער מגי"ש האט זיך אויסגעדריקט 'עס קען גאר זיין אז א האלבע וועלט שטייט אויף דעם תלמוד תורה'.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

מרא דאתרא פון קאסא גראנדע אריזאנע האדמו"ר מדינוב שליט"א ביים חמישה עשר טיש, ווערט געזעהן דער נייע תושב הרב החסיד רבי נפתלי גראס ביים נעמען פירות
PXL_20250214_003636224.jpg
PXL_20250214_003636224.jpg (280.04 KiB) געזען געווארן 6492 מאל
PXL_20250214_005202484.jpg
PXL_20250214_005202484.jpg (286.27 KiB) געזען געווארן 6492 מאל
PXL_20250214_011912143.jpg
PXL_20250214_011912143.jpg (257.21 KiB) געזען געווארן 6492 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:11 pm היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.

אין בילד ווערט געזעהן ווי הרב יהושע רובין גיבט איבער א באריכט פאר'ן רבי'ן. 1-IMG_4298.jpg
די רבי שליט"א אין א ידידות'דיגע שמועס מיט'ן רב פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א שפאצירענדיג אויף די גאסן פון פאלם ספרינגס קאליפארניע
IMG_4329~2.jpg
IMG_4329~2.jpg (436.03 KiB) געזען געווארן 6484 מאל
IMG_4344~2.JPG
IMG_4344~2.JPG (421.78 KiB) געזען געווארן 5769 מאל
יחזקאל הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:05 pm
x 157

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך יחזקאל הלוי »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:15 pm היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.
אין בילד ווערט געזעהן ווי דער רבי שליט"א האט אויס א באריכט פון ידידו דער רב הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א.
IMG_4317.jpg
פון ווען איז ר' חיים שלמה בערגער געווארן א ידיד פונעם רבין?
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

קאסא גראנדע בליצן #3

פאריגע וואך אום י"ג שבט איז אויסגעפאלן די יארצייט פונעם הייליגן רבי מרדכי לעכאוויטשער זצ"ל, צום יומא דהילולא האט הרה"ח רבי אשר אנשיל פריעדמאן שליט"א מנהל מוסדות נחמת ישראל בן גאב"ד טענקא שליט"א צוגעשטעלט לחיים אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע נאך תפילת שחרית.

נאך מנחה האט רבי אשר שליט"א געבעטן דעם ציבור צו בלייבן צו קענען מאכן א מנין פונעם באוואוסטן סגולה פונעם בעל מתוק מדבש (וואס זיין יארצייט איז געפאלן א טאג דערויף י"ד שבט) פון זאגן דרייצן מאל קאפיטל י"ג פון ספר תהלים, וואס איז א סגולה אויף אסאך ענינים.

(בדרך אגב, איך האב שטארק געזוכט אראק אין קאסא גראנדע צו קענען אויספירן דער שוין היינט באוואוסטע סגולה פון באבא יצחק בן רבי יעקב אבוחצירא, אבער איך האב נישט געטראפן דעם משקה אין קיין שום געשעפט דא אין שטאט, איך האב אפי' געזוכט אין אפיציעלע ליקער געשעפטן אבער קיינער האט דאס נישט געהאט - טאקילא איז דא בשפע...)
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 341

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:53 pm
וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:11 pm היסטארישע באזוך פון דעם מייסד היישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, הרב יהושע רובין צוזאמען מיט אביו דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א און הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אינטרעסירט און געאאפפערט זיין שטיצע צו מחזק זיין דעם הערליכן ישוב.

אין בילד ווערט געזעהן ווי הרב יהושע רובין גיבט איבער א באריכט פאר'ן רבי'ן. 1-IMG_4298.jpg
די רבי שליט"א אין א ידידות'דיגע שמועס מיט'ן קהל חסידים ד'קאסא גראנדע רב הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א שפאצירענדיג אויף די גאסן פון פאלם ספרינגס קאליפארניע
אה איז דאס בילדער.. ווען אריזאנע האט ווען אזאנע שיינע בערג ווי פאלם ספרינגס וואלט עס געווען א נסיון צי בלייבן וואוינען אין ני יארק...
הגם איך מאך נישט אוועק אריזאנע עס ענדלט זייער שטארק אין פ"ס אין אסאך הינזיכטן..
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

קאסא גראנדע בליצן #4

אין א נייעס וואס קען אויסקוקן ווי א פשוטע זאך פאר א איד וואס וואוינט אין ניו יארק אדער אין איינער פון דער מעינסטריעם שטעט ווי אלעס פארט א מחיה און מ'ווייסט ניטאמאל וואס דער חדר אדער סקול לייגט אלץ אריין אין די קינדער, און ווי סאך ארבעט עס גייט אריין אין יעדע זאך, און מען קוקט נישט אן יעדע קלייניקייט ווי א דעגרייכונג.

צום ערשטן מאל אין קאסא גראנדע האט דער מיידל שולע באקומען א 'נייען ווינקל', די גרויסע מיידלעך לערנען געווענדליך נייען אין סקול, שוין אין די לעצטע צוויי יאר האט מען גערעדט אז מען דארף דאס אויך אנהויבן דאהי אבער עס איז קיינמאל נישט אנגעקומען מכח אל הפועל, עטליכע וואכן צוריק האט די מנהל גשמי זיך אריינגעלייגט דערין אין געטוהן צו די זאך, געקויפט עטליכע נייען מאשינען און ב"ה כעת ווערט עס שוין גענוצט אין סקול דורך די מיידלעך.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

האט נישט דווקא צו טאן מיט די חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, עס איז מיר סתם געווען אינטרעסאנט עס צו זעהן לייג איך עס דא ארויף, אפשר וועט עס אינטרעסירן פאר איינעם.

א מעשה אין איינער פון די אויסגאבעס אין מאנסי (אויף ענגליש) וואס האט פאסירט אין קאסא גראנדע אריזאנע.

CG.PNG
CG.PNG (1.03 MiB) געזען געווארן 5995 מאל
CG 1.PNG
CG 1.PNG (527.9 KiB) געזען געווארן 5995 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

היינט באקומען די בילדער אבער שוין געווען א שיין שטיק צייט צוריק (כ'בין נישט זיכער די פונקטליכע דאטום אבער איך מיין אז קרוב צו צוויי חדשים צוריק).

די קינדער פון די עלטסטע קלאס אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, כיתת המלמד המופלא הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א, פארהערן זיך ביי הגה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א.

דערנאך האט רבי נפתלי פארציילט עובדות וסיפורים פון די צדיקי הדור הקודם וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, זייענדיג דער תורה שרייבער ביים רבי'ן זי"ע (הרה"ק מסאטמאר זצ"ל) און ביי נאך צדיקים פון די פריער'דיגן דור.

20250120_152529.jpg
20250120_152529.jpg (177.96 KiB) געזען געווארן 5920 מאל
20250120_152520.jpg
20250120_152520.jpg (174.91 KiB) געזען געווארן 5920 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

דער מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א ווייזט פאר האדמו"ר משענדישוב שליט"א דעם שערי ציון פון אביו האדמו"ר מדינוב זצוק"ל וועמענד יארצייט איז געפאלן די וואך
PXL_20250211_044323119.jpg
PXL_20250211_044323119.jpg (361.22 KiB) געזען געווארן 5829 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1455
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 9:25 pm היינט באקומען די בילדער אבער שוין געווען א שיין שטיק צייט צוריק (כ'בין נישט זיכער די פונקטליכע דאטום אבער איך מיין אז קרוב צו צוויי חדשים צוריק).

די קינדער פון די עלטסטע קלאס אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, כיתת המלמד המופלא הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א, פארהערן זיך ביי הגה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א.

דערנאך האט רבי נפתלי פארציילט עובדות וסיפורים פון די צדיקי הדור הקודם וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, זייענדיג דער תורה שרייבער ביים רבי'ן זי"ע (הרה"ק מסאטמאר זצ"ל) און ביי נאך צדיקים פון די פריער'דיגן דור.

20250120_152529.jpg
20250120_152520.jpg
הערליך שיין, רבי נפתלי איז א גאנץ יעריגע תושב?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:49 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 9:25 pm היינט באקומען די בילדער אבער שוין געווען א שיין שטיק צייט צוריק (כ'בין נישט זיכער די פונקטליכע דאטום אבער איך מיין אז קרוב צו צוויי חדשים צוריק).

די קינדער פון די עלטסטע קלאס אין תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, כיתת המלמד המופלא הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א, פארהערן זיך ביי הגה"צ הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א.

דערנאך האט רבי נפתלי פארציילט עובדות וסיפורים פון די צדיקי הדור הקודם וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, זייענדיג דער תורה שרייבער ביים רבי'ן זי"ע (הרה"ק מסאטמאר זצ"ל) און ביי נאך צדיקים פון די פריער'דיגן דור.

