היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
yatzmachpirkuni
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 3:51 pm
x 174

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך yatzmachpirkuni »

dev האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:50 pm אויב איינער ווייסט, וואס איז באמת די פלאן פון מצילי אש? ווי אזוי פלאנען זיי צו ווערן ליגעל?

לויט ווי איך פארשטיי דארף די county זיי געבן די לייסענס און אויב די county איז און פייט מיט זיי ווי אזוי קען עס געשעהן?

און נאכדעם, אויב זיי ווערן ליגעל וועלכע דיסטריק גייען זיי קאווערען? וועלכע department גייען זיי איבערנעמען? יעדע דיסטריק איז דאך געקאווערט מיט א fire department

אויב איינער קען עס ביטע אויסקלארן.
the same like Hatzula they covers all NY State
and BTW licenses for FD is National, you can make your license In any other state
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 201

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:23 pm
בן תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:20 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 12:45 pm

פון וואו נעמסטו דאס?
ווייל ברוער באלאנגט נישט פאר די גאווערמענט, סאיז א פריוואטע קאמפעני וואס האט לעת עתה די קאנטראקט מיטן גאווערמענט צו דעקן דעם געגנט
the are here to stay stop with this non cents
בכלל נישט

זיי שלאגן זיך פאר זייער עקזיסטענץ, וואס אויב זיי פאלן דורך גייען זיי זיך פארמאכן, משא"כ מצילי אש
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1454
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:56 pm ייש״כ פאר די דברי חיזוק!
איין הערה דאס איז די דעת פון ״אלע רבנים״ און אלע ״אמתע ערליכע יודן״ אין מונסי נישט נאר איין קהלה
אויב איין יוד דא וועט איין זעהן די ״אמת״ וועט זיך אלעס האבן געלוינט
שטייסט און קלאפסט זיך זעלבסט אין רוקן בשעת דו האסט נאכנישט גערעדט אין די נושא קיין ווארט אמת צום ענין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 220
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 271

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך dev »

dev האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:50 pm אויב איינער ווייסט, וואס איז באמת די פלאן פון מצילי אש? ווי אזוי פלאנען זיי צו ווערן ליגעל?

לויט ווי איך פארשטיי דארף די county זיי געבן די לייסענס און אויב די county איז און פייט מיט זיי ווי אזוי קען עס געשעהן?

און נאכדעם, אויב זיי ווערן ליגעל וועלכע דיסטריק גייען זיי קאווערען? וועלכע department גייען זיי איבערנעמען? יעדע דיסטריק איז דאך געקאווערט מיט א fire department

אויב איינער קען עס ביטע אויסקלארן.
@מצילי אש ד'ראקלענד
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:56 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:49 pm @daikin א גרויסע ש'כח פארן שרייבן דא, און מסביר זיין אביסל די צד פון געוויסע שטאטישע אדער קהלישע טאטעס, מעמבערס אין די הייליגע קהילה וויזניץ מאנסי!

אפי' די גאנצע עולם דא איז איין זייטיג, און אויף יעדע ווארט וואס דו שרייבסט באפאלט מען דיך מיט טויזענט תירוצים, גיבסטו נישט אויף

זאלסט וויסן אז איך, און נאך אסאך אנדערע האבן באמת שטארק הנאה פון דיינע רייד!
יא!
ס'מעג, און ס'דארף דא ארויסגעברענגט ווערן די צווייטע צד!
יא!
ס'איז א היימישע ערליכע און גרויסע קהילה, מיט זייער רבי און דיינים שליט''א, וועלכע האבן כפי הנראה אנגענומען און גלייבן די שטאטישע טאטעס, און זייער צד דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן דא

איך שטעל מיך פאר אז ס'איז דיך זייער שווער, נאכדערצו אז דו גאנצע עולם האלט פארקערט ווי דיך
אבער זאלסטו וויסן אז אידטיש שרייבער פרעזענטירן נישט גאנץ מאנסי
און ס'איז נאך דא גענוג וואס קוקן ארויף אויף די חשובע ראשי קהילה, און פארשטיין אז זיי האבן אויך א דעת תורה

נאכאמאל, א גרויסע ש'כח פארן ארויפקומען כסדר און שרייבן דברים של טעם
טראץ די פרעזענליכע אראפ רייסן וואס מאנכע רייסן דיך אראפ

גיי אהן מיט א שטארקייט

ייש״כ פאר די דברי חיזוק!
איין הערה דאס איז די דעת פון ״אלע רבנים״ און אלע ״אמתע ערליכע יודן״ אין מונסי נישט נאר איין קהלה
אויב איין יוד דא וועט איין זעהן די ״אמת״ וועט זיך אלעס האבן געלוינט
איר מיינט צוזאגן דאס איז די דעת פון איין מענטש, און עטליכע יחידים פון 1 קהילה...

ווייל "כלל ישראל האט נישט אנגענומען", אז ..

1) עובר זיין על חילול שבת בפרהסיא, חילול צניעות אינמיטן א פרומע שטאט ברויך מען פארשווייגען מיט די באבא תירוץ וואס מהאט שוין פארקויפט יארן לאנג אז זיי ווערן בעסער - וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין פאלטש...

2) כלל ישראל האט נישט אנגענומען אז מזאל פארמאכן הצלה - שומרים - חברים - מצילי אש ווייל ווען מען עפענט א נייע ארג וואס די גאווערמענט האט שוין, און זיי גלייכן נישט נאך א קאמפעטישען, דאן מוז מען צוחאזן דאס טרעטן אויפן אידישע גלויבינג און דאס פארדארבונג פון אונזער קינדער בלויז צו געפעלען און חנפנען די גאווערמענט באהערדע וועם מוויל ארויסשלעפן א דאלער בקרוב...

3) כלל ישראל האט נישט אנגענומען אז מזאל זיך נאר שלאגן מיטן גוי פאר ריעל עסטעיט און דעוועלעפמאנט סיבות, אויפרעגן די גוי, אבער ח"ו נישט פאר כבוד שמים..

4) כלל ישראל האט נישט אנגענומען אז ממוז ווארטען לענגער פאר די גאווערמאנט פייער דעפט, אויב מהאט א מעגליכקייט צו אפראטעעוען אידישע נכסים פריער..

5) איצטער חנוכה תשפ"ה ווען מהאט ב"ה געראטעוועט הייזער דורך אייגענע קליינע ארג, אפילו געוויסע פייערמעמבערס - ליידיג גייערס וואס רופן זיך גאווערמענט באהערדע געפעלט דאס נישט אינגאנצן, וועט קיינער נישט זאגן אז דאס איז חילול השם, נאר דאנקען די באשעפער אז מהאט געראטעוועט די פייער אין די ערשטע מינוט, א זאך וואס די פייער קאמפאני קען נישט באווייזען...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1454
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:23 pm
בן תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:20 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 12:45 pm

פון וואו נעמסטו דאס?
ווייל ברוער באלאנגט נישט פאר די גאווערמענט, סאיז א פריוואטע קאמפעני וואס האט לעת עתה די קאנטראקט מיטן גאווערמענט צו דעקן דעם געגנט
the are here to stay stop with this non cents
קיינער זוכט זיי נישט צו פארמאכן ברוער. ס'איז יא דא ווער ס'זוכט צו פארמאכן מצילי אש און דאס גייט אבער נישט געשעהן. ווי האט הרב וואזנער געזאגט: מצילי אש איז א פאקט און וועט בלייבן א פאקט, מאנסי דארף עס האבן, עכ"ל בערך.

די פאר א"ג עסקנים אדער אומערוועלטע ראשי קהילה וועלכע קלערן אז זיי פירן א שטאט וואס 90% קעירט נישט פאר זייער מיינונג, קענען ווייטער בלייבן קריכן אויף גראדע ווענט. די כח ההירוס איז פון די שוואכסטע כוחות אויף די "כח באראמעטער" בשעת די כח הבונה שטייט אויפן סאמע שפיץ. אסאאך הצלחה אין זייער בארן קלאפן דזשורני....

ביידעוועי, דזשאסט צו דערמאנען, באבי מאנטעל'ס טאג צו פליען פון פאזיציע ווערט וואס אמאל נענטער און נענטער און כתר'ס ספעשל עקסעס צום רודער גייט מיטפליען מיט איר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 255

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

יא, אמת סאיז געווען 1 רבי און כוועל עס איבערזאגן נאכאמאל איין רבי! וואס האט געהאלטן בדעת תורתו אקעגן הצלה בשבת, וכבודו במקומו מונח, קיינער רעדט נישט קעגן קיין גדולי ישראל. אבער דאס איז געווען און געבליבן דעת יחידאה וואס איז נישט אנגענומען און אודאי נישט מחייב כלל ישראל.

כל הפוסקים בארץ ובגולה יעדער איינער איז ארויס שארף אקעגן דעים, און קיין איין רב בישראל האט דאס נישט אקעפצירט.

דאס איז געווען לגבי הצלה - צו רופען שבת.


