אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

יא איך וויל עס זאל ווערן שלום אין מיין קהילה
49
53%
ניין איך וויל אלעס זאל בלייבן אזווי עס איז יעצט
20
22%
עס איז מיר נישט קיין נפקא מינה
23
25%
 
Total votes: 92

אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך משה רבינו »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:08 pm
משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:53 pm איך כאפ נישט מעג מען שלום מאכן ציט די סטרא אחרא אליין? ח'ו היה לא תהיה?

ווען די מנחת אלעזר האט געהאקט אויף די אגודיסטן האט מען אויך געזאגט אז ער מאכט מחלוקת
ווען די דברי יואל האט געהאקט אויף די ציונוים האט מען אויך געזאגט ער איז מרבה מחלוקת
ווען שינאווע רב , בעלזא אב און נאך האבן זיך אריינגעמישט אין די סיגוט מחלוקה האט מען אויך געזאגט זיי זענען מרבה מחלוקת

און אנדערע ווערטער מחלוקה פאר א סיבה מעג זיין און דארף זיין, ווי לאנג מען טוט נאר על פי תורה, למשל לשןן הרע שטייט אין ירושלמי און אזוי פסקנט די רמב''ם אז עס גייט נישט אן אויף קיין בעלי מחלוקת

ווען עס איז א געלט מחלוקה איז די הלכה צו רופן צו דין תורה, און ווען איינער זאגט איך וויל מיר נישט קריגן איך געב אויף מיינע רעכטן, איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט מקיים די חיוב השתדלות, ווייל ער דארף טוען מה שבידו צו וואטשן זיין געלט. עס איז דא וואס האלטן אז א מענטש האט יא רעכט צו אויפגעבן זיינע רעכטן און איז נישט מחיוב צו רופן צו דין תורה
עכ"פ דאס מיינט נישט קיין מחלוקה, מחלוקה מיינט נאר נקמה שלא לתועלת,לשון הרע שלא לתועלת, סתם אנדרייען א שאדן וואס ברענגט מיר נישט קיין ניצן.
די דזשאוק פון מאכן דעם צווייטן צד ווי אן אגודאי אדער ציוני האט שוין לאאאנג עקספייערט ב"ה.

ביטע נישט מדמה זיין די מחלוקות 'אינערהאלב א חסידות' צו די מחלוקות קעגן פורקי עול.

(זמן רבינו תם? דאס איז א צווייטע מעשה, און נישט איבער דעם איז יעצט די רעדע ווי איך פארשטיי)
איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט לגבי רוב מחלוקת איך האב נאר ארויסגעברענגט אז עס איז דא צייטן ווען מחלוקת איז יא די ריכטיגע וועג, האב איך געוואלט ברעמגען די אנדערע צד פשוט צו פירן די שמועס, ווען דו שריייבסט ווען מיין תגובה וואלט איך אפשר געשריבן פארקערט אז רוב מחלוקת צווישן די חסידות איז נישט לשם שמים.
אפילו ביי די אגודה מחלוקת דארף מען וויסן אז מישט די מענטש איז געווען פסול נאר די פעולה איז פסול ווען מען האט די יסוד איז זאכן אינגאנצן אנדערש
בא יבא
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:53 pm
x 6

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך בא יבא »

@דער תהלים איד, ס"ה ווילסטו אז צד מהרי"י זאל זיך לאזן טרעטן. ס'איז א רייע מיט זאכן וואס זיי שפירן אז די הנהגה צוטרעט זיי, ממילא זאגן זיי "טרעט אראפ".
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך ווירקליך »

ביטע האלטן א זויבערע טישטוך אויף אונזער טיש.

אויסשמועסן מחלוקות אין היימישע קהלות איז שמוציג און געמיין.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@בא יבא איך וויל נישט גארנישט... איך זאג נישט וואס קיינער זאל טון, ווייל מ'גייט נישט לאזן דא דעבאטירן די נושאים.

איך זאג ס"ה אז אין סאטמאר וומסב"ג איז שוין פאקטיש שלום ושלוה. נאר אין קרית יואל וויל יעצט צד מהרי"י - אויסער זיך בויען - טוישן א ביז יעצטיגע מציאות, ממילא איז נישטא קיין שלום. גערעכט צו נישט? יעדער גייט זאגן וואס ער וויל, אבער קיין שלוה איז נישטא.

-- דער מנהל האקט. גערעכט איז ער.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך ווירקליך »

ביטע ”נישט” דעבאטירן דא מחלוקות פון קהלות ספעציפיש.

האלטן דעם שמועס בלויז אביעקטיוו, נישט קיין טענות ומענות אדער ראיות והוכחות איבער ספעציפישע קהלות.

ביטע האט פארשטענדעניש.

יישר כח
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 275

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

קען איינער מסביר זיין, פארוואס ער וויל ס'זאל זיין וויאזוי ס'איז?

וואס איז שלעכט מיט שלום?
אז מ'טויגט טויגט מען...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1093
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3669

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

טובי' שרייבער האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 26, 2023 9:58 pm קען איינער מסביר זיין, פארוואס ער וויל ס'זאל זיין וויאזוי ס'איז?

וואס איז שלעכט מיט שלום?
ווייל אויב האט ער געטון פעולות אין די מחלוקה, וויל ער יעצט נישט זיין קיין טו סענס, "פארדעם האב איך מיך געפייט?..."

ועוי"ל אז ער מיינט אז שלום מיינט דאווענען אין איין בית המדרש, האבן איין רב, אויפנעמען איין גבאי וכו', - עס קריכט אים נישט אריין אין קאפ, אויב עס ווערט שלום מאכט מען איין בית המדרש, סאו ווער גייט יעצט זיין דער ריכטיגער אדמו"ר? גייט טאקע דער אנדערער פראנט ראננער אויפגעבן זיין קרוין און זיך אונטערווארפן אונטער דעם אפאנענט?, גייט מיין זייט זיך מכניע זיין פארן צווייטן צד, בין איך א מיאוסער פלאפ, גייט יענער זיך אונטערגעבן? עפעס אומבא'טעמ'ט צו זיין דער בעל גאוה וואס טרעט נישט אפ קיין אינטש... וכו'

ער כאפט נישט אז שלום קען מיינען ווייטער צוטיילט, אבער מען איז באחדות, איך האב מיך מיין קרעמל, דו האסט דיך דיין קרעמל, איך רייס דיך נישט אונטער און דו נישט מיך, זאל יעדער האקן א לעבן באשר הוא שם.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טראפקעלע »

שלום מיינט דארפן אויפגעבן,

כ'זע נישט וואס איך זאל זיין גרייט אויפצוגעבן, ווען איך האלט אז די צד שכנגד טוט אומרעכט.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 275

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:32 am שלום מיינט דארפן אויפגעבן,

כ'זע נישט וואס איך זאל זיין גרייט אויפצוגעבן, ווען איך האלט אז די צד שכנגד טוט אומרעכט.
אנטשולדיגט, אבער שלום מיינט נישט, אז איך דארף אוועקגעבן פון מיר וואס איך האב, ווי למשל, אנהייבן גיין צו די אנדערע רבי'ס טיש, תפילות, ימים טובים, וכדומה.

שלום מיינט, פשוט, איך קוק נישט אויף דיר, און דו קוק נישט אויף מיר, דו שיק דיינע קינדער וואו דו ווילסט, און איך שיק וואו איך וויל.

און, חוץ פון דעם, מיט וואס האט דיך יענער בא'עוול'ט? מיט דעם וואס ער האלט נישט פון דיין רבי? אפשר זאל יעדער אנהייבן האלטן פון אלע רבנים וואס מען קען נאר טרעפן מארבה כנפות הארץ?!
אז מ'טויגט טויגט מען...
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טראפקעלע »

זעט אויס מיר רעדן פון אנדערע קהילות
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך חוט של חסד »

הלוואי זאל שוין זיין שלום ביי אידן!

די אלע נארישע מחלוקה'לעך טראגן נישט און ברענגען נישט אין ערגעץ.
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 371

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך משה רבינו »

יעדער וויל שלום, אבער עס זאל זיין אזוי ווי איך וויל,

למשל די סאטמאר וויזניץ מערכה וואס קוקט אויס גייט יעצט אויפלאקערן צוליב וואס כ"ק רבי יצחק יוחנן שליט"א עפענט א געגענט אין קרית יואל,

די סאטמארע טאענן קום נישט אין לעב בשלום פון דערווייטענס ווייל אויב דו קומסט מאכסטו קרית יואל זאל ווערן ווי מאנסי,
און וויזניץ טאנעט זיי בשלום און נעם מיר ברייט אויף...
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

טובי' שרייבער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 2:07 am
טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:32 am שלום מיינט דארפן אויפגעבן,

כ'זע נישט וואס איך זאל זיין גרייט אויפצוגעבן, ווען איך האלט אז די צד שכנגד טוט אומרעכט.
אנטשולדיגט, אבער שלום מיינט נישט, אז איך דארף אוועקגעבן פון מיר וואס איך האב, ווי למשל, אנהייבן גיין צו די אנדערע רבי'ס טיש, תפילות, ימים טובים, וכדומה.

שלום מיינט, פשוט, איך קוק נישט אויף דיר, און דו קוק נישט אויף מיר, דו שיק דיינע קינדער וואו דו ווילסט, און איך שיק וואו איך וויל.

און, חוץ פון דעם, מיט וואס האט דיך יענער בא'עוול'ט? מיט דעם וואס ער האלט נישט פון דיין רבי? אפשר זאל יעדער אנהייבן האלטן פון אלע רבנים וואס מען קען נאר טרעפן מארבה כנפות הארץ?!
דאס איז דאך שוין יעצט אויך.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 275

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:30 am
טובי' שרייבער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 2:07 am
טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:32 am שלום מיינט דארפן אויפגעבן,

כ'זע נישט וואס איך זאל זיין גרייט אויפצוגעבן, ווען איך האלט אז די צד שכנגד טוט אומרעכט.
אנטשולדיגט, אבער שלום מיינט נישט, אז איך דארף אוועקגעבן פון מיר וואס איך האב, ווי למשל, אנהייבן גיין צו די אנדערע רבי'ס טיש, תפילות, ימים טובים, וכדומה.

שלום מיינט, פשוט, איך קוק נישט אויף דיר, און דו קוק נישט אויף מיר, דו שיק דיינע קינדער וואו דו ווילסט, און איך שיק וואו איך וויל.

און, חוץ פון דעם, מיט וואס האט דיך יענער בא'עוול'ט? מיט דעם וואס ער האלט נישט פון דיין רבי? אפשר זאל יעדער אנהייבן האלטן פון אלע רבנים וואס מען קען נאר טרעפן מארבה כנפות הארץ?!
דאס איז דאך שוין יעצט אויך.
נישט ממש.

כ'וויל נישט ארויסשרייבן אפן, ווייל כ'וויל עס האלטן נייטראל, אבער די פאקט איז, אז, אין טייל קהילות איז מען נאכאלטס צוקריגט מיט די אנדערע צד.
אז מ'טויגט טויגט מען...
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך והיתם נקיים »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:08 pm
משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:53 pm איך כאפ נישט מעג מען שלום מאכן ציט די סטרא אחרא אליין? ח'ו היה לא תהיה?

ווען די מנחת אלעזר האט געהאקט אויף די אגודיסטן האט מען אויך געזאגט אז ער מאכט מחלוקת
ווען די דברי יואל האט געהאקט אויף די ציונוים האט מען אויך געזאגט ער איז מרבה מחלוקת
ווען שינאווע רב , בעלזא אב און נאך האבן זיך אריינגעמישט אין די סיגוט מחלוקה האט מען אויך געזאגט זיי זענען מרבה מחלוקת

און אנדערע ווערטער מחלוקה פאר א סיבה מעג זיין און דארף זיין, ווי לאנג מען טוט נאר על פי תורה, למשל לשןן הרע שטייט אין ירושלמי און אזוי פסקנט די רמב''ם אז עס גייט נישט אן אויף קיין בעלי מחלוקת

ווען עס איז א געלט מחלוקה איז די הלכה צו רופן צו דין תורה, און ווען איינער זאגט איך וויל מיר נישט קריגן איך געב אויף מיינע רעכטן, איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט מקיים די חיוב השתדלות, ווייל ער דארף טוען מה שבידו צו וואטשן זיין געלט. עס איז דא וואס האלטן אז א מענטש האט יא רעכט צו אויפגעבן זיינע רעכטן און איז נישט מחיוב צו רופן צו דין תורה
עכ"פ דאס מיינט נישט קיין מחלוקה, מחלוקה מיינט נאר נקמה שלא לתועלת,לשון הרע שלא לתועלת, סתם אנדרייען א שאדן וואס ברענגט מיר נישט קיין ניצן.
די דזשאוק פון מאכן דעם צווייטן צד ווי אן אגודאי אדער ציוני האט שוין לאאאנג עקספייערט ב"ה.

ביטע נישט מדמה זיין די מחלוקות 'אינערהאלב א חסידות' צו די מחלוקות קעגן פורקי עול.

(זמן רבינו תם? דאס איז א צווייטע מעשה, און נישט איבער דעם איז יעצט די רעדע ווי איך פארשטיי)
אינערהאלב א חסידות/קהילה קענען נישט זיין א גרופע פון וועם מ'זאל זיך דארפן טיילן?
בעלזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 31

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך בעלזער »

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט שלום געמאכט מיט ווער ס'איז נאר געוועהן גרייט דערפאר!
דאס הייסט א גדול!

די ביליגקייט און זילזול וואס גייט אריין אין די יוגנט ווען מען זעט ווי קהילות קדושות קריגן זיך איבער געלט און אנדערע נארישקייטן איז שרעקליך...
ווי אזוי ערווארט מען פון א בחורל צו האבן אמונת צדיקים און זיין א חסידישע איד און בלייבן אין זיין קהילה און נישט זיכן קיין אנדערע שטותים אויפן גאס, ווען ער זעט אז מען איז פארנימען מיט כבוד, געלט און פאיער?!...
גענוג מיט די מחלוקת! שלום שלום צווישן אידן...
בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויראת שמים ביז משיח וועט קומען!

מיינע פאוסטס פארטרעטן נישט בעלזא.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער פשוט, לעבן בשלום מיינט נישט זיין איינס. לעבן בשלום מיינט אז יעדער לעבט זיך רואיג און גייט זיין וועג אן טרעטן אויף יענעמ’ס הינער-אויג.

צי ס’מעגליך? ווענציך ווען.

ווען צד א’ באשליסט אונטערצונעמען א מערכה צו שטעלן צד ב’ אין פלאץ, איז דאך נישט דא קיין וועג צוריק אן דעם וואס איינער זאל קאפיטולירן...

אפילו אויב זאלן די ראשי הקהלה איינגיין אויף א פשרה וועלן דאך די אלע היץ קעפ עס נישט צולאזן, דען זיי וועלן דאן בלייבן מיטן צונג אינדרויסן אויסגעשטעלט צו קעלט און היצן...

אבער אין א צייט ווען די געמיטער זענען רואיגער קען מען עס מאכן געשען.

און אפילו ווען געמיטער זענען נישט רואיג, קען מען עס בארואיגן.
וויאזוי? אז יעדער פאר זיך זאל לעבן פרידליך, אזוי וועט דער פייער נישט באקומען קיין ברענשטאף און אויסגיין, האפענטליך אן אנברענגען גרויסע שאדן.

אלזא, לסיכום, יא ס’שייך.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 309

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך כרוספדין »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 3:00 am אפילו אויב זאלן די ראשי הקהלה איינגיין אויף א פשרה וועלן דאך די אלע היץ קעפ עס נישט צולאזן, דען זיי וועלן דאן בלייבן מיטן צונג אינדרויסן אויסגעשטעלט צו קעלט און היצן...
מנהל, למשל ביי די קהלה וואו דו בלאנגסט איז דא מעגליךקייט אז היץ קעפ זאלן אווערהייטן די ראשי קהילה? כ’מיין אז נישט... דעמאלטס דארף זיך די ראשי קהלה אראפ זעצן און שלום על ישראל. אלא מאי?
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
בעלזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 31

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך בעלזער »

בית הלל און בית שמאי האבן זיך געקריגט אויף יסודי הדת און איסורי דאורייתא ועם כל זה זעט מען און יבמות אז זיי האבן זיך נישט מונע געוועהן פון חתונה האבן איינער מיט דעם צווייטן,
און זיי האבן זיך געגלייבט איינער דעם אנדערן אז ביי א פאל ווי פאר די אנדערע צד איז עס אסור וועט מען מודיע זיין...

און יא! זיי האבן זיך געקריגט איבער אוסורי דאורייתא ממש, חשש ממזרת, חילול שבת וכו' וכו'...
בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויראת שמים ביז משיח וועט קומען!

מיינע פאוסטס פארטרעטן נישט בעלזא.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אבער זיי זענען געווען קלאר אז דער צווייטער איז ערליך מיט ערליכע כוונות און ריינע מטרות. ממילא קענסטו נישט ערווארטן אז דאס זאל זיין דער אויסקוק צווישן סאטמאר און בעלזא כהיום, לדוגמא, וואס איינער איז איבערצייגט אז דער צווייטער איז וכו' ואכמ"ל...

נאר וואס? שלום אין אונזער פאל מיינט אז מען קריגט זיך נישט. קיינער פרובירט נישט ארינצוגיין אין יענעמס טעריטאריע, און יעדער לעבט בשלום מיט זיך.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך שבת קודש »

דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:08 pm שלום, פיינט,
סיריעסלי? איר קענט מיר ביטע טרעפן נאך א קהילה און די וועלט וואס איז אזוי איינס ווי סאטמאר?

מיט אזאנע פיינט ווער ברויך נאך פריינט

אין כאן לא מחלוקת ולא שום פירוד לבבות אבל יש כאן שתי אדמורים

וויזניצער רבי ווייסט עס נישט ווייל ער הערט פונדערווייטנס נאר די נויז, ער האט נאכנישט מיטגעהאלטן קיין איין סאטמארע משפחה שמחה, קיין איין עקספוי און קיין איין סאטמארע מנינים סענטער
וויזניצער רבי וויל אז אין סאטמאר און באבוב זאל זיין אזווי דא..

יעדער זאל זיך גיין זיין וועג אבער נישט זיין צוקריגט
פיילס
Screenshot_20230828_122258_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230828_122258_WhatsApp.jpg (89.31 KiB) געזען געווארן 572 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לפי ידיעתי איז דארט געווען אסאך מיאוסער ווי אין סאטמאר. נאר וואס? צייט האט עס שוין געהיילט.

סאטמאר איז די זעלבע. אין וויליאמסבורג איז עס שוין אזוי. אין קרית יואל האבן געוויסע אנגעהויבן פונדאסניי, וועט מען מוזן ווארטן נאך אפאר יאר.
בעלזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 31

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך בעלזער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:52 am אבער זיי זענען געווען קלאר אז דער צווייטער איז ערליך מיט ערליכע כוונות און ריינע מטרות. ממילא קענסטו נישט ערווארטן אז דאס זאל זיין דער אויסקוק צווישן סאטמאר און בעלזא כהיום, לדוגמא, וואס איינער איז איבערצייגט אז דער צווייטער איז וכו' ואכמ"ל...

נאר וואס? שלום אין אונזער פאל מיינט אז מען קריגט זיך נישט. קיינער פרובירט נישט ארינצוגיין אין יענעמס טעריטאריע, און יעדער לעבט בשלום מיט זיך.
האסט זייער גוט ארויסגעברענגט וויאזוי א מחלוקת לשם שמים...
אז אפי' די פארשטייסט אז לויט יענעם איז מען א ממזר אדער מחלל שבת צו מען עסט קדשים בטומאה,...
יעדער האלט וואס ער האלט און מען דארף נישט יענעם פארוואנדלן אין א שייגעץ...
בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויראת שמים ביז משיח וועט קומען!

מיינע פאוסטס פארטרעטן נישט בעלזא.
אוועיטער
אביסל צו שפעט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
x 105

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך אביסל צו שפעט »

בעלזער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 3:42 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:52 am אבער זיי זענען געווען קלאר אז דער צווייטער איז ערליך מיט ערליכע כוונות און ריינע מטרות. ממילא קענסטו נישט ערווארטן אז דאס זאל זיין דער אויסקוק צווישן סאטמאר און בעלזא כהיום, לדוגמא, וואס איינער איז איבערצייגט אז דער צווייטער איז וכו' ואכמ"ל...

נאר וואס? שלום אין אונזער פאל מיינט אז מען קריגט זיך נישט. קיינער פרובירט נישט ארינצוגיין אין יענעמס טעריטאריע, און יעדער לעבט בשלום מיט זיך.
האסט זייער גוט ארויסגעברענגט וויאזוי א מחלוקת לשם שמים...
אז אפי' די פארשטייסט אז לויט יענעם איז מען א ממזר אדער מחלל שבת צו מען עסט קדשים בטומאה,...
יעדער האלט וואס ער האלט און מען דארף נישט יענעם פארוואנדלן אין א שייגעץ...
YUP...
קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
אוועיטער
דער גערער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:50 am
x 60

Re: אנקעטע: שלום אין די קהילות, איז עס שייך?

פאוסט דורך דער גערער »

ווער קען ברענגן די מכתב קודש פון אדמו"ר מויזניץ לונדון?
שרייב פאוסט