חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2721
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 2:37 pm עס זעט אויס אז ביי וואקאציע האבן מער מענטשן שוואכע נערוון און פארטראגן נישט דעם טלית אויפ'ן קאפ... אפילו פארנט פונעם ארון הקודש..
איך האב חלילה נישט געמיינט קיינעם... אבער איינער מערקט מיר אויף אין אישי אז דאס איז ביי הויכע שמו"ע און עטליכע לייגן יעצט ר"ת תפילין. איך שיהי' יישר כח פאר די שיינע באריכטן.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6468

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שינאווער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 4:09 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 2:37 pm עס זעט אויס אז ביי וואקאציע האבן מער מענטשן שוואכע נערוון און פארטראגן נישט דעם טלית אויפ'ן קאפ... אפילו פארנט פונעם ארון הקודש..
איך האב חלילה נישט געמיינט קיינעם... אבער איינער מערקט מיר אויף אין אישי אז דאס איז ביי הויכע שמו"ע און עטליכע לייגן יעצט ר"ת תפילין. איך שיהי' יישר כח פאר די שיינע באריכטן.
זאג פאר יענעם אז קומענדיגער מאל אין אזא פאל קען ער עס אייך זאגן דא אין פובליק, כ'מיין וואס איז דא צו באהאלטן אז מען דארף גיין אישי פאר דעם?
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

געטראפן א זיסע בילד פון ערב שבת התאחדות פרשת בא, מ'לייגט ארויף סטיקער'ס אויף די סעלצער באטלעך (כמנהג אבותינו מקדמת דנא...).

DSC_8784.JPG
DSC_8784.JPG (211.41 KiB) געזען געווארן 3012 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

א שיינער באשרייבונג וואס איז געווען אויף אנדערע פלאטפארמעס, רויע געפילן פון איינער פון די איינוואוינער נאך דעם דערהויבענעם שבת התאחדות.

- - -

ס'איז מוצש"ק פרשת בא תשפ"ה ווען איך זעץ זיך שרייבן די שורות, שורות פון אן איבערגעפילטן הארץ וועלכע בקושי דריקט זיך אויס אין שריפט.

דאס געביין איז טאקע מיד, אדער זייער מיד מיטן זייגער פארבייגייענדיג דעם צוויי-דרייסיג צייכן, כ'וויל אבער נישט אז דאס ווערטער-ביסעלע זאל טרוקן אין קאלט ווערן.

מיר, דאס הייסט תושבי ואורחי קאסא גראנדע, דער שטאט מיטן געטליכן שיינקייט, און בליענדער קהלה, האבן נאר וואס מיטגעלעבט א שבת וואס קאסא גראנדע האט נישט געזען מיום הוסדה.

א שבת התאחדות מיטן רב שליט"א, באקרוינט מיטן גרויסן טאטן דער רב פון קהל חסידי באיאן-וומסב"ג שליט"א וועלכע האט געהויבן דעם גאנצן שבת אוועק אין ספערישע הויכן.
מיט א טאפעדיג שמחה, און א שפיר פון בחרתנו-דערהויבנקייט האבן מיר געפראוועט דעם שבת כאיש אח"ד ובלב אח"ד.

אמרתי לעצמי, לאמיר פארשרייבן דעם סדר הדברים, אולי וועט דאס ברענגען פארגעניגן פאר נאך א אידן.

מיר האבן געהאט דעם זכי' צו ענטפאנגען דעם רב - וועלכע וואוינט אדערווייל אינעם ווייטן ברוקלין - שוין אויף מיטוואך נאכט.
אנדערש ווי די באזוכן יעדע צוויי וואכן, האבן די נשי קאסא גראנדע געהאט צום ערשטן מאל דער געלעגנהייט צו באגריסן אויכעט דעם רעביצין וועלכע גיבט זיך אזוי איבער בעצה ותושיעה לחנך בנות ישראל הכשרות אין עטליכע היימישע בתי חינוך אין ניו יארק, און שטייט בראש פונעם מיידל סקול דאהי אין קאסא גראנדע.