20250120_152529.jpg
20250120_152520.jpg
הערליך שיין, רבי נפתלי איז א גאנץ יעריגע תושב?
ניין, רבי נפתלי איז דא (דער יאר די ערשטע מאל) דורכאויס די ווינטער, אויב פארשטיי איך גוט פלעגט ער אמאל פארן קיין פלארידע און דאס יאר האט ער געטוישט קיין אריזאנע.

רבי נפתלי בלייבט נאך דא ביז ארום פורים צייט.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

קאסא גראנדע בליצן 5#

א נייעס וואס האט נישט דווקא מיט דער חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע אבער האט שטארק צוטאן מיטן שטאט קאסא גראנדע.

בשעת א זיצונג מיט די לאקאלע פאליטישע באאמטע אינאיינעם מיט עטליכע פון די עסקנים אין שטאט וואס ארבעטן אויף געוויסע פראיעקטן וואס וועט בעז"ה ברענגן גרויסע נייעס פאר די אידישע ישוב אין קאסא גראנדע, האבן די באאמטע דערציילט פאר די עסקנים איבער געוויסע גרויסע ריטעיל געשעפטן וואס קומען קיין קאסא גראנדע צוליב איר שטוינענדע וואוקס אין די לעצטערע יארן.

צווישן די אלע געשעפטן שטארצט ארויס דער גרויסער ריטעיל געשעפט 'טארגעט' וואס נאכן אוועקגיין פון קאסא גראנדע פאר איבער פונעף יאר צוריק גייען זיי זיך בקרוב צוריקקערן אין שטאט אין א שפאגל נייע לאקאציע נישט ווייט פון דער היימישער געגנט.

די שטאט קאסא גראנדע האט זיך אין די לעצטע צוואנציג יאר כמעט קוואדרופעלט און ציילט היינט קרוב צו הונדערט טויזנט איינוואוינער, איינער פון די זאכן וואס פלאגט שטארק די שטאט איז א מאנגל אין סוער ליינס וואס די שטאט ארבעט טאקע יעצט אין די לעצטערע חדשים שטארק דערויף, דאס האט געפירט אז רוב פון די נייע בויען פראיעקטן דארפן בויען דירות אויף א קאנדא פארנעם און נישט אויף די מער היימישער פרייוועט הייזער סטיל וואס לויט די פאליטישע באאמטע איז דאס א 'האוזינג קריזיס'.

די באאמטע האבן אויך גערעדט איבער די שרעקליכע 'טראפיק פראבלעמען' אין קאסא גראנדע... און אז מען גייט צולייגן לעינס אויף געוויסע גאסן. גיי זיי מסביר בארא פארק אדער מאנסי פאר א קאסא גראנדע באאמטע...
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

שלש סעודות אין ביהמ"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (בנשיאות הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים) אינאיינעם מיט חשובע אדמורי"ם ורבנים וואס זענען צוגאסט אין שטאט - פרשת יתרו תשפ"ה.

ווערט געזעהן, כ"ק מרן אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, הרה"ח רבי יחזקאל יהודה הלוי גליקמאן שליט"א אדמו"ר מראדושיץ - קרית יואל, הצדיק הישיש רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א.

(צוגעלייגט בנשיאות ע"פ בקשת @חצקל משמש)

20250215_192930.jpg
20250215_192930.jpg (188.41 KiB) געזען געווארן 5362 מאל
20250215_193059.jpg
20250215_193059.jpg (196.88 KiB) געזען געווארן 5362 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 137

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך חצקל משמש »

צו די באריכטער פון אינזערע היימישע ברודער אין קאסא גראנדע, אריזאנע,

ווען מען באריכט פון קהילות וואס איז דא צוויי מיט די זעלבע נעמען ביטע צולייגן בראשות הרב, אדער אן אדרעס וכדו, אזוי עס איז איינגעפירט אויפן טישל ביי אנדערע קהילות.

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2674
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3043

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אנדערער »

חצקל משמש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 10:27 pm צו די באריכטער פון אינזערע היימישע ברודער אין קאסא גראנדע, אריזאנע,

ווען מען באריכט פון קהילות וואס איז דא צוויי מיט די זעלבע נעמען ביטע צולייגן בראשות הרב, אדער אן אדרעס וכדו, אזוי עס איז איינגעפירט אויפן טישל ביי אנדערע קהילות.

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש
ענדליך
שרייב פאוסט