"אלקותו" בקהל חסידים?!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13345

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.
Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
Screenshot 2025-01-13 214119.jpg (24.66 KiB) געזען געווארן 688 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3485
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4247

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 4:59 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:57 pm ס'איז באקאנט דאס ווארט: "שירו לה' שיר חדש", מ'דארף זינגען א נייעם שיר פאר השי"ת, ווייל "תהלתו בקהל חסידים", אלע לויב ווערטער אויף השי"ת כביכול, ווערן שוין פארנוצט דורך די חסידים פאר זייערע רבי'ס...

איך מיין אבער אז דאס איז אלעמאל געווען נאר איבער גרויסקייט און הייליגקייט, "תהלתו".

דאס וואס מען זעט לעצטנס, אפשר נאר אין איין קהלה אבער פארט שפירט זיך ווי עס ווערט ח"ו נארמאל, איז אין מיינע אויגן געהעריג עבודה זרה בשותף. דהיינו, אז מען נוצט דאס גט'ליכקייט אויף א רבי. איך מיין אז דאס איז גענצליך ניי, און שפרייזט אריבער די אידישע אמונה, טאטאל.

מ'זאגט נאך אז דער חזו"א אט געזאגט אויף די מזרחי אז זיי זענען "א גלויבן וואס איז די מערסטע ענדליך צו די אידישע". צו קען מען דאס שוין ח"ו זאגן אויף געוויסע חסידים?


איך בעט זייער, אלס פותח הטעמע, מ'זאל נישט דערמאנען דא קיין נעמען, נאר בארירן די קאנצעפט.
א פרישע זמירות איז ערשינען, פון אזא סארט חסידות/ע"ז

עטליכע אויסצוגן:
מאנכע צייכענען אן אז ס'איז א פאליטיש געמאכטע זאך און איז פאלש.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13345

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נוסח אחר...
Screenshot 2025-01-13 215219.jpg
Screenshot 2025-01-13 215219.jpg (18.04 KiB) געזען געווארן 688 מאל
---

אגב, @דער תהלים איד, איינער זאגט מיר פריער א טעאריע אז א צווייטע חסידות האט עס ארויסגעגעבן בשמם... וד"ל. כ'האף אז ס'איז אמת.

שמח האט אויך אזוי געהערט און האקט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5632
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 11303

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:53 pm מאנכע צייכענען אן אז ס'איז א פאליטיש געמאכטע זאך און איז פאלש.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:54 pm אגב, @דער תהלים איד, איינער זאגט מיר פריער א טעאריע אז א צווייטע חסידות האט עס ארויסגעגעבן בשמם... וד"ל. כ'האף אז ס'איז אמת.

שמח האט אויך אזוי געהערט און האקט.
להתודע ולהיגלות:

איך האב מברר געווען ביי א איד וואס איז ליידער א חסיד פון יענעם פלאץ, און ווי ער זאגט איז דער זמירות טאקע פאלש.

מנהלים, מ'קען עס אויסמעקן, טעיתי.

(די פריערדיגע ציטאטן דא רח"ל אנהויב אשכול, זענען יא באשטעטיגט אלס אמת)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:54 pm נוסח אחר...Screenshot 2025-01-13 215219.jpg

---

אגב, @דער תהלים איד, איינער זאגט מיר פריער א טעאריע אז א צווייטע חסידות האט עס ארויסגעגעבן בשמם... וד"ל. כ'האף אז ס'איז אמת.

שמח האט אויך אזוי געהערט און האקט.
דעמאלטס איז די צווייטע חסידות די זעלבע

אזאלעכע לשונות טאר מען נישט שרייבן אפילו ווען די כוונה איז בלויז לקנתר
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 248

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פנים חדשות »

און אט האט איר א זמירות וואס איז יא קראנט.
זמירות ליום אידם.pdf
(4.38 MiB) דאונלאודעד 158 מאל
(איך האב עס באקומען אזויווי ס'איז, איך האב נישט צוגעלייגט די הערות וכו')
אינטערעסאנט
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
x 51

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אינטערעסאנט »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:39 pm און אט האט איר א זמירות וואס איז יא קראנט. עובדי עבודה זרה ה"י.