אויף דאנערשטאג ר"ח שבט העעל"ט, נאך א ווארימען שחרית נאכגעפאלגט מיט א לחיים, איז געפראוועט געווארן א סעודת ראש חודש מיטן רב אינעם תלמוד תורה, די תינוקות של בית רבן האבן געהאט א געלעגנהייט צו באקומען דעם רב'ס אויפמערקזאמקייט פאר זיך אליינס, אן ווערן געשטערט פון די עלטערע. דער רב האט גערעדט צו די ילדי חן נאכגעפאלגט מיט די תלמידים'ס געזאנגען לכבוד היום.

כמעשהו בבית ספר כך מעשהו בבית חינוך לבנות, ווי די מיידלעך האבן אפגעווארט דעם רעביצין תליט"א מיט א ספעציעל ווארעמען ברוכים הבאים אראפגעזינגען דורך די מיידלעך תחי'.

דאנערשטאג נאכט איז מען זיך צוזאמענקומען צו א פארברענגען חציו לשם וחציו לכם, ווי דער רב שליט"א האט געגעבן דעם וועכענטליכער השקפה שיעור אויף די פרשה, א שיין חלק פון די ערווארטעטע געסט זענען שוין אנגעקומען, און מ'האט פארברענגט געשמאק כמנהג החסידים.

דער ביהמ"ד איז געווארן צייטווייליג פארגרעסערט, צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור, און איז ב"ה געווען אן אויסנאמליכע סוקסעס, ולא אמר אדם צר לי המקום.

מנחה ערש"ק האט מען זיך געשטעלט גאנץ פרי, ליתן ריוח פארן שיעור קבלת שבת, און נאך א ווארימען תפילת מנחה מיטן רב פון חסידי באיאן וומסב"ג שליט"א יורד לפני התיבה, האט טאקע בנו חביבו דער רב ווארעם באגריסט דעם עולם און איבערראשט דעם ציבור מיטן אויפרופן האברך המופלג דולה ומשקה הר"ר משה ברא"צ ברייער הי"ו וועלכע האט מיט זיין זיסן לשון למודים אריינגעברענגט דעם שבת.

נאך תפילת ערבית האט דער ציבור אויסגעבראכן און פייערליכע געטענץ מיט א חדוה עילאה וועלכע האט אנגעהאלטן לאנגע מינוטן, און פון דארט איז דער עולם געגאנגען פראווענען דעם סעודת חקל תפוחין קדישין איש תחת גפנו ותאנתו, און דערנאך זענען אלע זיך צוזאמענקומען בשבת אחים בבית הרה"ח אשר אנשיל פערל הי"ו פאר א גאר געהויבענע באטע בשיר ובמחול, וועלכע האט זיך פארצויגן אויף עטליכע שעות מיט אן אור וחדוה וואס איז שווער אראפצוגעבן אינעם געשריבן ווארט.

שבת אינדערפרי זענען די תשב"ר זיך צוזאמגעקומען ווי געווענליך זאגן תהילים, אנגעפירט דורך המלמד החשוב הר"ר יואל טארים הי"ו, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען כרגיל. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען החסיד הישיש הרה"צ רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א וועלכע האט געהאט יארצייט נאך אמו הרבנית הצדיקת ע"ה. שחרית איז געווארן פארגעזאגט דורכן בעל אכסניא של תורה הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער שליט"א, נאך שחרית האט דער רב אויפגעטרויטן א קורצע הלכה שמועס בהלכות שבת און מ'איז תיכף געגאנגען צו קריאת התורה, ווי עס זענען מכובד געווארן פני וחשובי העדה כפי כבודם הראוי אויף ווי ווייט מעגליך.

נאך מוסף איז געשטעלט געווארן א קידוש לכבוד העם הנאספין, ווי מען האט פארברענגט לאנגע מינוטן בשירות ותשבחות ובשיחת חברים, והשתי' כדת אין אונס.

דער שבת איז געברענגט געווארן צום קלימאקס ביי סעודה שלישית, געפירט דורך רב ד'קהילת באיאן וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט במתק לשונו הנחמדים מפז ארויסגעברענגט די חשיבות פון א איד אפגעזעהן זיין ביז יעצטיגן שטאנד, און ווי דער בוכ"ע פארשטייט א איד ומחכה לו לתשובה, ואם ישוב מיד יקבלו. און מיט דעם האט מען געשלאסן דעם שבת.

במוצאי יום גילה.
מוצש"ק, דער ציבור וואשט זיך מלוה מלכה צוגעשטעלט לכל הקהל הקודש אנשים נשים וטף, אינעם ספעציעל ארויסגעדינגענעם זאל, א טאפעדיגע עקסטאז איז אין די לופט.

דער אויבן אן איז באצירט מיט הגה"צ אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, מיטן ברודער הרה"צ ר' נפתלי שליט"א, הרה"צ אדמו"ר אושוואר שליט"א, דער רב זאל זיין געזונט, אביו הגדול הגה"צ ר' יצחק ראבינאוויץ שליט"א מבאיאן וומ"ס. הרה"ג ר' בנציון גאלדמאן אב"ד וראש ישיבות נייפעסט שליט"א. ואחרון חביב הגה"צ הרב רויזמאן שליט"א אב"ד פיניקס-אריזאנע.

אן אייגנארטיקער מזכרת איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים, ווען מכיריו ומעריציו פונעם רב שליט"א האבן ארויסגעגעבן שו"ת דביר אברהם כרך א' לרגל דעם שבת, ענהאלטנדיג די זעלטן-קלארע תשובות לעומקה של הלכה לשואלים און פארשידענע סוגיות.

א סעודה רחבה כיד המלך איז צוגעשטעלט געווארן להציבור הרחב, ווען דער באליבטער מנהל המוסדות הרב עמרם הערצאג דינט אלס יושב ראש המעמד, און ווארפט אריין זיינע כסדר'דיגע טרעפליכע געדאנקען. און צו עפענען דעם מעמד האבן אונז געהאט די זכי' צו הערן א לייוו הוק-אפ דבר השם ברמה פון הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א פון מאנסי וועלכע האט משמש געווען ברבנות דאהי אין קאסא גראנדע בעפאר, און האט מחמת פערזענליכע עיכובים נישט געקענט מיטהאלטן דעם שבת בפועל.

ר' יחיאל שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח דעם לא תגורו מפני איש וואס תושבי קאסא גראנדע האבן דעמאנסטרירט, ווי מ'האט מקיים געווען דעם לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה, און ווי מ'זעהט די רחמים וחסדים גלויים תמיד.

דערנאך האבן מיר געהערט הרה"ג מנייפעסט, וועלכע האט בלשונו הזהב הידוע ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיך צוזאמנעמען באחדות ובלב אחד, דער מלוה מלכה איז געקומען צו א הויכפונקט מיט די פערל ווערטער פון פיניקסער רב הרב רויזמאן שליט"א, ארויסווייזנדיג דער חיבה יתירה און הערצה צווישן הרב רויזמאן אינעם רב שליט"א.

צום לעצט האט מען געהערט דעם דבר הקהילה והמוסדות פונעם אדמיניסטראטאר הרב יצחק גראסמאן, וועלכע האט ווידעראמאל געברענגט צום אויבערפלאך דעם עד הנה עזרונו רחמיו ולא עזבונו חסדיו המרובים.

עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שעה'ן ווען דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן, און האט טאקע גערעדט זייער קורץ, דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף ווי מיר זענען אנגעקומען ביז אהער און ארומגערעדט את המעשה אשר יעשו אויף ווייטער לחיזוק ולהדרכת הקהילה.

לסיום המעמד האבן תושבי קאסא גראנדע איבערגעגעבן אן אות הכרת הטוב, פאר הרה"ח ר' אברהם הערש ברייער הי"ו, וועלכע שטייט בראש פון אלע קהלישע ענינים למן היום הוסדה, דער הכרת הטוב איז נישט געקומען אינעם געווענליכן פארמאט פון א נוצבארע זייגערל און גאלד געדרייטע ווערטער. אנשטאט, האבן תושבי קאסא גראנדע זיך אמת'דיג אויסגעדריקט אויפן פאפיר, יעדער מיטן אייגנארטיגן שריפט זיינעם ככתבם וכלשונם, ארויס פון הארץ, געשריבן מיטן האנטשריפט, און איבערגעגעבן באהבה.

זונטאג אינדערפרי איז פארגעקומען דער באקאנטער וועכענטליכער כולל יום א' צוזאמען מיטן פת שחרית, ווי דער רב האט פארגעלערנט הלכות הנוגעים למעשה מיט א קלארקייט.

און מיט דעם איז געשלאסן געווארן דעם געהויבענעם שבת. ויה"ר שתשרה שכינתך במעשה ידינו.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

ארטיקל געווען די וואך אין די צייטונגן

תושבי קאסא גראַנדע אונטער רישומא דקדושה נאָך געהויבענעם באַזוך פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א

קאַסאַ גראַנדע, אַריזאָנע. – חסידים ואנשי מעשה אין דעם נייעם שפּרודלדיגן ישוב אין אַריזאָנע זענען נאָך אַלץ אונטער'ן טיפן רושם, נאָך דעם געהויבענעם באַזוך פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, וועלכער איז געקומען מחזק זיין די קהילה.
די אידישע קהילה אין קאַסאַ גראַנדע, אַריזאָנע איז איינע פון די נייעסטע חסיד'ישע קהילות וועלכע זענען עטאַבלירט געוואָרן על אדמת אַמעריקע, און איז במשך די לעצטיגע יאָרן זיך צעוואַקסן מיט צענדליגער משפּחות יראים ושלמים וועלכע האָבן אויסגעקליבן זיך צו באַזעצן דאָ כדי צו הנאה האָבן פון די פילע בענעפיטן ברוחניות ובגשמיות וועלכע קאַסאַ גראַנדע שטעלט אַהער.
די פאַרלאָפענע וואָך האָבן די חברי הקהילה, קהל חסידים, געהאַט די זכי' אַז דער זוועהילער רבי שליט"א איז געקומען אויף אַ ביקור מרומם אין שטאָט וואָס איז געווען אַ געוואַלדיגער חיזוק פאַר דער קהילה, קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע און איר נעץ פון מוסדות התורה והחסד.
די תפילות פון שבת זענען פאָרגעקומען אין ביהמ"ד דינוב בנשיאות כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, דער מרא דאתרא.
די הויכפּונקט פונעם שבת איז געווען דער עריכת השולחן וואָס דער רבי האָט געפּראַוועט מיט דער באַטייליגונג פון תושבי העיר. דער ציבור פון וואַרעמע חסיד'ישע אידן האָט געהאַט אַ מורא'דיגן תענוג רוחני, מיטהאַלטנדיג די זמירות שבת און דברי תורה.
שבת בייטאָג נאָכ'ן דאַווענען איז פאָרגעקומען אַ גרויסאַרטיגער קידוש וואָס די קהילה האָט צוגעשטעלט לכבוד דעם גרויסן גאַסט, ביי וועלכן דער רבי איז אויפגעטרעטן מיט הערליכע דברי חיזוק וברכה פאַר דער גאַנצער קהילה.
ביי מנחה ושל"ס האָט דער דינובער רבי שליט"א אַוועקגעגעבן אַלע כיבודים פאַר'ן אורח הנכבד, אַריינגערעכנט הגבה און דברי תורה, (חוץ פון ה' מלך וואָס מען זאָגט נישט אין סקווירא און זוועהיל, וואָס דאָס האָט דער דינובער רבי געזאָגט.)
זונטאָג איז פאָרגעקומען אַ קבלת פּנים דורך ילדי תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע, וואו דער רבי האָט גערעדט פאַר די תשב"ר דברי חיזוק און געטיילט מתנות. ווי אויך האָט ער אָפּגעהאַלטן אַן אסיפה מיט די מלמדים בראש פון דעם חשוב'ן מנהל הרה"ג ר' אשר יונה הורוויץ שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, ביי וועלכן ער האָט זיי געגעבן דברי הדרכה בעניני חינוך. גלייכצייטיג האָט דער רבי קובע געווען אַ מזוזה ביי איינעם פון די נייע קלאַסן פון דעם איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע.
דערנאָך איז פאָרגעקומען אַ באַזוך אין שטוב פונעם מרא דאתרא, דינובער רבי שליט"א, ביי וועלכן ס'איז פאַרגאַנגען אַ הערליכער שמועס בנוגע חילוקים אין התנהגות'ן און נוסחאות, באַגלייט מיט סיפּורי צדיקים און דברי תורה.
דאָס איז נאָכגעפאָלגט געוואָרן מיט אַ באַזוך ביי דער אכסניא פונעם רבי'ן, דורך הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א, אב"ד וראש המוסד, וועלכער האָט במשך דער קורצער תקופה וואָס ער האָט זיך געצויגן אַהין באַוויזן אויפצוטאָן גדולות ונצורות, און הרב יושע רובין שליט"א, דער העראָאישער מייסד היישוב והקהילה וועלכער האָט אַריינגעלייגט כוחות עצומות און אָן אַ שיעור געלט און האָרעוואַניע, בדמי"ם תרתי משמע, צו אויפשטעלן די קהילה.
דער רבי שליט"א האָט אויסגעדרוקט התפּעלות וויאַזוי אין אַזאַ קורצער צייט זינט די קהילה איז נתייסד געוואָרן האָט די חשוב'ע הנהלה באַוויזן אַהערצושטעלן אַלעס וואָס אַ אידישע שטאָט דאַרף האָבן אַריינגערעכנט בתי מדרשים, מקוואות, און מוסדות, און אפילו אַ געשעפט וואָס פאַרקויפט אַלע כשר'ע עסנוואַרגן וואָס אַ אידישע שטוב דאַרף האָבן.
במשך פון דריי שעה איז דער רבי דורכגעגאַנגען אַלע עניני הקהילה און ענינים העומדים על הפּרק און געגעבן עצה והדרכה און דברי עידוד וחיזוק פאַר'ן רב און ר' יושע'ן פאָרצוזעצן מיט די עבודת הקודש.
מאָנטאָג אָוונט איז פאָרגעקומען אַ צענטראַלע אסיפה פאַר אַלע תושבי העיר, אַריינגערעכנט די עזרת נשים, ביי וועלכן דער רבי האָט אויפגעטרעטן מיט אַ דרשה נלהבה פאַר'ן גאַנצן ציבור. במשך פון צוויי שעה האָט דער גאַנצער ציבור געשלונגען מיט דורשט די וואַרעמע דברי חיזוק און התעוררות ווערטער פונעם רבי'ן וועלכע זענען געווען כמים קרים על נפש עייפה. דער ציבור האָט פאַרלאָזט די אסיפה מיט באַגאַזשן אָנגעפילט מיט חיזוק, סיפּוק און שמחה, וועלכע וועלן צוניץ קומען גאָר שטאַרק אויפ'ן טאָג-טעגליכן לעבן.
דינסטאָג בעפאָר'ן זיך צוריקקערן אַהיים קיין ניו יאָרק, האָט דער רבי שליט"א אָפּגעשטאַטעט אַ ביקור גומלין אין שטוב פונעם רב שליט"א, ביי וועלכן ס'איז ווידעראַמאָל פאָרגעקומען אַ הערליכער שמועס און דער רב האָט איבערגעלאָזט דברי ברכה.
די חסיד'ישע קהילה פון קאַסאַ גראַנדע שמ'ט אַרום דער גאַנצער וועלט צוליב דעם פאַקט אַז זי באַשטייט פון לויטער ערליכע אידן. אַלע חברי הקהלה האָבן זיך אַהינגעצויגן דווקא וויבאַלד זיי האָבן אַרויסגעקוקט צו קענען דינען דעם באַשעפער מיט מנוחת הנפש.
די רואיגקייט און רחבות הנפש וואָס איז פאַראַן אין קאַסאַ גראַנדע טרעפט מען נישט אין קיין שום חסיד'ישן ישוב אין אַמעריקע, סיי צוליב די גאָר ביליגע לעבנס-סטאַנדאַרטן (שטייערן זענען אויסערגעווענליך ביליג, און שכר לימוד ווערט געדעקט דורך די שטייערן.) און ווי אויך צוליב דער זעלטענער ציכטיגער און טרוקענער לופט וואָס איז פאַראַן אין שטאָט, וואָס איז באַזונדער גינסטיג פאַר אַזעלכע וועלכע האָבן פּראָבלעמען מיט דער הויט (עקזימאַ) אָדער אָטעם (אַסטמאַ). די הערליכע פּאָנאַראַמעס פון די אַריזאָנע בערג זענען אַן איבעריגע באָנוס.

אויף דעם קומענדיגן שבת קודש פּרשת בשלח - שירה, ווערט געפּלאַנט אַ הערליכער שבת ווען
תושבי קאַסאַ גראַנדע וועלן האָבן די זכי' זיך מסתופף זיין בצל כ"ק מרן אדמו"ר משענדישוב שליט"א, וועלכע קומט צו פאָרן צו דעם שמחת הברית ביי בנו הרה"צ רבי אשר יונה הורוביץ שליט"א.
ווי אויך וועט די רבי שליט"א אַרומגיין מחזק זיין די הייליגע מוסדות און תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים ד'קאַסאַ גראַנדע, אַריזאָנע.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

א געהויבענע וואך האבן תושבי קאסע גראנדע געהאט,
ווען כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א איז געקומען אויף אפרוה פאר א וואך.
פאר די הערליכע קליפ קליקט דא

Google Drive,

אדער אויף א בליק וועבזייטל https://ahblicklive.com/post.php?u_id=p ... eQ0hic56jO

Join us,
https://chat.whatsapp.com/KZ8stgYHVYIGynAlOYSKtL
IMG-20250201-WA0003.jpg
IMG-20250201-WA0003.jpg (169.26 KiB) געזען געווארן 3081 מאל
נצחו
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:19 pm
x 45

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נצחו »

ב״ה עס הייבט שוין אויסצוקוקן ווי א ריכטיגע חסידישע שטאט
ווי ווען עס איז דא 2 קהילות
טוען ביידע זיך אנגארטלן
און שטעלן צו כל טוב פארן ציבור
פאר די מענער און פאר די פרויען און קינדער
ביידע בויען זיך צו די הנאה פון כלל ישראל
די שטאט פארמאגט אפי׳ א מרא דאתרא
די עיקר איז אכטונג געבן נישט צו קלאפן די צווייטע
פאקוסן נאר צו בעסער מאכן די אייגענע
ובשם השם יצליחו
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

נפלאות הבורא אין אריזאנע באשריבן דורך הרב וועלוויל שמעלצער די וואך אין דער שריפט, ווי ער פארציילט איבער זיין וואקאציע אין קאסא גראנדע אריזאנע פארגאנגענע שבת.
Screenshot_20250207-004112~2.png
Screenshot_20250207-004112~2.png (892.15 KiB) געזען געווארן 2990 מאל
Screenshot_20250207-004119~2.png
Screenshot_20250207-004119~2.png (970.23 KiB) געזען געווארן 2990 מאל
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

shira-01.png
shira-01.png (166.98 KiB) געזען געווארן 2900 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 3:24 pm עטליכע שעה פארן זמן, מען ענדיגט צו די לעצטע הכנות אין בית מדרשינו המורחבת.


DSC_8787.JPG
DSC_8793.JPG
באקומען פון איינעם נאך א בילד פון די הכנות ערב שבת התאחדות אין בית מדרשינו.

(מ'רוקט זיך שוין באלד ווייטער).

WhatsApp Image 2025-02-04 at 12.26.49 PM.jpeg
WhatsApp Image 2025-02-04 at 12.26.49 PM.jpeg (338.51 KiB) געזען געווארן 2829 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

די צעטליך דעם שבת אין ביהמ"ד אין קאסא גראנדע
פיילס
PXL_20250207_225520225.jpg
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2939
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8401

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך פופציגער »

א זייטיגע נארישקייט.

אין אריזאנע איז נישטא קיין גראז בכלל? שטיינער איז וואס הייסט דארט שיינע גראונדס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3667
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5947

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 7:47 pm א זייטיגע נארישקייט.

אין אריזאנע איז נישטא קיין גראז בכלל? שטיינער איז וואס הייסט דארט שיינע גראונדס?
ס'איז כמעט נישט דא קיין גראז.
הגם ס'איז יא דא צו געפונען גראז, און ס'אפילו דא גאנצע שטחים פיל מיט גראז, איז עס נאכאלץ א יקר המציאות.

דארט איז דא אסאך אנדערע סארט ביימעלעך און געוויקסן וואס מ'זעהט נישט דא.
די לאטס ארום די הייזער און גאסן זענען פיל מיט קאלירטע שטיינער, וואס איז גראדע שיין.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 358

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך 222555 »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 9:15 pm
פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 7:47 pm א זייטיגע נארישקייט.

אין אריזאנע איז נישטא קיין גראז בכלל? שטיינער איז וואס הייסט דארט שיינע גראונדס?
ס'איז כמעט נישט דא קיין גראז.
הגם ס'איז יא דא צו געפונען גראז, און ס'אפילו דא גאנצע שטחים פיל מיט גראז, איז עס נאכאלץ א יקר המציאות.

דארט איז דא אסאך אנדערע סארט ביימעלעך און געוויקסן וואס מ'זעהט נישט דא.
די לאטס ארום די הייזער און גאסן זענען פיל מיט קאלירטע שטיינער, וואס איז גראדע שיין.
עס לוינט זיך נישט צי מאכן גראז ווייל עס ווערט פארברענט אין זימער
אסאך לייגן טאקע פאלשע קארפעט גראז
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

עת רעוה דרעוין - שבת התאחדות פרשת בא - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

הגה"צ רבי יצחק ראבינוביץ שליט"א בעת רעוה דרעוין פלאקערט אויף לבבות ישראל לאביהם שבשמים, ווערט געזעהן בנו הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, כ"ק מרן אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, אחיו הרה"צ רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א, חתנו האדמו"ר מא"שוואר שליט"א, הרה"ג רבי בן ציון נתן גאלדמאן שליט"א אב"ד ור"י נחלי יוסף ד'נייפעסט, און די ציבור השותים בצמא את דבריו המלהיבות פאר איבער א האלבע שעה.

DSC_8797.JPG
DSC_8797.JPG (321.56 KiB) געזען געווארן 2636 מאל
DSC_8804.JPG
DSC_8804.JPG (204.12 KiB) געזען געווארן 2636 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

DSC_8807.JPG
DSC_8807.JPG (228.9 KiB) געזען געווארן 2636 מאל
DSC_8808.JPG
DSC_8808.JPG (315.25 KiB) געזען געווארן 2636 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א ביים בענטשן על הכוס ביי שלש סעודות אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

DSC_8814.JPG
DSC_8814.JPG (162.2 KiB) געזען געווארן 2635 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

עת רעוה דרעוין - שבת פרשת בשלח - שירה - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלעכע האט געפראוועט דעם שבת אין קאסא גראנדע,

אין בילד האדמו"ר משענדישוב שליט"א ביי בענטשן על הכוס ביי שלוש סעודות

(נישט דוקא אלץ שבת התאחדות) נאר סתם צו מחזק זיין די תושבי קאסא גראנדע און קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע,

(מען ריקט זיך שוין באלד ווייטער)
IMG-20250208-WA0024.jpg
IMG-20250208-WA0024.jpg (153.77 KiB) געזען געווארן 2569 מאל
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 674
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 748

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:19 am עת רעוה דרעוין - שבת פרשת בשלח - שירה - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלעכע האט געפראוועט דעם שבת אין קאסא גראנדע,

אין בילד האדמו"ר משענדישוב שליט"א ביי בענטשן על הכוס ביי שלוש סעודות

(נישט דוקא אלץ שבת התאחדות) נאר סתם צו מחזק זיין די תושבי קאסא גראנדע און קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע,

(מען ריקט זיך שוין באלד ווייטער)
IMG-20250208-WA0024.jpg
דעס איז אין בית מדרש דינוב?
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 1:45 am
וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:19 am עת רעוה דרעוין - שבת פרשת בשלח - שירה - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלעכע האט געפראוועט דעם שבת אין קאסא גראנדע,

אין בילד האדמו"ר משענדישוב שליט"א ביי בענטשן על הכוס ביי שלוש סעודות

(נישט דוקא אלץ שבת התאחדות) נאר סתם צו מחזק זיין די תושבי קאסא גראנדע און קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע,

(מען ריקט זיך שוין באלד ווייטער)
IMG-20250208-WA0024.jpg
דעס איז אין בית מדרש דינוב?
יא
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

שבת פרשת בשלח - שירה - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלעכע האט געפראוועט דעם שבת אין קאסא גראנדע,

אין בילד: האדמו"ר משענדישוב שליט"א ביי שלוש סעודות מיט'ן מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב און הגה"צ הרב חיים שלמה בערגער אבד"ק קהל חסידים.

די רבי האט געזאגט פייערדיגע תורה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די עבודת הקודש פונעם דינוב'ער רבי'ן דער מרא דאתרא ובנו דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין און די חשיבות פונעם חשוב'ע רב שליט"א.

אויך האט די רבי שליט"א ארומגערעדט לאור די מצב און די מסירת נפש פון תושבי קאסא גראנדע און די רבי האט אנגעווינטשן פאר דעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין לנצח על מלאכת בית ה'. ווי די רבי האט סומך געווען דעם מימרא פון חז"ל אויף יהושע בן נון "י-ה יושיעך מעצת המרגלים" און האט מבטיח געווען אז אלע קליפות וועלן בטל ווערן. די ריקורדינג פון די תורה וועט נאכקומען דא בס"ד.

IMG-20250208-WA0028~2.jpg
IMG-20250208-WA0028~2.jpg (165.03 KiB) געזען געווארן 2475 מאל
IMG-20250208-WA0030~2.jpg
IMG-20250208-WA0030~2.jpg (112.68 KiB) געזען געווארן 2475 מאל
IMG-20250208-WA0026.jpg
IMG-20250208-WA0026.jpg (143.79 KiB) געזען געווארן 2441 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 2:57 am שבת פרשת בשלח - שירה - קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועלעכע האט געפראוועט דעם שבת אין קאסא גראנדע,

אין בילד: האדמו"ר משענדישוב שליט"א ביי שלוש סעודות מיט'ן מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב און הגה"צ הרב חיים שלמה בערגער אבד"ק קהל חסידים.

די רבי האט געזאגט פייערדיגע תורה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די עבודת הקודש פונעם דינוב'ער רבינו דער מרא דאתרא ובנו דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין און די חשיבות פונעם חשוב'ע רב שליט"א ווי אויך האט די רבי שליט"א ארומגערעדט לאור די מצב און די מסירת נפש פון תושבי קאסא גראנדע און די רבי האט אנגעווינטשן פאר דעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין לנצח על מלאכת בית ה'. ווי די רבי האט סומך געווען דעם מימרא פון חז"ל אויף יהושע בן נון "י-ה יושיעך מעצת המרגלים" ווי די רבי האט ארויסגעברענגט עניינים העומדים על הפרק ביתר שאת וביתר עוז. און האט מבטיח געווען אז אלע קליפות וועלן בטל ווערן. די ריקורדינג פון די תורה וועט נאכקומען דא בס"ד.


IMG-20250208-WA0024.jpgIMG-20250208-WA0028~2.jpgIMG-20250208-WA0030~2.jpg
איך דארף צאמנעמען די בילדער און עס נעמט צייט, מער בילדער וועלן נאכקומען דורכאויס די קומענדיגע טעג און וואכן, איך וועל עס בעזה"ש פאויסטן אזוי ווי איך באקום עס
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מעריב מוצאי שבת פרשת בא תשפ"ה - בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

עס איז פארגעקומען צוויי מנינים מעריב, נאך וואס עס איז געווען צוויי חיובים צו דאווענען פארן עמוד, איין מנין איז געווען אין בית המדרש, און די צווייטע אין די פארברייטערטע עזרת נשים.

DSC_8819.JPG
DSC_8819.JPG (171.91 KiB) געזען געווארן 2296 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 233
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 620

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

באקומען א שיינע בילד פון הבדלה ביי כ"ק מרן אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א בבית האכסניא הארט נעבן בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

דער בילד איז נישט אזוי קלאר.

WhatsApp Image 2025-02-04 at 12.28.09 PM.jpeg
WhatsApp Image 2025-02-04 at 12.28.09 PM.jpeg (121.61 KiB) געזען געווארן 2292 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803
מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 599

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

שיינע בילדער פון כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א פראוועט א הערליכע שבת אין קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע

בילדער: הבדלה ביי כ"ק מרן אדמו"ר משענדישוב שליט"א אין ביהמ"ד פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א נאך קידוש לבנה.
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_5097e225.jpg
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_5097e225.jpg (171.52 KiB) געזען געווארן 2220 מאל
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_d74886f6.jpg
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_d74886f6.jpg (161.73 KiB) געזען געווארן 2220 מאל
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_21dc72cb.jpg
WhatsApp Image 2025-02-08 at 22.02.45_21dc72cb.jpg (157.85 KiB) געזען געווארן 2220 מאל
שרייב פאוסט