פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:46 pm
- x 42

א גוט יאָר צו אַלע אידטיש ליינער.
איך נעם דעם פעדער אין האַנט צו שרייבן איבער אַ זאך וואס איך האב לעצטנס אויפגעפאסט, און איך גלייב אַז פּונקט ווי איך האָב דאָס נישט באַמערקט ביז יעצט, זענען דאָ נאָך אַסאַך וואָס האָבן דאָס יעצט אויך נישט באַמערקט.
נעכטן מאָנטאָג איז פאָרגעקומען די חתונה פון רבי'נס אייניקל אין גרויסן ביהמ"ד, און איך בין געקומען צו דער חתונה נאָך אַ פולן טאָג אַרבעט. פאַרשטייט זיך אַז ווען איך בין אָנגעקומען, איז שוין גאַרפיעלד ראוד געווען בלאָקירט ווייל מען האָט שוין געהאַלטן אינמיטן דער חופּה. האָב איך אַראָפּגעשטעלט מיין אויטאָ פאָרנט פון שאַפּינג צענטער און אַזוי צוגעגאַנגען ביז דער חופּה.
נאָך דער חופּה האָב איך געדאַרפט גיין אָפּנעמען איינעם, בין איך געגאַנגען צו מיין קאַר און יענעם געברענגט אין ביהמ"ד. אָנקומענדיג צוריק אין ביהמ"ד האָב איך געזען אַז מען קען שוין אַריינפאָרן אויף גאַרפיעלד, בין איך געפאָרן ביז דעם ביהמ"ד און אָנגעהויבן זוכן פּאַרקינג, און צו מיין גרויס שטוינונג האָב איך געזען אַז פאָרנט פון ביהמ"ד זענען דאָ פילע ליידיגע פּאַרקינג ערטער.
איך האָב טאַקע דאָרט פּאַרקירט מיין אויטאָ און אָנגעהויבן אַריינגיין אין ביהמ"ד. אינמיטן גיב איך מיר אַ כאַפּ און איך הייב אָן זוכן וואו עס איז די גרויסע "חופּה פּלאַטפאָרמע" וואָס איז נאָך געשטאַנען דאָ מיט בלויז עטליכע מינוט צוריק. נאָך מער האָב איך געזען, אַז די פּאַרענטשעס וואָס זענען געווען אויפגעשטעלט אויף ביידע זייטן פון ביהמ"ד איז שוין אויך צענומען.
די איינציגסטע זאַך וואָס איך האָב נאָך געקענט זען איז געווען אַ קליין טרעקל וואס פאָרט אַוועק פון שטח מיט די חופּה און פּאַרענטשעס דערינען. אויסער דעם איז נישט געווען קיין שפּור און קיין זכר פון די גאַנצע מעשה! עס האָט זיך בכלל נישט דערקענט אַז פאַר עטליכע מינוט צוריק איז דאָ פאָרגעקומען אַ גרויסע רבי'שע חופּה.
איך קלער אַזוי צו מיר: פאר וועם טוט מען דאָס? פאַרוואָס און פארוועם לייגט מען אַריין די עקסטערע כוחות אַז דער פּאַרקינג לאַט זאָל זיין צוריקגעשטעלט גלייך נאָך דער חופה? ווער גייט פאַרדינען דערפון? דער ראש הקהל, אָדער גאָר די עסקני הקהילה?
עס איז קלאָר אַז פון דעם אַקט האָבן הנאה געהאַט בלויז די חברי הקהילה וועלכע זענען געקומען צו דער חתונה, און עס איז נישט מער ווי פּאַסיג אויסצודריקן דעם הכרת הטוב פאַר די עסקנים וועלכע האָבן דאָס דורכגעפירט און פאר אונזערע היימישע אינדזשענירן וואס האבן נאך מיט 20 יאר צוריק ספעציעל דיזיינט די פארענטשעס און חופה סטעידזש עס צו קענען אזוי גרינג און פראקטישערהייט אויפשטעלן און צוזאמלייגן און אזוי ארום מהנה געווען אַזויפיל צענדליגער אידן וועלכע האָבן דאָרט געקענט גרינגערהייט פּאַרקירן די אויטאָס אין לויף פון דער נאַכט.
ישלם השם פעלם ותהי משכורתם שלמה מעם השם.
אליעזר טויב

Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
ווי אזוי רופט מען עס אין די וו"ש שפראך? נאמנים
יא געטרייע עסקנים אן קיין פאמפע דראמפע, פרובירן דאס בעסטע צו צושטעלן סערוויס
כ'מיין ס'קומט זיך זיי צו שיקן א טשאקלאד טרעין ערענדזשמענט פאר שבת כ"א כסלו, נישט אזוי וויכטיג צו שיקן, אבער לכה"פ האבן א בילד אין צייטונג וואס מ'האט געשיקט

- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 317
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 511
- פארבינד זיך:
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
► Show Spoiler
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
ער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.
נו ווער?
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 317
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 511
- פארבינד זיך:
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
עס איז א חידה??שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pmער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.
נו ווער?
אה, נישט געוואוסט..
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
ניין. ביסט גערעכט אז מ'דארף יא ארויסשרייבן קלאר.הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:47 pmעס איז א חידה??שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pmער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.
נו ווער?
כ'האב דיר פשוט געוואלט העלפן...
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
גארפיעלד איז א שטאט און ניו יארק אדער און ניו דזשערסי?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:32 pmער שרייבט אז ער איז אריינגעפארן אויף גארפיעלד, און אז די חתונה איז געווען די וואך מאנטאג.
נו ווער?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
שכח ידידי ר' אליעזר
אז די פארמאגסט יא א פעדער קום ארויף מער שרייבן!
אז די פארמאגסט יא א פעדער קום ארויף מער שרייבן!
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
הייסט די פרעזידענט האט חתונה געמאכט?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
א נוצה אדער פון שטיין?....אליעזר טויב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:59 pm איך נעם דעם פעדער אין האַנט צו שרייבן איבער אַ זאך וואס איך האב לעצטנס אויפגעפאסט, און איך גלייב אַז פּונקט ווי איך האָב דאָס נישט באַמערקט ביז יעצט, זענען דאָ נאָך אַסאַך וואָס האָבן דאָס יעצט אויך נישט באַמערקט.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
דער שרייבער דא האט דא מתחילה געשריבן צו היימשטאט און דא האט ער געטוישט צו אידטיש.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
ניין, דער שרייבער אליינס האט דא געשריבן אין אנהייב איינגערינגלט (היימשטאט), ס'איז פשוט נישט אריינגעקומען דא.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:16 pmאדער פארקערט...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:46 pm
- x 42
Re: פאר וועם שטעלט מען צוריק דעם פּאַרקינג לאַט?
שטאט: קרית יואל.
רבי: מורי ורבי כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א).
ביהמ"ד: ביהמ"ד הגדול ווי אבותינו ורבותינו האבן געדאווענט.
קלאר. יא? איך האף אזוי.
איך האב עס געשיקט פאר א צייטונג במילא האב איך פארזעהן די גאר וויכטיגע איינצעלהייטן, יישר כח פארן צוצייכענען.