זמירות ליום אידם.pdf

(איך האב עס באקומען אזויווי ס'איז, איך האב נישט צוגעלייגט די הערות וכו')
בינעך נייגעריג צו די אלע אדמורי''ם ורבנים וואס נעמען אויף אט די מנהיג, ווייסן אפילו וואס דא טוט זיך, עד היכן הדברים מגיעים,
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:39 pm און אט האט איר א זמירות וואס איז יא קראנט. עובדי עבודה זרה ה"י.

זמירות ליום אידם.pdf

(איך האב עס באקומען אזויווי ס'איז, איך האב נישט צוגעלייגט די הערות וכו')
זעה איך נישט דארט קיין זאך וואס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, ס''ה פאריקט
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 248

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פנים חדשות »

אינטערעסאנט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:51 pm בינעך נייגעריג צו די אלע אדמורי''ם ורבנים וואס נעמען אויף אט די מנהיג, ווייסן אפילו וואס דא טוט זיך, עד היכן הדברים מגיעים,
זיכער אז נישט.

(קען זיין אז מחאות אד"ג וועלן נאר מאכען ערגער, און ווי אויך האבען זיי נישט קיין השפעה אויף אנדערע, אזוי אז ס'איז דא א גרויסע שיקול צו זיין שטיל, אבער דאס כבוד געבן אא"וו האט לכאו' אויך נישט קיין פשט, אע"כ אז זיי ווייסען נישט)
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 248

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פנים חדשות »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:53 pm זעה איך נישט דארט קיין זאך וואס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, ס''ה פאריקט
איינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.

חוץ מזה, האב איך געשריבען מיין פאוסט עטוואס אנדערש, נאר די הנהלה האט ארומגעטוישט, אזוי זעהט יעצט אויס כאילו איך באצי זיך צו דער זמירות.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:58 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:53 pm זעה איך נישט דארט קיין זאך וואס גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, ס''ה פאריקט
איינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.
וועלעכע?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1295
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3734

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:51 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'
אמונה אז וואס? אפילו די מתנגדים גלויבן (האבן אמונה) אז ער עקזיסטירט... נישט דאס טייטשט אמונה. דו ווילסט דא אז איך זאל דא גלויבן 'עפעס' מער, נו שמועס אויס דעי 'עפעס'...
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
עצי בשמים
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:51 pm
x 90

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך עצי בשמים »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:59 pm
פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 2:58 pm איינע פון די דרייצן אני מאמין'ס איז אז מ'דאווענט בלויז צום באשעפער.
וועלעכע?
די פיפטע.
ה] אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּורֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמו לו לְבַדּו רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתו.
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 248

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פנים חדשות »

להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק, י"ל שאין דין ע"ז כשעובדים לבשר ודם, ועוד יל"ע אם באמת חושבים לעבוד לרבם, ולכאו' תלוי בין הצעירים ליותר מבוגרים, ועכ"פ לא פוסקים שאלות כאלו בלתי עיון נמרץ.
אין פורום אוצה"ח ברענגט איינער אז ער איז געווען צוזאמען מיט איינע פון די רבי'ס פון דעם גזע ביי איינער'ס שטוב, און יענער האט א בילד פון דער מנהיג, און די פלאץ וואס די בעה"ב האט אוועקגעשטעלט פאר די רבי איז געווען קעגן איבער די בילד, און ער האט נישט מסכים געווען זיך אוועקצוזעצן קעגן דעם בילד, זאגענדיג עפעס וועגן ע"ז (די לשון געדענק איך נישט), און ווען יענער האט נישט אראפגענומען די בילד, האט ער זיך אוועקגעזעצט מיט די רוקען צום בילד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1736
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4485

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך נקודות טובות »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
אן אתרוג פושקע שמעקט פון אתרוגים. געצן דינער שמעקן פון עובדי עבודה זרה! דיני עובדי ע"ז וועלן מיר איבערלאזן פאר די סנהדרין מהרה יבנה המקדש. וואס מיר ווייסן איז, דינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:14 pm
פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
דינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!
וואס מיינט דאס?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:03 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:51 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 13, 2025 9:52 pm אוי לעניים שכך רואות. כָּל שמעיו [שֹׁמְעָהּ] תִּצַּלְנָה שְׁתֵּי אָזְנָיו.Screenshot 2025-01-13 214119.jpg
'האטס אמונה אין הייליגען רבי'ן' איז לכאורה נישט קיין פראבלעם שטייט דאך 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו', אזוי אויך 'אמונת צדיקים'
אמונה אז וואס? אפילו די מתנגדים גלויבן (האבן אמונה) אז ער עקזיסטירט... נישט דאס טייטשט אמונה. דו ווילסט דא אז איך זאל דא גלויבן 'עפעס' מער, נו שמועס אויס דעי 'עפעס'...
דו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטן

דאס וויל מען דארט מען זאל גלייבן אויף זייער רבי'ן
ביי נאך אסאך מקומות וויל מען דאס נאר מען זאגט עס נישט ארויס אזוי גראב..
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 176
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 248

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך פנים חדשות »

פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק, י"ל שאין דין ע"ז כשעובדים לבשר ודם, ועוד יל"ע אם באמת חושבים לעבוד לרבם, ולכאו' תלוי בין הצעירים ליותר מבוגרים, ועכ"פ לא פוסקים שאלות כאלו בלתי עיון נמרץ.
אין פורום אוצה"ח ברענגט איינער אז ער איז געווען צוזאמען מיט איינע פון די רבי'ס פון דעם גזע ביי איינער'ס שטוב, און יענער האט א בילד פון דער מנהיג, און די פלאץ וואס די בעה"ב האט אוועקגעשטעלט פאר די רבי איז געווען קעגן איבער די בילד, און ער האט נישט מסכים געווען זיך אוועקצוזעצן קעגן דעם בילד, זאגענדיג עפעס וועגן ע"ז (די לשון געדענק איך נישט), און ווען יענער האט נישט אראפגענומען די בילד, האט ער זיך אוועקגעזעצט מיט די רוקען צום בילד.
איך האב פארמעקט וואס איך האב געשריבען אין מיין ערשטע תגובה דאהי.

נישטא קיין ענין צו שרייבען שארף, ווען ס'איז נישטא א פסק מגדו"י אויף דעם.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1736
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4485

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:14 pm
פנים חדשות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:09 pm להתודע ולהיגלות: איך פסק'ען נישט ח"ו אז זיי האבען א דין עובדי ע"ז ה"י, נאר אז ס'שמעקט פון דעם גאר שטארק.
דינען דעם אויבערשטען בשיתוף אמצעי איז עבודה זרה גמורה!
וואס מיינט דאס?
איך האב נישט קיין נערווען יעצט פאר אריכות, נאר פאלגענד איז די לשון הרמב"ם ביסוד החמישי. שהוא יתברך הוא הראוי לעבדו ולגדלו ולהודיעו גדולתו ולעשות מצוותיו. ושלא יעשה כזה למי שהוא תחתיו במציאות, מן המלאכים והכוכבים והגלגלים והיסודות ומה שהורכב מהם. לפי שכולם מטובעים, ועל פעולתם אין משפט ולא בחירה אלא לו לבדו השם יתברך. וכן אין ראוי לעובדם כדי להיותם אמצעים לקרבם אליו, אלא אליו בלבד יכוונו המחשבות, ויניחו כל מה שזולתו. וזה היסוד החמישי הוא שהזהיר על עבודה זרה, ורוב התורה מזהרת עליו.


דאס איז די לשון הרמב"ם הל' ע"ז.
עיקר הצווי בעבודת כוכבים שלא לעבוד אחד מכל הברואים לא מלאך ולא גלגל ולא כוכב ולא אחד מארבעה היסודות ולא אחד מכל הנבראים מהן ואע"פ שהעובד יודע שה' הוא האלהים והוא עובד הנברא הזה על דרך שעבד אנוש ואנשי דורו תחלה הרי זה עובד כוכבים וענין זה הוא שהזהירה תורה עליו ואמרה ופן תשא עיניך השמימה וראית את השמש וגו' אשר חלק ה' אלהיך אותם לכל העמים כלומר שמא תשוט בעין לבך תראה שאלו הן המנהיגים את העולם והם שחלק ה' אותם לכל העולם להיות חיים והווים ואינם נפסדים כמנהגו של עולם ותאמר שראוי להשתחוות להם ולעובדן ובענין הזה צוה ואמר השמרו לכם פן יפתה לבבכם כלומר שלא תטעו בהרהור הלב לעבוד אלו להיות סרסור ביניכם ובין הבורא.
זאנוויל ראזענבערג
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 55