אבער דא האבן געוויסע מענטשן גענומען די זאל צו א שטאפל נידריגער, ווייט ווייט פון די ארגינעלע דעת תורה. מהאט מדמה געווען חיטים צו זכר קדשו און מהאט אריינגעוואקט אין א זומפיגע בלאטע צו מטהר זיין כל תועבה אשר עשו, עושים ויעשו פון די אפגעפארנע אנשים נשים וואס זענען מחלל שבת וצניעות בראש כל חוצות, און מזוכט אראפצורייסען אידן יראים ושלמים וואס האבן מקאנא געעוען קנאת ה' און געטוען פראקטישע מעשים צו מקדש זיין דעים שבת און מטהר זיין די שטאט מאנסי - אלעס קלאר און דייטליך כדת משה וישראל, אנגעפירט דורך די סאמע תורה אויאטאריטעט פון חברה הצלה, און חבירים..

מה כל הרעש, קריכטס ארויס פון די זומפ...מצילי אש ווערט אנגעפירט דורך א גדול בישראל, און ראקלענד קאונטי איז אין שטיצע פון די גאון וצדיק, נקודה.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 124
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 405

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חנן »

איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:49 pm @daikin א גרויסע ש'כח פארן שרייבן דא, און מסביר זיין אביסל די צד פון געוויסע שטאטישע אדער קהלישע טאטעס, מעמבערס אין די הייליגע קהילה וויזניץ מאנסי!

אפי' די גאנצע עולם דא איז איין זייטיג, און אויף יעדע ווארט וואס דו שרייבסט באפאלט מען דיך מיט טויזענט תירוצים, גיבסטו נישט אויף

זאלסט וויסן אז איך, און נאך אסאך אנדערע האבן באמת שטארק הנאה פון דיינע רייד!
יא!
ס'מעג, און ס'דארף דא ארויסגעברענגט ווערן די צווייטע צד!
יא!
ס'איז א היימישע ערליכע און גרויסע קהילה, מיט זייער רבי און דיינים שליט''א, וועלכע האבן כפי הנראה אנגענומען און גלייבן די שטאטישע טאטעס, און זייער צד דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן דא

איך שטעל מיך פאר אז ס'איז דיך זייער שווער, נאכדערצו אז דו גאנצע עולם האלט פארקערט ווי דיך
אבער זאלסטו וויסן אז אידטיש שרייבער פרעזענטירן נישט גאנץ מאנסי
און ס'איז נאך דא גענוג וואס קוקן ארויף אויף די חשובע ראשי קהילה, און פארשטיין אז זיי האבן אויך א דעת תורה

נאכאמאל, א גרויסע ש'כח פארן ארויפקומען כסדר און שרייבן דברים של טעם

טראץ די פרעזענליכע אראפ רייסן וואס מאנכע רייסן דיך אראפ

גיי אהן מיט א שטארקייט
אלס א זייטיגע צושויער צום גאנצן טענה'ריי דא, וויל איך אויסקלארן, פאר דיר און פאר הרב @daikin זעלבסט, פון מיין זייטיגע בליק, זע איך נישט וואו דא איז געווען פערענזליך אראפרייסערייען. ער האט גערעדט בלשון "איך/אונז" פשוט צו לייכטער ארויסברענגען די צד פון וויזניץ/ברויער, דעריבער האט מען צוריקגעשריבן "דו" - באצויגן כלפי יענע "איך/אונז" וועמען ער האט רעפרענזענטירט.
זוי מיין איך. כ'גלייב דו אנדערע חברים דא וועלן מיט מיר איינשטימען.
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 255

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler
1) סאיז נישט קיין סוד וועלכע א"ג עסקנים וואטעווער פון עפעס א קהלה האבן ארויסגעגעבן די סעקיוריטי קעמרעס פארן פאליציי - וואס איז געהעריגע מסירה.

2) סאיז נישט קיין סוד אז ביי אנדערע מצבים האבן די זעלבע עסקנים גערופן חבירים און אנדערע פארוואלטונג געמאכט זיכער אז די סעקיוריטי קעמערס ווערן אויסגעמעקט... אבער דא איז א מצוה צו איינזעצן די פרומע אינגערמאן.

3) די אנצינדער קען נישט ווערן א לעשער און טריאמופירן אז ער איז דער וואס איז גאר דער פודה ומציל פון די מסירה.. בשעת וואס ער האט געליפערט דער סעקיוריטי קעמערס..
למי החותמת אגב ווער האט געחתמעט די טשארדזשעס - די הייליגע פייער טשיף..? און ווער האט ארויסגעגעבן בו ביום וואס מען האט ארעסטירט א צעטל מיט לעדערהעט צוצגיסען אויל אויפן פייער...

4) אגב, איר באטיטעלט חשובע בעלי בתים - ביזנעסלייט, (און איינער וואס זיצט גאר אויף פעיראלל ביי דעפארטמענט 7) אלץ דיינים. ווען איז געווען זייער הכתרה?...

זענען די חשובע יונגערלייט שוין יארן יושבים על מדון, אדער מהאט שנעל מכתיר געווען פייער דיינים...?
און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1454
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm פארוואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב….
ווער? דער וואס האט אנגערופן הצדיק ר' יחזקאל שליט"א מיט א שם גנאי ברבים??? קענסט מיר זאגן וואו מ'האט גענומען די העזה אנצורופן ר' יחזקאל מיטן נאמען יחזקאל שווארץ?????? ער איז דיין פרענד???
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm
מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler
1) סאיז נישט קיין סוד וועלכע א"ג עסקנים וואטעווער פון עפעס א קהלה האבן ארויסגעגעבן די סעקיוריטי קעמרעס פארן פאליציי - וואס איז געהעריגע מסירה.

2) סאיז נישט קיין סוד אז ביי אנדערע מצבים האבן די זעלבע עסקנים גערופן חבירים און אנדערע פארוואלטונג געמאכט זיכער אז די סעקיוריטי קעמערס ווערן אויסגעמעקט... אבער דא איז א מצוה צו איינזעצן די פרומע אינגערמאן.

3) די אנצינדער קען נישט ווערן א לעשער און טריאמופירן אז ער איז דער וואס איז גאר דער פודה ומציל פון די מסירה.. בשעת וואס ער האט געליפערט דער סעקיוריטי קעמערס..
למי החותמת אגב ווער האט געחתמעט די טשארדזשעס - די הייליגע פייער טשיף..? און ווער האט ארויסגעגעבן בו ביום וואס מען האט ארעסטירט א צעטל מיט לעדערהעט צוצגיסען אויל אויפן פייער...

4) אגב, איר באטיטעלט חשובע בעלי בתים - ביזנעסלייט, (און איינער וואס זיצט גאר אויף פעיראלל ביי דעפארטמענט 7) אלץ דיינים. ווען איז געווען זייער הכתרה?...

זענען די חשובע יונגערלייט שוין יארן יושבים על מדון, אדער מהאט שנעל מכתיר געווען פייער דיינים...?

און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״

סוי ער איז אויס דומ"ץ, ער איז געווארן איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבה... וואס זאל איך טוען אז מיר האבן געדיעלט מיט אים אין ביזנעס, און ער איז א גאר חשובע בעה"ב...

אמת, אזוי ווי מיר ווייסען נישט ווער סאיז געווען זיין סנדק, האבן מיר נישט געוואוסט אז ער איז 'איינגעשטעלט' אין א ישיבה...ואתכם הסליחה.

אבער דאס איז קלאר און מיר האבן געזעהן די פעיראלל טשעק פון איינער פון די וואס דו רופסט אן דיינים, אז ער זיצט גאר אויפן פעיראלל פון ברוער ..

אגב, ער האט טאקע ארום גערופן עטליכע דיינים דא אין שטאט, אז מוויל אריינשטעלן זייער חשובע יונגערלייט פון די פרומע קהילות, אלץ קאמישענאר, ווען די דיינים האבן געפרעגט וועלכע רב נעמט אחריות אויף ברוער פייער דעפט, האט די בעה"ב/דיין געזאגט א נאמען... אבער ווען דער דיין האט געפרעגט יענעם האט ער קלאר געזאגט ער נעמט נישט קיין שום אחריות אויפן ברוער פייער דעפט...

ווי אויך ווען זיי האבן גערופן עטליכע יונגערלייט פון א קהילה, האט דער יונגערמאן געזאגט ער איז מסכים, אבער אויב נעמסטו מיר אלץ פרומע יונגערמאן פון אן חסידישע קהילה, ביזטו מסכים אז יעדע זאך וואס איך טוע וועל איך טוען אך ורק מיט מיין דעת תורה, אויף וואס יענער האט קאטאגראיש אפגעזאגט..!!
יחזקאל הלוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:05 pm
x 157

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יחזקאל הלוי »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:29 am
daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:03 am

they keep on the list old members that are not active anymore



איז דא א רב וואס זאגט אז ער נעמט אחריות אז די דעפארטמענט איז אויסגעהאלטן, וואס מ'קען ביי אים אנפרעגן סיי וואס בנוגע ברוער א שטייגער צו ס'נאך דא דארט פרויען?

יא אוודאי איז דא 3 דיינים! מען קען זיי ריפען פרעגן, איך וויל ארויס לייגן זייער נעמען אין נומבערס
ביטא ריפען נאר מיט "דרך ארץ" דאס זענען חשובע דיינים וואס האבן גענומען אויף זיך צו עוסק זיין בצרכי ציבור באמונה. דאס ברענגט זיי נישט קיין כבוד זיי אלע טוהן עס ריין לשם שמים ולמען השבת והעיר
הרב ר׳ שלום כהנה דומ״ץ ספינקא 845-521-6767
הרב ר׳ אברהם מנחם האגער דומ״ץ וויזניץ 845-263-6117
הרב ר׳ משה הלל רז״ב דומ״ץ סאטמר 845-538-5721
אדרבה איבערצייגט אייך אליין. איך האב גערעדט מיט די אלע דיינים. און כולם פה אחד האבן געפאסקנט. אז זיי מאכן כשר ברוער!
זיי אלע זענען געוועהן ביים מיטונג נעכטן ביי ר׳ אברהם הערש. און האבן מסביר געוועהן דארט בטוב טעם. וויאזוי זיי מאכן כשר ברוער.פארן סאטמרע רב און נייטרה רב און בעלזה דיין.

אגב די גאנצע מיטונג האט גארנישט געהאט מיט די מערכה פון מצילי אש!
ס׳איז פשוט געוועהן א פדיון שבוים מיטונג. וואס הרב ווערטהיימער האט פאריפען. אזווי די לויערס האבן געזאגט. אז די פייער דיפארטמענט קען דראפן די טשארדשס אויף דעם יונגערמאן.
נישט ריכטיג. מען האט זיי געפרעגט וואס עס איז בעסער געווארן און זיי האבן נישט געענטפערט

און וועגן די מיטונג וואס די ציל איז געווען האט @מסתמא שוין פריער דערמאנט
daikin
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:27 am
Location: rockland
x 255

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך daikin »

מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:31 pm
daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm
מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler

און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״

סוי ער איז אויס דומ"ץ, ער איז געווארן איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבה... וואס זאל איך טוען אז מיר האבן געדיעלט מיט אים אין ביזנעס, און ער איז א גאר חשובע בעה"ב...

אמת, אזוי ווי מיר ווייסען נישט ווער סאיז געווען זיין סנדק, האבן מיר נישט געוואוסט אז ער איז 'איינגעשטעלט' אין א ישיבה...ואתכם הסליחה.

אבער דאס איז קלאר און מיר האבן געזעהן די פעיראלל טשעק פון איינער פון די וואס דו רופסט אן דיינים, אז ער זיצט גאר אויפן פעיראלל פון ברוער ..

אגב, ער האט טאקע ארום גערופן עטליכע דיינים דא אין שטאט, אז מוויל אריינשטעלן זייער חשובע יונגערלייט פון די פרומע קהילות, אלץ קאמישענאר, ווען די דיינים האבן געפרעגט וועלכע רב נעמט אחריות אויף ברוער פייער דעפט, האט די בעה"ב/דיין געזאגט א נאמען... אבער ווען דער דיין האט געפרעגט יענעם האט ער קלאר געזאגט ער נעמט נישט קיין שום אחריות אויפן ברוער פייער דעפט...

ווי אויך ווען זיי האבן גערופן עטליכע יונגערלייט פון א קהילה, האט דער יונגערמאן געזאגט ער איז מסכים, אבער אויב נעמסטו מיר אלץ פרומע יונגערמאן פון אן חסידישע קהילה, ביזטו מסכים אז יעדע זאך וואס איך טוע וועל איך טוען אך ורק מיט מיין דעת תורה, אויף וואס יענער האט קאטאגראיש אפגעזאגט..!!


אנטשולדיגט אבער איר רעדט זייער אומקלאר
אז עס פעהלט און הבנה פעהלט און הסברה
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm
מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler

און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״

הרה"ג ר' רפאל שארר שליט"א, לעצטע מאל כהאב געהערט איז ער גאר א חשובע ראש ישיבה און ווערט באצאלט דורך וויזשניצע ישיבה, וואס פארגלייכסטו אים צו א איד א בנש"ק וואס ווערט באצאלט פון די ברוער פייער דעפארטמענט, וואס ארא שייכות האט הודו מיט כוש...
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בן תורה »

די רויעך דא מאכט אביסל שטיקעדיג די לופט דא... מדארף רופן פייערלעשער צו אפשטילן די רויעך דא...

פארוואס זאל מען נישט קענען דיסקוסירן די נושא רואיגערהייט אן אטאקירן קיינעם אדער אראפרייסן א צווייטנס מיינונג
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1304

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:43 pm
daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm
מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:57 pm
► Show Spoiler

און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״

הרה"ג ר' רפאל שארר שליט"א, לעצטע מאל כהאב געהערט איז ער גאר א חשובע ראש ישיבה און ווערט באצאלט דורך וויזשניצע ישיבה, וואס פארגלייכסטו אים צו א איד א בנש"ק וואס ווערט באצאלט פון די ברוער פייער דעפארטמענט, וואס ארא שייכות האט הודו מיט כוש...


זייער פשוט, לדעתו איז די חשיבות פון הרה"ג ר' רפאל שור שליט"א דאס אז ער האט א פאסטן, וועלכע פאסטן זיין חשיבות גאונות און התמדה איז נישט נוגע, לפי הבנתו איז איינער וואס איז א קעכער אין א ישיבה האט די זעלבע חשיבות, דעפאר ערווארט ער אז איינער וואס הערט אז הגאון ר' רפאל וואס זאגט אז ער שטיצט מצילי אש, און הרה"ג ר' חיים פלאהר וואס זאגט אז רבנים שטיצן מצילי אש נאר האבן פאר א געוויסע סיבה מורא צו זאגן זייער מיינוג, ווערט עס א מחלוקת מיט א צווייטע איינגעשטעלטע אין א ישיבה, וואס קומט אויס אז מיר האבן דא א מחלוקת האחרונים, און מיר ווייסן נישט וואס די "רבנים" האלטן...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1454
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:29 am
daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:03 am

they keep on the list old members that are not active anymore



איז דא א רב וואס זאגט אז ער נעמט אחריות אז די דעפארטמענט איז אויסגעהאלטן, וואס מ'קען ביי אים אנפרעגן סיי וואס בנוגע ברוער א שטייגער צו ס'נאך דא דארט פרויען?

יא אוודאי איז דא 3 דיינים! מען קען זיי ריפען פרעגן, איך וויל ארויס לייגן זייער נעמען אין נומבערס
ביטא ריפען נאר מיט "דרך ארץ" דאס זענען חשובע דיינים וואס האבן גענומען אויף זיך צו עוסק זיין בצרכי ציבור באמונה. דאס ברענגט זיי נישט קיין כבוד זיי אלע טוהן עס ריין לשם שמים ולמען השבת והעיר
הרב ר׳ שלום כהנה דומ״ץ ספינקא 845-521-6767
הרב ר׳ אברהם מנחם האגער דומ״ץ וויזניץ 845-263-6117
הרב ר׳ משה הלל רז״ב דומ״ץ סאטמר 845-538-5721
אדרבה איבערצייגט אייך אליין. איך האב גערעדט מיט די אלע דיינים. און כולם פה אחד האבן געפאסקנט. אז זיי מאכן כשר ברוער!
זיי אלע זענען געוועהן ביים מיטונג נעכטן ביי ר׳ אברהם הערש. און האבן מסביר געוועהן דארט בטוב טעם. וויאזוי זיי מאכן כשר ברוער.פארן סאטמרע רב און נייטרה רב און בעלזה דיין.

אגב די גאנצע מיטונג האט גארנישט געהאט מיט די מערכה פון מצילי אש!
ס׳איז פשוט געוועהן א פדיון שבוים מיטונג. וואס הרב ווערטהיימער האט פאריפען. אזווי די לויערס האבן געזאגט. אז די פייער דיפארטמענט קען דראפן די טשארדשס אויף דעם יונגערמאן.
האט ער פאריפען די אסיפה מיט די דיינים פון ברוער. זיי זאלן זעכער מאכן אז מען דראפט די טשארדשס!
די דיינים זענען געוועהן סופרייזט צו הערן אז ברוער האט אזויפיל כח. און אז מען קען מקיים זיין פדיון שבוים, אל אף די גאווערמינט האט איינגעזעצט.
די מיטונג האט זיך געשלאסן. מיט א דערהויבענע אטמעספערע, אונז זענען מיר אריין "לשם שמים" צו מקיים זיין "שמירות שבת" און "צניעות" און דא מצוה גוררת מצוה, פון "פדיון שבוים"
ראו מה בין בני לבן חמי: חשובע רבנים און דיינם שפילן נישט קיין פאליטיק יעצט. מען דארף ראטעווען א יונגערמאן. הננו אלע זענען גרייט צו טוהן כל מה שביכלתם ! כלל ישראל שרייט אויס כה לחי גייטס אן ווייטער. דערשרעקט אייך נישט פאר קיינעם:!!!
באקען דיר מיט דיינע פאקטן!

ביי די נעכטיגע אסיפה האט הרב וואזנער אנגעהויבן מיט די ווערטער: מצילי אש איז א פאקט און וועט בלייבן א פאקט. מאנסי דארף עס האבן!

בין הדברים האט מען געטשעלענדזשד די א"ג ועד הרבנים וואו זייער כח איז אויף ברוער ארויסצונעמען די קלאגעס
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
הויזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:08 pm
x 65

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הויזן »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 9:00 am
הויזן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 5:21 pm און אין פאל די "ניינצן-דאלארדיגע-פייער-דיפארטמענט" (זיך אגב געטוישט פון "פייער-עקסטינגווישער-גרופע". איז דאס צוליב טויש אין מארקעטער, אדער מארקעטינג?) ווערט גע'מסר'ט און גע'רודפט דורך די מאנסי פייער דעפארטמענט, וואס בלייבט דאן איבער צו וואונטשן?Image_20241230_162826.jpeg
that's true everyone is promoting fire extinguishers
btw: the fire in spring valley on passover was shabbes matzyli aish was still closed
and the attic fire: the $19 dollar didn't help on its own the called for mutual aid the called matzyli aish and it came 10 members so it = $190 and they contained the fire
,and the fire on kaser happened from an explosion's and brewer got called direct before matzyli aish and brewer delayed with calling for mutual aid the $19 fire department wasn't playing any act in that fire because it was an explosion's
and the fire in spring valley from the gas explosion's needed 14 departments for about 8 hours and then 3:00 am it starting burning again
lets calculate each department is about 20 millions dollars so total needed $280,000,000 and the were not successful to extinguish the fire
based on nsfpa research numbers the $19 fire department has a higher successful rate
Struggling to understand the relation between my post to your response.
I mentioned the ugly 'mesirah', and you are responding with a list of disastrous fires.
can you please reread my post and then yours? I guess the rest of the tzibur will appreciate if you read what the oilem is saying before you fill up all the pages here with 'facts' disconnected from reality.

BTW, one more thing on a separate note, I remember reading your posts in other pages of this very same topic, you used to write way different. what happened? you shred your login information with someone else?
מחנה ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:08 pm
x 317

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מחנה ישראל »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:42 pm
מחנה ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:31 pm
daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:21 pm


און ווער איז געוועהן זיין סנדק ווילסטו אויך וויסן
פאר וואס דארפסטו אראפ רייסן א חשובע יונגערמאן בנש״ק איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבות אלץ בעה״ב…. הרב ר׳ רפאל שור איז אויך סתם א בעה״ב?
סך הכל ווייל ער איז אן עוסק בצורכי ציבור ״באמונה״

סוי ער איז אויס דומ"ץ, ער איז געווארן איינגעשטעלט אין איינע פון די חשובסטע ישיבה... וואס זאל איך טוען אז מיר האבן געדיעלט מיט אים אין ביזנעס, און ער איז א גאר חשובע בעה"ב...

אמת, אזוי ווי מיר ווייסען נישט ווער סאיז געווען זיין סנדק, האבן מיר נישט געוואוסט אז ער איז 'איינגעשטעלט' אין א ישיבה...ואתכם הסליחה.

אבער דאס איז קלאר און מיר האבן געזעהן די פעיראלל טשעק פון איינער פון די וואס דו רופסט אן דיינים, אז ער זיצט גאר אויפן פעיראלל פון ברוער ..

אגב, ער האט טאקע ארום גערופן עטליכע דיינים דא אין שטאט, אז מוויל אריינשטעלן זייער חשובע יונגערלייט פון די פרומע קהילות, אלץ קאמישענאר, ווען די דיינים האבן געפרעגט וועלכע רב נעמט אחריות אויף ברוער פייער דעפט, האט די בעה"ב/דיין געזאגט א נאמען... אבער ווען דער דיין האט געפרעגט יענעם האט ער קלאר געזאגט ער נעמט נישט קיין שום אחריות אויפן ברוער פייער דעפט...

ווי אויך ווען זיי האבן גערופן עטליכע יונגערלייט פון א קהילה, האט דער יונגערמאן געזאגט ער איז מסכים, אבער אויב נעמסטו מיר אלץ פרומע יונגערמאן פון אן חסידישע קהילה, ביזטו מסכים אז יעדע זאך וואס איך טוע וועל איך טוען אך ורק מיט מיין דעת תורה, אויף וואס יענער האט קאטאגראיש אפגעזאגט..!!


אנטשולדיגט אבער איר רעדט זייער אומקלאר
אז עס פעהלט און הבנה פעהלט און הסברה

נו אדרבה זיי דיך טאקע טאקע מסביר

צענדליגע טויזענטע אידן שטייען און שטוינען, איכה היתה .. קרי' נאמהה??


1) וויאזוי דער וואס איז מחלל שבת באקט מען אויף לימודי זכות אז זיי גייען ווערן בעסער, יא כזאג צו מארגן....

אבער דער פרומע אידן, מדקדקים בקלה כבחמורה, אויסגערופענע גאון ופוסק, טרעפט מען נאר פראבלעמן, שם גנאי, אויסגעקראכענע חילול ה' שאלות...


2) דער פרומע יונגערמאן ברויך מען איינזעצן...

אבער דער מוסרים וואס האבן שווארץ אויף ווייס געחתמט די כתב אישום, זיי... עה זיי האבן נישט עס געטוען סגעשעהן אליינס...


3) די אויסגערופענע תלמיד חכם וגאון וואס אלע אראנאזאציעס נוצן אים אלץ פוסק, ער ווייסט גארנישט...

אבער די בנשק"ים אויף ברוער'ס פעיראל, וואס קיינער האט קיינמאל קיין פסקים געהערט פון זיי, זיי זענען גאר די רבנים...


4) אלע קהילות, רבנים, אדמורי"ם שטיצען שנעלע הצלה, חברים, שומרים, מצילי אש בק"י וסקווירא, און אנדערע מקומות טוען דאס חבירים...

אבער איר פארשטייט אז פארברענען הייזער און אידישע נכסים איז גאר וויכטיג ווייל אזוי קען מען מאכן לא תחנם און געפעלן די גוי און זיי נישט ח"ו אויפרעגן...


ביטע קום ארויס און זיי מפענח נעלמים -- ווייל ווי איר זאגט איז יעצט - מחוסר הבנה - מחוסר הסברה
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אחת למעלה »

ס'איז אינגאנצן פאררויכערט דא. ביטע נישט מישן אין קיין פייער מיט פייער.

ביטע נישט אטאקירן פערזענליך און נישט רעדן פון יחידים.

יישר כח
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1304

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

daikin האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:05 pm על אף די גאווערמינט האט איינגעזעצט.
וואס מיינט די גאווערמענט האט איינגעזעצט? פשוט אז די פאליס האט איינגעזעצט, איך מיין אז אזוי גייט עס אלעמאל, איך האב נאכנישט געהערט אז א מענטש פריוואט אדער אפילו אז חברים אדער אן אנדערע ארגאנעזאציע זאל איינזעצן איינעם...

נעם דיר דאס אין קאפ אריין 'חיים יאקאבסאהן' - טשיעף פון ברוער פייער קאמפאני - האט איינגעזעצט א היימישע אינגערמאן, דאס איז דאקיומענטירט.

בנוסף לזה איז קלאר אז ער האט געהאט הילף פון אסאך היימישע אידן [ניץ דיין שכל און שטעל עס צו צו ווי אזוי די סיסטעם ארבעט ביי אונז], און ס'איז געווען בידיעה פון נאך פילע, און פילע אין א געוויסע קהילה בראשם פון די גאר גרויסע האבן געזאגט אז ס'איז נישט קיין מסירה ווייל...

פלוצלינג יעצט ווען מ'דארף ריינוואשן ברוער איז מען גאר געוואר געווארן אז ברוער קען ארויסהעלפן, נאכאמאל ווי פריער, ס'קען זיין מ'דארף איינזעצן [חלילה, אבער פאר די ארגומענט וועל איך אזוי זאגן], קען זיין אז די רבנים האבן נישט קיין ווארט אויף ברוער, און קען זיין אז בנוסף לזה דארף מען נאך אלץ אונטער האקן מצילי אש אלס אלע סיבות וואס מ'האט אויסגערעכנט, אבער פארוואס אין די וועלט זאל מען פארדרייען פאקטן, ובפרט פאקטן וואס זענען דאקוימענטירט אויף רעגירונג דאקוימענטן?!?....
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1510
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2430

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:12 pm
ביידעוועי, דזשאסט צו דערמאנען, באבי מאנטעל'ס טאג צו פליען פון פאזיציע ווערט וואס אמאל נענטער און נענטער און כתר'ס ספעשל עקסעס צום רודער גייט מיטפליען מיט איר.
אלץ וואס זאגסטו אזוי?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 1616

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

dev האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 2:07 pm
dev האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:50 pm אויב איינער ווייסט, וואס איז באמת די פלאן פון מצילי אש? ווי אזוי פלאנען זיי צו ווערן ליגעל?

לויט ווי איך פארשטיי דארף די county זיי געבן די לייסענס און אויב די county איז און פייט מיט זיי ווי אזוי קען עס געשעהן?

און נאכדעם, אויב זיי ווערן ליגעל וועלכע דיסטריק גייען זיי קאווערען? וועלכע department גייען זיי איבערנעמען? יעדע דיסטריק איז דאך געקאווערט מיט א fire department

אויב איינער קען עס ביטע אויסקלארן.
@מצילי אש ד'ראקלענד
מיין מנהג איז אז ווילאנג ס'איז היציג בין איך אינדרויסן פונעם שמועס.

כ'וויל נאר קלארשטעלן בעפאר איך ענטפער בכלל, וואס איז די שאלה?
ווי אזוי פלאנען זיי צו ווערן ליגעל?
עפעס איז אי-ליגעל יעצט אויפן מינוט?

קען זיין אז דער שואל מיינט צו פרעגן בנוגע ווערן אפעציעל אנערקענט, למשל פאר לייטס און סיירינס, פאנדינג, וכדו'.
ביטע אויסקלארן.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2315
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7248

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 3:51 pm מיין מנהג איז אז ווילאנג ס'איז היציג בין איך אינדרויסן פונעם שמועס.
דאס קלוגסטע צו טון...
ווען יעדעס ווארט איז אונטער פארגרעסערונג גלאז...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט