► Show Spoiler
פרייטאג וישלח
רבינו שליט״א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול
דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' בנציון פיש ז"ל
שבת קודש פרשת וישלח
בשעה 5:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.
קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' ישעי' קרויס הי"ו, נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך זאגן גוט שבת און שלום גענומען נאכ'ן נסיעה קיין אנטווערפען.
בשעה 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית המדרש הגדול צום שלחן הטהור.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה יודא פריעדמאן שליט"א מנה"ר בישיבה סניף לצעירים, מנוחה ושמחה הרה"ג ר' יודא פירטה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.
ביי די תורה ליל שב"ק האט דער רבי מאריך געווען איבער די מתנות וואס יעקב האט געשיקט פאר עשו, אז עס איז געווען די זעלבע בחינה ווי די שעיר לעזזאל וואס מען האט געשיקט יוה"ק וואס איז געווען ווי א מתנה פאר די סט"א.
קה אכסוף הרה"ח ר' מאיר יעקב שטיימעטץ הי"ו, קה ריבון עלם הרה"ח ר' ישראל שמעי' ראזנער הי"ו, לקל אשר שבת הרה"ח ר' אבא בערקאוויטש הי"ו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי ליפא שליט"א.
פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד מוה"ר יואל היימאן הי"ו און רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' הערשל גאלדבערגער הי"ו מגבאי בית מדרשינו הגדול.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינקומען אין היכל ישראל דוב וואו דער רבי האט קידוש געמאכט און דערנאך אנגעוואונטשן פאר החתן בן מוה"ר יהושע האלפערין הי"ו עב"ג בת מוה"ר טובי' גדלי' הארטמאן הי"ו.
מנחה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' ברוך יודא רייך הי"ו
ביי די תורה האט דער רבי ארום גערעדט אז די תכלית האדם איז זיך משלים צו זיין אין אויסרבעטן זיינע כוחות, און אז מען ארבעט זיך אויס ווערט מען אנגערופן אדם וואס איז די לשון פון אדמה לעליון,
אזוי אויך אז די אבות הקדושים האבן געדינט דעם אייבערשטען בצירוף מיט אלע נשמות פון די דורות הבאים. און דאס האט יעקב אבינו געשיקט די מלאכים ממש, וואס די מדרש זאגט אז עס איז מלאכים מקבלת עול מלכות שמים, וואס ביי קריאת שמע דערמאנט מען די פסוק ולמדתם אותם את בניכם.
נאכ'ן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר החתן בן מוה"ר יואל קרויס הי"ו עב"ג מוה"ר מאיר ישי טייכמאן הי"ו.
מוצאי שבת איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה לנכד רבינו הבחור יונה בן הרה"ג ר' אלחנן חיים פילאפף שליט"א חדב"ן ומו"ץ בקהלתינו הק' וואס איז פארגעקומען אין זאל פון פרדס יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטל.
עס האבן אויפגעטרעטן דער זיידע הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הבד"צ דקהלתינו הק' און הרה"ג ר' אלחנן חיים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט ארום גערעדט אויף די ענין פון מאכן א סעודה ביום שנכנס לעול התורה והמצות, אזוי ווי מען זעט ביי אברהם אבינו אז ער האט געמאכט א סעודה ביום הגמל את יצחק, ווי לויט איין מאן דאמר מיינט עס ביום המילה, הגמל איז די אותיות ה' ג' מל, לויט איינעם מיינט עס ביום הבר מצוה וועל עס איז נגמל געווארן פונעם יצה"ר, דער רבי האט געזאגט וויבאלד סיי מילה און סיי בר מצוה איז די זעלבע בחינה, אז מען דארף טון פעולות צו זיין מובדל פונעם יצה"ר.
זונטאג וישב
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין דוד עסטרייכער בהנהלת הרה"ג ר' זונדל שפיטצער שליט"א.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר נכדו הבחור יונה פילאפף ני"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט מאריך געווען דברי מוסר והדרכה איבער עניני שמירת עינים, שמירת הדיבור ומחשבה, דער רבי האט געזאגט אז יעקב אבינו האט געשיקט זאגן פאר עשו, עם לבן גרתי ולא נעשיתי שר וחשוב, אז ער האט דא געזאגט "אז נישט וואס פאר עשו איז חשוב איז מיר חשוב" דער רבי האט געזאגט אז נישט וואס עס איז חשוב פאר גוי איז חשוב פאר אונז, מען דארף נזהר זיין אין די מלבושים אז עס זאל נישט זיין דומה צו וואס עס איז חשוב פארן גוי.
אינמיטן טאג זענען אריין בקודש הפנימה הנהלת המוסדות וואו זיי האבן געלאדענט דעם רבין צום גרויסן מעמד יובל השמונים כ"א כסלו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי חופה פון החתן בן מוה"ר יהושע האלפערין הי"ו עב"ג בת מוה"ר טובי' גדלי' הארטמאן הי"ו אין זאל פון פרדס פיגא.
ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען קיין לעיקוואד אין די דזשעקסאן געגענט וואו דער רבי איז צוגעפארן צום שטוב פון הרה"ג רבי שמחה שטראהלי שליט"א, רב דקהל שערי אי"ש וואו עס פארגעקןמען א מסיבת לטובת מוסדותינו הק' אין לעיקוואוד.
צום ערשט האָט אויפגעטרעטן מוה"ר מאיר מרדכי בערקאָוויטש הי"ו. דאַן האָט דער בעל אכסניא דער רב שליט"א אויפגעטרעטן אַרויסברענגענדיג רגשי לבבו איבער די מוסדות הק'.
דערנאָך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, זייענדיג פותח בכבוד אכסניא אַז מען האָט די זכי' צו האָבן די בחינה פון מלך ות"ח. דער חשוב'ער רב וועלכער איז אַליינס נושא בעול מיט זיין אייגן ביהמ"ד, אָבער גייט ארויס פון זיין וועג צו מחזק זיין בדקי המוסדות הק', וואָס דאָס האָט רביה"ק זי"ע געלערנט אַז דער עיקר איז די חינוך הבנים והבנות אויפ'ן ערליכן שטייגער וואָס איז פאַר אַלעם, ווי דער מדרש זאָגט די וואָך, "כינוסו וכינוס בניו הצילו מיד עשיו", אַז די תשוקה זאָל זיין צו מחנך זיין די קינדער נאָכצוגיין די דרכי האבות על כל צעד ושעל.
דער רבי שליט"א האָט אויסגעפירט אַז אנ"ש אין לעיקוואוד האָבן זיך טאַקע אַוועקגעצויגן ממולדתם ובית אבותם, אָבער האָבן אויפגעשטעלט די קהלה און מוסדות הק' אויפ'ן זעלבן אַלטן שטייגער, זיך פירנדיג פּונקט ווי רביה"ק זי"ע האָט אונז געלערנט, פאַרזיכערנדיג אַ המשך צום אַלטן אויסגעטרעטענעם וועג.
דאַן האָט דער רבי שליט"א אָנגעוואונטשן דעם בעל אכסניא דער רב שליט"א און זיינע קינדער, און האָט דאן אויפגענומען אַ גרעסערן צאָל נדיבי עם וועלכע האָבן אַלע בייגעשטייערט שיינע סכומים שרייבנדיג שטרי שותפות מיט'ן רבי'ן שליט"א להחזקת המוסדות הק'. דער רבי האָט אַלעמען אָנגעוואונטשן אַז די זכותים פון החזקת התורה זאָל זיי אַלע ביישטיין, און געוואונטשן די חשוב'ע פאַרזאַמלטע בטללי ברכות.
צום שלוס האָט דער בעל אכסניא דער רב שליט"א געלאַדנט דעם רבי'ן שליט"א אַריבערצוקומען באַזוכן דעם בנין הגדול והחדש פונעם ביהמ"ד שערי איש, וואָס ווערט אַצינד פאַרענדיגט בתכלית הפאר והיופי. דער רבי שליט"א איז אַריבער און אויסגעדרוקט התפעלות פון דעם הערליכן מקום קדוש, אָנווינטשנדיג דעם רב שליט"א צו קענען ווייטער שטיין על המשמר און מרביץ זיין תורה והוראה לאורך ימים ושנים.
מאנטאג וישב
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה.
פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייט תפילין פאר הבחור בן העסקן מוה"ר יצחק ברוך שפיטצער הי"ו.
פארנאכטס איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' יואל כ"ץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען די שבע ברכות לבנו החתן עב"ג בת הרה"ג ר' שלום אונגאר שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די חתן און מחותנים.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק צו בית מדרשינו אוהל משה אויף 58. סט וואו אין די היכל התורה איז פארגעקומען די סעודת שלושים פון הרבני הנגיד ר' אברהם משה לעווי ז"ל נדבן בית המדרש.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א און עם מכבד געווען צו רעדן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דער רבי האט ארום גערעדט אויף די מדרש אילו היה יודע ראובן שהכתוב מכתיב עליו וישמע ראובן ויצילהו מידם בכתפו היה מטעינו ומוליכו אצל אביו, אילו היה יודע אהרן שהכתוב מכתיבו וראך ושמח בלבו בתופים ובמחולות היה יוצא, און דער מדרש ענדיגט צו לשעבר אדם עושה מצוה נביא כותבה, ועכשיו אדם עושה מצוה מי כותבה, אליהו ומלך המשיח והקב"ה חותם על ידיהם שנאמר אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב:
דער רבי האט ארויס געברענגט אז ביי נתינת צדקה איז דא אויף צוויי אופנים, עס איז דא ווען מען געבט מחמת בושה אז מען שעמט זיך נישט צו געבן, דערנאך איז דא ווען מען געבט בלב שלם
האט דער רבי געזאגט אז מפרסמין עושי מצוה כדי צו משפיע זיין אז אנדערע זאלן אויך געבן, אבער אויב געבט מען נישט בלב שלם איז עס נישט דברים היוצאים מן הלב און עס איז נישט נכנסין הלב, דאס זאגט די מדרש אמאל האט דער נביא געוויסט צו ער טוט עס בלב שלם צו נישט, האט ער עס געקענט אראפ שרייבן אבער היינט ווייסט מען דארף מען צוקומען אז אליהו ומשיח והקב"ה זאלן עס שרייבן
דער רבי האט מאריך געווען בשבחו פון ר' משה ז"ל און זיינע צדקות בסתר, ובפרט מיטן אויפבויען אזא מקום קדוש לתורה ועבודה.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן בני משפחתו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אין היכל בית המדרש וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די התמדת התורה דורך די כולל ערב.
ביינאכט האט דער רבי באשיינט די שבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווייס הי"ו רוח החיים פון התאחדות אברכים עב"ג בת הרה"ח ר' אלעזר מנחם פילאף הי"ו אין זאל פון נזר זאב
דינסטאג וישב
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור בן מוה"ר יודא לייביש ליכטנשטיין הי"ו און הבחור בן מוה"ר שמעון גוטמאן הי"ו.
מיטוואך וישב
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחורים בן מוה"ר משה אהרן שווארץ הי"ו מנהל בית אסתר אין מאנסי, הבחור בן מוה"ר יואל שאלאמאן הי"ו, הבחור בן הרב חיים מרדכי שטעסל שליט"א.
אינמיטן טאג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרבני הנגיד ר' משה יואל מזרחי הי"ו וואס זיצט שבעה נאך זיין מאמע ע"ה.
נאך מנחה זענען אריין בקו"פ די מנהלי ישיבת חכמת התורה אין ירושלים בהתייסדות פון כ"ק הגאב"ד בעל שערי טובי' זצ"ל וואו הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו האט אונטערגעשריבן א שטר זכות כיתה בישיבה.
אזוי אויך האבן שלום גענומען די מנהלים עטה"ק וואס זענען געקומען צום מעמד יובל השמונים כ"א כסלו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי חופה פון החתן בן מוה"ר אהרן מאנדל הי"ו עב"ג בת מוה"ר משה עמרם הערמאן הי"ו אין זאל פון פרדס פיגא.
ביינאכט איז דער רבי געפארן קיין מאנסי וואו דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים אלעזר איידליס הי"ו און חתנו מוה"ר אהרן יושע ערענטאל הי"ו וואס זיצן שבעה ל"ע נאך בתו/ אשתו ע"ה.
און משפחת הרב ר' אברהם דוד וואגשאהל ז"ל.