גט'ליכע געשרייען

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

טייערע אידן דאס בין איך אברהמעל'ע.

א לעכטיג צוועלף יעריגע נשמהל'ע.

אין ווילאמסבורג מיט די הויכע שטאקן

מיין פיאות שיינע בלאנדע לאקן

נישט אנדערש פון קיינעם.

נאר מיט א חילוק א קליינעם.

איך בין ווי אלע קינדער גלייך

אנדערש נאר מיט איין זאך

מיין טאטע מיט מיין מאמע זיי

ליידער, עס טוהט מיר וויי

האבן נישט גוט געלעבט צוזאמען

זיי זענען עקסטער זייער וועג זיך געגאנגען

איך האב נישט קיין טענות חלילה

איך האב זיי ליב אפילו

זיי האבן מיר נישט וועלנדיג ביטער געמאכט

מיך צו באדערן, האבן זיי זיכער נישט געטראכט.

פון ווען איך בין אכט יאר געדענק איך.

לייגן ביי א צווייטע מומע, מען בעט זיך.

ארויף אראפ א לעבן פון פיין

מיין הערצעלע, בלוט נאכאנאנד זאפט אריין.


מיינע אויגעלעך ביינאכט, ווען קיינער מערקט.

טיף אינטערן דאכענע אליין אין בעט.

וועט זי טרערעלעך ארויסשיקן.

נישט צו לאזן די גאנצע ווייטאג אינווייניג שטיקן.

טרער נאך טרער וועט זי באפרייען.

אנשטאטס די מויל זאל קולות שרייען.

די פליסיגקייט וועט צו מיין קישן מאכן דעם רייזע.

טרערן וואס קען אנפילן א בלומען וואזע.

דורכגעווייקט נאס וועט זי ווערן

דערנאך, אין מיינע אויגן בלייבן טרוקענע טרערן.

ווען אין חדר איך לויף

ריסעס אליינס איך קויף

מיין מאמע איז אויף וועגן ווייט

זי וועט ריסעס מיר נישט קענען אנגרייטן אין צייט.

דערנאך גיי איך אריין אין קלאס

ווערטער ווייסט איר, איז ערגער ווי א בייס

איך קען צומאל הערן אינטער מיין רוקן.

אויף מיין חשבון מען וועט זיך דערקוויקן

איין טאג האב איך געהערט

וואו א שמועס איבער מיר אין חדר ווערט

איינער האט הויך געזאגט

אז אברומי איז ווי א יתום געפלאגט

איך האב געוואלט מיט הויכהילכער שרייען

אבער מיין ליפן מיט צוואנג געטוהן פארנייען

מיין טאטע האט פארלוירן אויף מיר רעכטן.

מיינע שטריקן מיט אים פארבינדן וויל מען שכט'ן

א יתום העלפט מען ארויס

אבער איך בין אין א ליידיגע הויז

מען האט מורא פון מיין מוטער

אין מיין שטוב קומט אפילו נישט קיין פעטער.

פון מיין מאמעס זייט וויל קיינער קומען

ווייל רעדן גוטס אויף מיין טאטע בין איך פארנומען

אבער פון מיין טאטעס זייט האט מען מורא

זי וועט פאר זיי רופן געזעץ אינפארסירער לכאורה

מיינע אינגע הענטעלעך געבינדן אויף אינטן

געלאזט ממש אין א שטורעם מיט מאכטפולע ווינטן

קיין וועג ארויס פונעם גרוב איך זעה

איך ווייס נישט ווען די זאך וועט ווערן אקעי

איך האף אז ווען איך וועל בר מצוה האבן

וועט מען פון מיר בלוט אויפהערן נאגן

אן אפמאך מיט מיין מאמע וועט זיין

און אביסל לינדערן מיין שרעקליכע פיין.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

נישט פארראכטן גארנישט.

אזויווי מיינע פינגער האבן איר געדרוקט צום ערשטן מאל אזוי איז זי.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 537

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויגעלעך »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:20 am טייערע אידן דאס בין איך אברהמעל'ע.

א לעכטיג צוועלף יעריגע נשמהל'ע.
► Show Spoiler
😥😥 לבי לבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם....
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3693
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10998

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך פליט »

די טאלאנט איז קוקו! אוי טאטע טאטע….
Make Gaza Great Again
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 419
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1075

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך יוחנן כהן »

:cry: הארץ רייסנד
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

יוחנן כהן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 5:12 pm :cry: הארץ רייסנד
יאפ
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

@פופציגער איך ווארט פאר א קאמפלימענט
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך פופציגער »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:24 pm @פופציגער איך ווארט פאר א קאמפלימענט
יישר כח פאר’ן מיר רופן.

כ’בין שרעקליך פארנומען אין די טעג, העט נאך חלילה געקענט פאסירן כ’זאל אזא דיאמאנט פארזען.

הערליך און ציפעדיג!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 11:33 pm
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 10:24 pm @פופציגער איך ווארט פאר א קאמפלימענט
יישר כח פאר’ן מיר רופן.

כ’בין שרעקליך פארנומען אין די טעג, העט נאך חלילה געקענט פאסירן כ’זאל אזא דיאמאנט פארזען.

הערליך און ציפעדיג!!
יא יא.
@פופצי ארבעט שווער
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
never say never
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 369
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
x 654

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך never say never »

זייער גוט געשריבן.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215

אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 933
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1262

Re: גט'ליכע געשרייען

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זייער שיין, ווייטאגלעך
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט