אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1716
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3709
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איז אמאל געווען א רעדע אז די פעדעראלע עדיוקעישן אגענטור זאל דא קעיר נעמען פון די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט? נישט וואס איך דענק.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11259
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טאקע נישט. אבער אלע אנטי עסקנים וועקן זיך יעצט אויף [אפשר די אנטי טראמפערס אויך] און שרייען 'א וואלף!'... נאך פארן וויסן אפילו איבער וואס די רעדע איז.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 8:03 pm איז אמאל געווען א רעדע אז די פעדעראלע עדיוקעישן אגענטור זאל דא קעיר נעמען פון די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט? נישט וואס איך דענק.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דעי דזשאנסן מיינסטו?צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:21 pm טראמפ האט געמאלדן אז ער וויל פארמאכן די פעדעראלע עדיוקעישאן דעפארטמענט.
איינער האט געזען זשאנסאן?
- פיילס
-
- IMG-20241031-WA0082.jpg (200.78 KiB) געזען געווארן 1663 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ערשטנס, טראמפ האט גארנישט געזאגט יעצט איבער דעם, נאר ער האט עס געזאגט אין א ווידיא בשעת די קאמפיין, און ס'איז א חלק פון זיין "אגענדע 47" וואס איז געווארן צאמגעשטעלט פון אלע זיינע פלענער. כ'ווייס נישט די פרעסע האט זיך יעצט דערמאנט צו מאכן מטעמים דערפון, און פון דארט האט איינער אויף אייוועלט כנראה פרובירט צו קאכן א קאשע כאילו עפעס אומערווארטעט האט פאסירט.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:21 pm טראמפ האט געמאלדן אז ער וויל פארמאכן די פעדעראלע עדיוקעישאן דעפארטמענט.
איינער האט געזען זשאנסאן?
צווייטנס, די סטעיטמענט פון טראמפ איז דוקא גוטע נייעס, און די וואס פארשטייען עס פארקערט איז פשוט ווייל זיי קענען די נושא בערך ווי זיי קענען די סקופיס נושא.
טראמפ'ס עדיוקעישן פלאן נעמט גראדע דוקא אריין "an expansion of parental rights in education". דאס מוז נאך גארנישט מיינען פאר אונז, אבער אויב מיינט עס עפעס, איז עס לטובה.
ווידער וואס אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) האט גערעדט מיט עריק טראמפ, איז אבער מאכן א פאליסי אויף די סטעיטס כלפי רעליגיעזע רעכטן ביי עדיוקעישן. דאס האט נישט גארנישט מיט קיין פעדעראלע עדיוקעישן דעפארטמענט, דער דעפארטמענט קומט אונז קיינמאל צונוץ און דאס אפשפארן האט 0 שייכות צום גזירת החינוך אדער הצלת החינוך.
אזויפיל יא, די טראמפ טיעם איז געווען היבש באליידיגט אז נישט יעדער האט זיי אינדארסירט (שוין נאכדעם וואס זיי זענען געווארן באליידיגט אז אנשטאט אן אדמו"ר האט מען געשיקט א זון זיך טרעפן מיט זיין זון...), אבער מצד שני זענען זיי געווען גאר העפי מיט די אינדארסירונג אין קרית יואל, און לאמיר האפן אז עס וועט פירן צו גוטע תוצאות.
- נויז מאשין
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 88
- פארבינד זיך:
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט רעד נישטצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:21 pm טראמפ האט געמאלדן אז ער וויל פארמאכן די פעדעראלע עדיוקעישאן דעפארטמענט.
איינער האט געזען זשאנסאן?
די פעדעראלע דעפארטמענט איז געשטעלט צו מאכן אזעלכע געזעצן ווי למשל פארשפארן ביי קאוויד אדער אנדערע שטותים וואס טראמפ וויל פארמאכן ווייל ס'איז אימנויטיג...
די סטעיטס האבן יעדער א אייגענע קאמישענער און דעפארטמענט וואס זיי קענען טוישן א קרוקעלום אדער אינטערנעל טוישונגען, למשל אין לוזינא וויל ער מ'זאל לערנען די עשרת הדיברות און אין מינעסאטע וויל ער מ'זאל אריינלייגן *** אין אלע בתי כבוד.
איז דא א פלאן פון ניצן די קאנגרעס צו דורכפירן א געזעץ וואס וועט באשוצן רעליגיע.