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:34 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:03 pm
אמונה אז וואס? אפילו די מתנגדים גלויבן (האבן אמונה) אז ער עקזיסטירט... נישט דאס טייטשט אמונה. דו ווילסט דא אז איך זאל דא גלויבן 'עפעס' מער, נו שמועס אויס דעי 'עפעס'...
דו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטן

דאס וויל מען דארט מען זאל גלייבן אויף זייער רבי'ן
ביי נאך אסאך מקומות וויל מען דאס נאר מען זאגט עס נישט ארויס אזוי גראב..
וואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!
וואס מיינט אמונת צדיקים?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1726
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2015

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:20 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:15 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pm

וואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!
וואס מיינט אמונת צדיקים?
איך האב אביסעל געדיט מיין פריערדיגע פאוסט, קוק עס איבער. ניין, איך גלייב אבסעלוטלי נישט אז דער בעל שם הקדוש ותלמידיו הקדושים כשלעצמם האבן געהאט סיי וואספארא כח.
אוודאי 'צדיק גוזר והקב''ה מקיים'
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1295
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3734

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:15 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:14 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 3:34 pm
דו גלייבסט אז די תלמידי הבעש''ט האבן געהאט א כח אין הימל זיי האבן געוואווסט וואס דארט טוט זיך זיי האבן געהאט א כח איבערצודרייען זאכן דארטן

דאס וויל מען דארט מען זאל גלייבן אויף זייער רבי'ן
ביי נאך אסאך מקומות וויל מען דאס נאר מען זאגט עס נישט ארויס אזוי גראב..
וואס מיינט האבן א כח אין הימל? ווען איך דאווען האב איך א כח אין הימל, דאס איז דאך פון די יסודות הדת. סא ווילסט מיר זאגן אז דער רבי איז ריינער פון מיר און מער לב נשבר ווי מיר, ממילא גייען זיינע תפילות ארויף האט עס א גרעסערע כח? אקעי. דאס מיינט נישט אמונה אינעם מענטש, דאס איז אמונה אין כח התפילה, וואס דאס איז ווייטער אמונה בהשם יתברך. דער מענטש האט זיראו כח! עס איז דא אן אחד יחיד ומיוחד, און דער גרעסטער צדיק וקדוש איז בטל ומבוטל לפני הבורא יתברך. כאין ואפס!
וואס מיינט אמונת צדיקים?
כווייס נישט, כווייס וואס שטייט אין די תורה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1295
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3734

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:20 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2025 4:15 pm

וואס מיינט אמונת צדיקים?
איך האב אביסעל געדיט מיין פריערדיגע פאוסט, קוק עס איבער. ניין, איך גלייב אבסעלוטלי נישט אז דער בעל שם הקדוש ותלמידיו הקדושים כשלעצמם האבן געהאט סיי וואספארא כח.
אוודאי 'צדיק גוזר והקב''ה מקיים'
דער אויבערשטער איז דער וואס טוט און באשליסט אויף זיינע טערמינען. פון די סאמע יסודות אין אמונה איז אז קיינער, אבער קיינער, האט נישט קיין כח און שליטה מצד עצמו חוץ דער אויבערשטער אליינס. ווער עס איז שגוי' בזה איז שגג אין עבודה זרה ממש
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1295
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3734

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

עס איז ידוע די ווארט אז ביים ערשטן ביהמ"ק איז געווען די נסיון פון עבודה זרה ווייל עס איז נאך געווען די גילוי פון נבואה וזה לעומת זה עשה אלוקים, משא"כ ביים צווייטן ביהמ"ק ווען עס איז שוין נישט געווען קיין נבואה.

דער פיאסעצנער שרייבט אז די גילוי פון חסידות איז די התחדשות פון די דרכי נבואה. אויב אזוי פארשטייען מיר גוט דאס אז בימינו קומט צוריק די נסיון פון עבודה זרה, זה לעומת זה עשה אלוקים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט