רבי שלום שכנא איז געבוירן געווארן ארום דעם יאר רנ"ה לפ"ק, צו זיין פאטער יוסף ב"ר יצחק ב"ר שלום מווינער-ניושטאט ז"ל. זיין רבי איז געווען דער באקאנטער רבי יעקב פאלאק (פלק) - דער בעל החילוקים. ער געווען רב אין דעם עיר ואם בישראל לובלין יצ"ו, דארט האט ער אויפגעשטעלט תלמידי חכמים מופלגים, פוסקים פונעם קומענדן דור.
טראץ וואס רבי שלום שכנא מלובלין איז אנגערופן געווארן דורך זיין איידים און תלמיד, דער רמ"א, "מאור הגולה, רוח אפינו משיח ה' רב הרבנים, גאון הגאונים און נשיא ישראל" איז ער אבער געווען אן עניו ממש כמעט שאין כדוגמתו. זיין זון שרייבט אז ער האט כמה פעמים געבעטן דעם טאטן צו שרייבן ספרים אבער ער דאס אפגעווארפן. ער האט מרוב ענוותנותו געזאגט: איך וויל נישט די וועלט זאל זיך פארלאזן אויף מיר!
מעשה: רבי יעקב פולאק איז אלס אינגערמאן אנגענומען א מלומדת פאסן אין קליין שטעטעלע. דארט האט געוואוינט א איד א ת"ח וואס זיך זייער געפרייט אז דער רבי יעקב איז געקומען וואוינען דארט, און ווען עס איז איהם עפעס שווער געווען אין לערנען פלעגט ער דאס פארלייגן פאר רבי יעקב'ן, און ער האט אים אלס פארענטפערט בטוב טעם ודעת.
לימים האט זיך דער ת"ח געכאפט אז דער רבי יעקב פארקויפט גאר א נייעם דרך הלימוד וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט, איז ער זייער בייז געווארן אויף רבי יעקב'ן, און ער האט אנגערעדט ביי רבי יעקב'ס בעל הבית, אז דעם מלמד'ס דרך הלימוד איז נישט אויסגעהאלטן, און יענער האט אים טאקע אויפגעזאגט און פארשיקט. שפעטער האט דער ת"ח שטארק חרטה געהאט אויף זיין טאהט, און עס האט זייער וויי געטוען אז ער האט געטשעפעט רבי יעקב.
לימים איז אים געבוירן געווארן צו דעם ת"ח א זון, און האט אים נאמען געגעבן, 'שלום שכנא', דער וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער באקאנטער רבי שלום שכנא פון לובלין.
דער ת"ח האט ער געוואלט אז ער זאל דוקא לערנען תורה ביי דעם רבי יעקב פאלאק. אזוי ווי דער טאטע האט מורא געהאט אז רבי יעקב וועט אויף איהם ברוגז זיין, און נישט וועלן לערנען מיט זיין שלום שכנא, האט ער געהייסן זיין זוהן פארן קיין לובלין, וואו ר' יעקב פולאק האט איצט געהאט א ישיבה, און ער זעל איהם נישט פארציילן וועמענס זוהן ער איז. ווען רבי שלום שכנא איז אנגעקומען קיין לובלין, האט אים רבי יעקב פארהערט, ווען ער האט געזעהן וואספארא כלי מפואר דאס איז, האט ער זיך אויסגעדרוקט: אין זכות וואס עס האט אים וויי געטוהן די מעשה (פון מצער זיין ר"י), האט ער זוכה געווען צו אזא קינד. (מפיהם ומפי כתבם, ח"ב).
רבי שלום שכנא מלובלין ז"ל, חמיו של הרמ”א - א’ כסליו (וי"א ל’ חשון) שי”ט
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2310
Re: רבי שלום שכנא מלובלין ז"ל, חמיו של הרמ”א - א’ כסליו (וי"א ל’ חשון) שי”ט
די מצבה אין שטאט לובלין
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 888
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1525
Re: רבי שלום שכנא מלובלין ז"ל, חמיו של הרמ”א - א’ כסליו (וי"א ל’ חשון) שי”ט
ער האט געלאזט צוואה אז די טיטל רב פון שטאט לובלין זאל בלייבן ביי איהם און ער וועט אייביג בלייבן רב.
ס'איז אמאל געוועהן א שריפה אין שטאט בימיו פונעם רבי'ן פון לובלין און די הייליגע חוזה האט געהייסן גיין צום ציון פון ר' שלום שכנא וויבאלד ער איז רב דארף ער מגין זיין אויפן שטאט, און מ'איז געגאנגען צום ציון פון ר' ש"ש און די שריפה האט זיך אפגעשטעלט. זי"ע.
ס'איז אמאל געוועהן א שריפה אין שטאט בימיו פונעם רבי'ן פון לובלין און די הייליגע חוזה האט געהייסן גיין צום ציון פון ר' שלום שכנא וויבאלד ער איז רב דארף ער מגין זיין אויפן שטאט, און מ'איז געגאנגען צום ציון פון ר' ש"ש און די שריפה האט זיך אפגעשטעלט. זי"ע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 437
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1648
Re: רבי שלום שכנא מלובלין ז"ל, חמיו של הרמ”א - א’ כסליו (וי"א ל’ חשון) שי”ט
דער רמ"א איז געווען אן איידעם ביי אים נאר בזיווג ראשון. דער חיד"א ברענגט א מעשה אז ווען דער רמ"א'ס רביצין איז אוועק יונגערהייט האט דער רמ"א ביים הספד געזאגט א פלפול עצום ונורא, און זיין רבי און שווער ר' שלום שכנא האט געזאגט אז אויב ער האט געקענט זאגן אזא פלפול איז נישט מעגליך אז די פטירה פון זיין רביצין האט אים בכלל בארירט, ממילא וויל ער אים נישט געבן זיין צווייטע טאכטער...