יעצט וואס איז דיין פראגע וועגן דזשאנסאן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון נב - פ' וירא תשפ''ה לפ''ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אימעיל פון אגודת ישראל איבער הוכחות אויפן פעטוועי, און אז דער רעגירונג קען אפווארפן די פעטוועי פון א מוסד
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אימעיל איבער אינספעקציעס אויף ‘סובסטענשול עקוויוועלענסי’ דורך דער טייטל-וואן אינספערטאר
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1020
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 600
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איר קענט ענגליש?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שלום עליכם הרב @צווייזייטיג, האמיר שוין לאנג נישט אויסגעריבן נושאים דא. נאר איך זע ביסט דא, דערמאן איך מיר איבער א נישט נייע נושא, וואס איז מיר געווען א פלא.
מיט א דרייפערטל יאר צוריק, ווען מען האט געארבעט מיט סקופיס וועגן א געזעץ אין אלבאני, האסטו זיך דא נאכגעפרעגט איבער דעם.
איך האב געברענגט באריכטן לויט ווי כ'האב געהערט פוןם די עסקנים. דרוק אויף די תגובה צו צוריקמישן:
יעצט מיט אפאר וואכן צוריק איז מיר געווען א סורפרייז צו ליינען אז דאס אלעס איז זאגאר געווען פיערלס. קוקט אויס ווי זיי האבן עס בשעתו אויסבאהאלטן פון דיר...
נישט מאדנע? איך מיין אז דאס שענקט א פרישע דאזע פון קרעדיט פאר פאקטן אין דעם צייטונג.

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 21, 2024 3:36 pmלמעשה?שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 16, 2024 12:11 pm זעה איך דא לאקאלע נייעס פון ניו יארק אז היינט דארף דורכצוגיין די סטעיט בודזשעט, לייגט מען נאך עפעס האפענונג אז די ערוועלטע פאליטישאנס וועלן עפעס טון פאר אונז?
יעצט מיט אפאר וואכן צוריק איז מיר געווען א סורפרייז צו ליינען אז דאס אלעס איז זאגאר געווען פיערלס. קוקט אויס ווי זיי האבן עס בשעתו אויסבאהאלטן פון דיר...
נישט מאדנע? איך מיין אז דאס שענקט א פרישע דאזע פון קרעדיט פאר פאקטן אין דעם צייטונג.
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1020
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 600
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דיין קשיא איז אויף מיר, אויף פעירלס, אדער אויף וואכנשריפט?
לגופו של ענין, אז האסט שוין אפירגעזוכט מיין תגובה, קענסטו שוין נאכקוקן די נעקסטע תגובה פון מיר אין דעם אשכול, וקושיא מעיקרא ליתא.
לגופו של ענין, אז האסט שוין אפירגעזוכט מיין תגובה, קענסטו שוין נאכקוקן די נעקסטע תגובה פון מיר אין דעם אשכול, וקושיא מעיקרא ליתא.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1020
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 600
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
כ'בין סתם נייגעריג אויב זיי קלערן אז קיינער גייט פשוט נישט ליינען די ענגלישע בריוון, אדער ווייסן זיי אז זייערע נאכפאלגער טראסטן זיי בלינדערהייט און גייען זען אויף טאג אז ס'איז נאכט.
כ'האב נישט קיין נערוון אראפצוברענגען צו זיין וויפיל זייפנבלעזער און אפענע שקרים זענען צופלאצט געווארן פון די צוויי בריוון, אטאזשירט צו דורותינו, יעדער קען עס אליין טשעקן.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10136
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בקשתי ומצאתי.
פראבלעם איז אבער אז:
1) די אדמיניסטרעיטארס האבן געארבעט דערביי מיט ר' יושע עסטרייכער און ר' יעקב זוסמאן סופר. נישט מיט פיערלס.
2) סקופיס ווייסט נישט וויאזוי פערלס הייסט בכלל...
ס'איז אמת אז ס'איז געווען א פארשטענדעניש צו ארבעטן אלע קהלות אינאיינעם, ברשות אלע אדמורי"ם. ב"ה. דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל מצליח זיין.
אבער פיערלס קומט נישט דא אריין. פיערלס'ס מהלך איז קאורט, און אלבאני האט נישט מיט זיי קיין שייכות.
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:15 pm איך האב געהערט אז דאסמאל איז דער ביל געווען אין צוזאמענארבעט מיט עטליכע אדמיניסטעיטערס פון גרויסע מוסדות התורה ברוקלין, אפיליאירט מיט פעירלס
פראבלעם איז אבער אז:
1) די אדמיניסטרעיטארס האבן געארבעט דערביי מיט ר' יושע עסטרייכער און ר' יעקב זוסמאן סופר. נישט מיט פיערלס.
2) סקופיס ווייסט נישט וויאזוי פערלס הייסט בכלל...
ס'איז אמת אז ס'איז געווען א פארשטענדעניש צו ארבעטן אלע קהלות אינאיינעם, ברשות אלע אדמורי"ם. ב"ה. דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל מצליח זיין.
אבער פיערלס קומט נישט דא אריין. פיערלס'ס מהלך איז קאורט, און אלבאני האט נישט מיט זיי קיין שייכות.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בלאט דעקל
- פיילס
-
- Screenshot 2024-11-20 123147.jpg (43.38 KiB) געזען געווארן 857 מאל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון נג - פ' חיי שרה תשפ''ה לפ''ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דער אימעיל פון די סיטי פאר אלע 'פעטוועי 6' מוסדות
דער פראגע בויגן פאר די 'פעטוועי 6' מוסדותRe: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
די נייע שאלות ותשובות רעגלואציע'ס פון די עדיקעשען דעפארטמיט איבערן גזירות החינוך
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:29 pm באריכטן אז טראמפ פלאנירט אויסצוברייטערן 'סקול טשויס' און עס שטערקער אריינברענגען איבער די פאראיניגטע שטאטן, דאס קען זיין גוטע נייעס פאר אונז אידעלעך.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
טאמער סוקסעספול איז עס שאך-מאט מיט די פארשאלטענע טיטשערס יוניאנסוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 24, 2024 12:40 pmשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:29 pm באריכטן אז טראמפ פלאנירט אויסצוברייטערן 'סקול טשויס' און עס שטערקער אריינברענגען איבער די פאראיניגטע שטאטן, דאס קען זיין גוטע נייעס פאר אונז אידעלעך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון נ”ה
ערש”'ק פ’ ויצא תשפ”ה לפ”ק
ערש”'ק פ’ ויצא תשפ”ה לפ”ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון נ”ז
ערש”'ק פ’ וישב תשפ”ה לפ”ק
ערש”'ק פ’ וישב תשפ”ה לפ”ק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געזעץ-זשורנאל פון 'פארדהעם געזעץ שולע' איבערן גזירת החינוך אין ניו יארק
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך וויל אפגעבן א דאנק פאר מערכת דורותינו פארן צוברענגען דעם ארטיקל פונעם געזעץ זשורנאל איבער די גזירת החינוך, יענע אפהאנדלונג איז א שיינע ארבעט.
ווי פארשטענדליך איז בכלל נישט קיין חידוש אז דארט שטייט גראדע פונקט פארקערט ווי זייערע טענות... און אויך פונקט פארקערט פון וואס זיי זאגן אז עסז שטייט דארט.
די זשורנאל קומט גראדע צום אויספיר אז די רעגירונג האט אצינד נישט קיין שום רעכט אוועק צו נעמען פאנדינג פון די מוסודת, און שלאגט זאגאר פאר אז מען זאל אדורכפירן א פרישע אמענדמענט יא צו ערלויבן די רעגירונג צו אפשטעלן פאנדינג.
אויך קומען זיי צום אויספיר אז די פעלדער אמענדמענט איז א גרויסע שטער אויף צו קענען אויספירן די גזירת החינוך, און אז עס ערלויבט די רעגירונג דערמיט זיך אפצולאזן פון די מוסדות התורה און פארלאנגען ממש מינימאלע לימודים, און עס קריטיקירט שטארק אז ניטאמאל פארלאנגט עס צו לערנען אמעריקאנער היסטאריע.
באזונדער שרייבט יענער פראפעסאר אז קאנסיטוציענעלע טענות קעגן די עצם געזעץ וועלן מסתם דורכפאלן אין געריכט. און די איינציגסטע זאכן וואס מען קען אפשאפן אין געריכט איז די סכום שעות וואס מען דארף לערנען, נאר אנשטאט זאל מען קוקן אויף די תוצאות, ווי אויך קען מען מעגליך באקעמפן די חלק אז מען דארף אויסלערנען די זאכן דוקא אין ענגליש.
באזונדער רייסט עס גאר שטארק אראפ ריכטערין רייבא'ס אורטייל אז מען קען צולערנען די איבריגע לימודים אינדערהיים אלץ אומפראקטיש און אומאינפארסירבאר.
לסיכום ענדיגט עס צו אז אויב מען טוישט די געזעץ צו קענען אפשטעלן פאנדינג פאר מוסדות וועט עס מסתם ברענגען אז מען זאל זיך צושטעלן צום געזעץ זינט די מוסדות וועלן נישט האבן קיין אנדערע ברירא, און אפילו די מוסדות וואס קענען יא זיך באגיין אן פאנדינג וועלן אבער פארלירן פראמינענץ מיט'ן חלום אז אויב עס זענען דא לעגאלע שולעס וועלן עלטערן אויסקלויבן צו שיקן אהין ענדערש ווי אין אומלעגאלע.

פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט