פלאם האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 09, 2025 4:30 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 09, 2025 4:20 pm
נאנטער חבר האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:29 pm
שבת פרשת ויחי איז געווען אן אלארעם ביי א היימישע אינגערמאן אינדערהיים, יענער האט גערופן די פייער דעפארטמענט, און ס'איז אנגעקומען דריי טראקס פול מיט אידן, א שכנ'טע וואס האט דאס צוגעזעהן און זי איז א לערערין אין א היימישע חסיד'שע סקול האט גערעדט אין סקול דערפון און זיך געערגערט אויף די חילול שבת וואס קומט פאר, און וויפיל מ'טוט איז נישט גענוג, פארוואס קען נישט די מצילי אש גוי זיך אפגעבן דערמיט וכו'.
ביי הפסקה האט א מיידל אין סקול וואס איר טאטע איז פון די גרויסע עשקנים פון די ברוער פייער קאמפאני, האט זיך אנגערופן ״די טיטשער איז א אפיקורס״...
אזויווי מיין פאוסט איבער הלכות איז גענומען געווארן זייער פערזענליך דורך געוויסע שרייבער וועל איך אנכאפן דעם פאוסט אלס משל (הגם איך האב נישט געוואלט רעדן פון קיינעם פערזענליך בשעת איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די מאנסי מצילי אש ווס. ברוער), וואס האלט דער שרייבער איז די הלכה דא? איז טאקע געקומען 3 טראקס מיט יודן אדער איז געקומען עטליכע מעמבערס מיט די קארס און איין טראק? ווי אויך האט דער שרייבער קאנפירמד אויב יודן האבן געדרייווט אדער נישט בעפארן אראפרייסן די "מחללי שבתות"? ווייסט מען וויאזוי דער קאלל איז אריינגעקומען?
פארן אריינגיין אין די הלכה, קודם די מציאות: יא ס'איז געווען דריי פולע טראקס מיט אידן, יא ס'איז געדרייווט געווארן דורך אידן, און די איבריגע וואס האבן נישט געדרייווט די טראקס צום קאל האבן געדרייווט זייער קארס צו די טראקס, די קאל איז אריינגעקומען אלץ אן אלארעם וואס קלונגט און לעשט זיך אויס ווען מ'עפנט די פענסטערס, און מ'האט פארשטאנען אז ס'איז קארבאן מאנקסייד, למעשה איז עס געווען א א צובראכענע אלארעם.
דאס אלעס האב איך געהערט פון א שכן אין דעם בנין שבת פרשת בא, ס'איז געווען אויף 22 לינאר.
דא שרייבט נישט די שרייבער קיין הלכה נאר א מעשה, ער זאגט אז א שכנ'טע האט זיך געערגבערט פארוואס מ'האט גערופן די פייער דעפארטמענט אנשטאט מצילי אש, ווען מ'רופט מצילי אש אויף אזא קאל קומען איין צוויי מעמבערס מיט א גוי אדער צופיס, און ווען מ'רופט זיי קומען דריי טראקס.
אדרבה קום די אריין מיט די הלכה וואס די עולם קען נישט, און פאל דאס אדער ענדליך פארסירט אינעם עתיד וואס דארף מען טוען? וועמען דארף מען רופן?
[סארי ס'איז זונטאג, איך האב צייט...]
לגבי די הלכה וואס איך האב געהערט פון א דיין: ביי א שאלה פון קארבאן מאנאקסייד אלארם טאר מען נישט ווארטן אויף א גוי, לאמיר עס צוטיילן אויף צוויי וואס דער פראבלעם קען זיין און עס איז וויכטיג צו וויסן אפילו אינמיטן די וואך:
1. די שעדליכקייט פון קארבאן מאנאקסייד וואס קען זיין טויטליך.
2. רוב מאל ווען עס איז דא הויכע שטאפלען פון קארבאן מאנאקסייד אין א הויז מיינט עס אז עס ליעקט געז, צו ווייל דער געז רענטש איז אנגעצינדן אן א פלאם אדער ווייל א פייפ האט א לאך
לגבי די ערשטע פראבלעם קען העלפן אויב מען עפנט דעם פענסטער ביז א יוד וואס איז אין געגנט קומט אריבער אבער לגבי די צווייטע פראבלעם, אויב איז דא צופיל געז אינעם הויז קען דאס גאנצע הויז ח"ו עקספלאדירן! יעדער שטיק צייט הערט מען אין די נייעס אז א גאנצע בנין האט עקספלאדירט פון א געז ליעק אן קיין פייער, אין אזא פאל טאר מען נישט ווארטן אויפן גוי אן עקסטערע מינוט ווייל עס איז א גרויסע סכנה.
ביי פיקוח נפש איז נישטא דער כלל אז "רוב מאל איז עס א פאלשע אלארם", אויב איז דא א ספק ספיקא פון פיקוח נפש מוז א יוד לויפן מיטן קאר שבת, יעצט ברויך מען 3 טראקס? לכאורה נישט אבער ביי די זאכן איז אויך דא דער כלל אז אויב די געווענליכע פראטאקאל איז צו קומען מיט 3 טראקס (נישט אז איך ווייס, איך זאג אויב איז דאס זייער פאליסי פאר סעיפטי סיבות) דאן איז די הלכה איז אז שבת מוז מען עס אויך טאן און מען טאר זיך נישט פארלאזן אז א וואלונטיר וועט אפשר צושפאצירן.
איך זאג נישט אז דאס איז געווען דער מעשה דא, איך זאג נאר אז עס איז דא א שטארקע צד אז זיי האבן עס געדארפט אזוי טאן און א שרייבער אויף אידטיש איז נישט דער וואס מאכט אפ וואס מען מעג און וואס נישט