פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אליעזר טויב
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:46 pm
x 42

פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך אליעזר טויב »

א גוט יאָר צו אַלע אידטיש ליינער.

איך נעם דעם פעדער אין האַנט צו שרייבן איבער אַ זאך וואס איך האב לעצטנס אויפגעפאסט, און איך גלייב אַז פּונקט ווי איך האָב דאָס נישט באַמערקט ביז יעצט, זענען דאָ נאָך אַסאַך וואָס האָבן דאָס יעצט אויך נישט באַמערקט.

נעכטן מאָנטאָג איז פאָרגעקומען די חתונה פון רבי'נס אייניקל אין גרויסן ביהמ"ד, און איך בין געקומען צו דער חתונה נאָך אַ פולן טאָג אַרבעט. פאַרשטייט זיך אַז ווען איך בין אָנגעקומען, איז שוין גאַרפיעלד ראוד געווען בלאָקירט ווייל מען האָט שוין געהאַלטן אינמיטן דער חופּה. האָב איך אַראָפּגעשטעלט מיין אויטאָ פאָרנט פון שאַפּינג צענטער און אַזוי צוגעגאַנגען ביז דער חופּה.

נאָך דער חופּה האָב איך געדאַרפט גיין אָפּנעמען איינעם, בין איך געגאַנגען צו מיין קאַר און יענעם געברענגט אין ביהמ"ד. אָנקומענדיג צוריק אין ביהמ"ד האָב איך געזען אַז מען קען שוין אַריינפאָרן אויף גאַרפיעלד, בין איך געפאָרן ביז דעם ביהמ"ד און אָנגעהויבן זוכן פּאַרקינג, און צו מיין גרויס שטוינונג האָב איך געזען אַז פאָרנט פון ביהמ"ד זענען דאָ פילע ליידיגע פּאַרקינג ערטער.

איך האָב טאַקע דאָרט פּאַרקירט מיין אויטאָ און אָנגעהויבן אַריינגיין אין ביהמ"ד. אינמיטן גיב איך מיר אַ כאַפּ און איך הייב אָן זוכן וואו עס איז די גרויסע "חופּה פּלאַטפאָרמע" וואָס איז נאָך געשטאַנען דאָ מיט בלויז עטליכע מינוט צוריק. נאָך מער האָב איך געזען, אַז די פּאַרענטשעס וואָס זענען געווען אויפגעשטעלט אויף ביידע זייטן פון ביהמ"ד איז שוין אויך צענומען.

די איינציגסטע זאַך וואָס איך האָב נאָך געקענט זען איז געווען אַ קליין טרעקל וואס פאָרט אַוועק פון שטח מיט די חופּה און פּאַרענטשעס דערינען. אויסער דעם איז נישט געווען קיין שפּור און קיין זכר פון די גאַנצע מעשה! עס האָט זיך בכלל נישט דערקענט אַז פאַר עטליכע מינוט צוריק איז דאָ פאָרגעקומען אַ גרויסע רבי'שע חופּה.

איך קלער אַזוי צו מיר: פאר וועם טוט מען דאָס? פאַרוואָס און פארוועם לייגט מען אַריין די עקסטערע כוחות אַז דער פּאַרקינג לאַט זאָל זיין צוריקגעשטעלט גלייך נאָך דער חופה? ווער גייט פאַרדינען דערפון? דער ראש הקהל, אָדער גאָר די עסקני הקהילה?

עס איז קלאָר אַז פון דעם אַקט האָבן הנאה געהאַט בלויז די חברי הקהילה וועלכע זענען געקומען צו דער חתונה, און עס איז נישט מער ווי פּאַסיג אויסצודריקן דעם הכרת הטוב פאַר די עסקנים וועלכע האָבן דאָס דורכגעפירט און פאר אונזערע היימישע אינדזשענירן וואס האבן נאך מיט 20 יאר צוריק ספעציעל דיזיינט די פארענטשעס און חופה סטעידזש עס צו קענען אזוי גרינג און פראקטישערהייט אויפשטעלן און צוזאמלייגן און אזוי ארום מהנה געווען אַזויפיל צענדליגער אידן וועלכע האָבן דאָרט געקענט גרינגערהייט פּאַרקירן די אויטאָס אין לויף פון דער נאַכט.

ישלם השם פעלם ותהי משכורתם שלמה מעם השם.

אליעזר טויב
ווערווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 292

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך ווערווייס »

ווי אזוי רופט מען עס אין די וו"ש שפראך? נאמנים
יא געטרייע עסקנים אן קיין פאמפע דראמפע, פרובירן דאס בעסטע צו צושטעלן סערוויס

כ'מיין ס'קומט זיך זיי צו שיקן א טשאקלאד טרעין ערענדזשמענט פאר שבת כ"א כסלו, נישט אזוי וויכטיג צו שיקן, אבער לכה"פ האבן א בילד אין צייטונג וואס מ'האט געשיקט
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 317
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 511
פארבינד זיך:

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך הימל »

► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:09 pm
► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
ער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.

נו ווער?
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 317
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 511
פארבינד זיך:

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך הימל »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:09 pm
► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
ער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.

נו ווער?
עס איז א חידה??

אה, נישט געוואוסט..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:47 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:09 pm
► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
ער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.

נו ווער?
עס איז א חידה??
ניין. ביסט גערעכט אז מ'דארף יא ארויסשרייבן קלאר.

כ'האב דיר פשוט געוואלט העלפן...
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1312
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2003

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך נפתלי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:09 pm
► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
ער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.

נו ווער?
גארפיעלד איז א שטאט און ניו יארק אדער און ניו דזשערסי?
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1312
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2003

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך נפתלי »

שכח ידידי ר' אליעזר

אז די פארמאגסט יא א פעדער קום ארויף מער שרייבן!
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1312
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2003

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך נפתלי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 12:00 am א פרעזידענט.
הייסט די פרעזידענט האט חתונה געמאכט?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נפתלי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 12:01 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 12:00 am א פרעזידענט.
הייסט די פרעזידענט האט חתונה געמאכט?
ניין. ער האט נאכנישט קיין היתר מאה.

עקטשולי, קען זיין אז יא, אבער אן רשות. סאו...
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך א טויב »

אליעזר טויב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:59 pm איך נעם דעם פעדער אין האַנט צו שרייבן איבער אַ זאך וואס איך האב לעצטנס אויפגעפאסט, און איך גלייב אַז פּונקט ווי איך האָב דאָס נישט באַמערקט ביז יעצט, זענען דאָ נאָך אַסאַך וואָס האָבן דאָס יעצט אויך נישט באַמערקט.
א נוצה אדער פון שטיין?....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Screenshot 2024-12-22 220428.jpg
Screenshot 2024-12-22 220428.jpg (70.05 KiB) געזען געווארן 601 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3698
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4651

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:05 pm Screenshot 2024-12-22 220428.jpg
דער שרייבער דא האט דא מתחילה געשריבן צו היימשטאט און דא האט ער געטוישט צו אידטיש.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:16 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:05 pm Screenshot 2024-12-22 220428.jpg
דער שרייבער דא האט דא מתחילה געשריבן צו היימשטאט און דא האט ער געטוישט צו אידטיש.
אדער פארקערט...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3698
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4651

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:16 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:16 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:05 pm Screenshot 2024-12-22 220428.jpg
דער שרייבער דא האט דא מתחילה געשריבן צו היימשטאט און דא האט ער געטוישט צו אידטיש.
אדער פארקערט...
ניין, דער שרייבער אליינס האט דא געשריבן אין אנהייב איינגערינגלט (היימשטאט), ס'איז פשוט נישט אריינגעקומען דא.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אליעזר טויב
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:46 pm
x 42

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך אליעזר טויב »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:09 pm
► Show Spoiler
וועלכע שטאט? וועלכע רבי? וועלכע ביהמ"ד??
שטאט: קרית יואל.
רבי: מורי ורבי כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א).
ביהמ"ד: ביהמ"ד הגדול ווי אבותינו ורבותינו האבן געדאווענט.

קלאר. יא? איך האף אזוי.
איך האב עס געשיקט פאר א צייטונג במילא האב איך פארזעהן די גאר וויכטיגע איינצעלהייטן, יישר כח פארן צוצייכענען.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 567

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?

פאוסט דורך א טויב »

קנאקער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:18 pm
► Show Spoiler
סאיז נישט היינו הך?
דיירעקט נישט! לויט מיין אינפארמאציע.
שרייב פאוסט