איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט לגבי רוב מחלוקת איך האב נאר ארויסגעברענגט אז עס איז דא צייטן ווען מחלוקת איז יא די ריכטיגע וועג, האב איך געוואלט ברעמגען די אנדערע צד פשוט צו פירן די שמועס, ווען דו שריייבסט ווען מיין תגובה וואלט איך אפשר געשריבן פארקערט אז רוב מחלוקת צווישן די חסידות איז נישט לשם שמים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:08 pmדי דזשאוק פון מאכן דעם צווייטן צד ווי אן אגודאי אדער ציוני האט שוין לאאאנג עקספייערט ב"ה.משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:53 pm איך כאפ נישט מעג מען שלום מאכן ציט די סטרא אחרא אליין? ח'ו היה לא תהיה?
ווען די מנחת אלעזר האט געהאקט אויף די אגודיסטן האט מען אויך געזאגט אז ער מאכט מחלוקת
ווען די דברי יואל האט געהאקט אויף די ציונוים האט מען אויך געזאגט ער איז מרבה מחלוקת
ווען שינאווע רב , בעלזא אב און נאך האבן זיך אריינגעמישט אין די סיגוט מחלוקה האט מען אויך געזאגט זיי זענען מרבה מחלוקת
און אנדערע ווערטער מחלוקה פאר א סיבה מעג זיין און דארף זיין, ווי לאנג מען טוט נאר על פי תורה, למשל לשןן הרע שטייט אין ירושלמי און אזוי פסקנט די רמב''ם אז עס גייט נישט אן אויף קיין בעלי מחלוקת
ווען עס איז א געלט מחלוקה איז די הלכה צו רופן צו דין תורה, און ווען איינער זאגט איך וויל מיר נישט קריגן איך געב אויף מיינע רעכטן, איז דא וואס האלטן אז ער איז נישט מקיים די חיוב השתדלות, ווייל ער דארף טוען מה שבידו צו וואטשן זיין געלט. עס איז דא וואס האלטן אז א מענטש האט יא רעכט צו אויפגעבן זיינע רעכטן און איז נישט מחיוב צו רופן צו דין תורה
עכ"פ דאס מיינט נישט קיין מחלוקה, מחלוקה מיינט נאר נקמה שלא לתועלת,לשון הרע שלא לתועלת, סתם אנדרייען א שאדן וואס ברענגט מיר נישט קיין ניצן.
ביטע נישט מדמה זיין די מחלוקות 'אינערהאלב א חסידות' צו די מחלוקות קעגן פורקי עול.
(זמן רבינו תם? דאס איז א צווייטע מעשה, און נישט איבער דעם איז יעצט די רעדע ווי איך פארשטיי)
אפילו ביי די אגודה מחלוקת דארף מען וויסן אז מישט די מענטש איז געווען פסול נאר די פעולה איז פסול ווען מען האט די יסוד איז זאכן אינגאנצן אנדערש