די אידישע וועלט שטורעמט און פלאקערט, תלמידי חכמים זיצן איבער הויפענעס אפענע ספרים און קנייטשן די שטערנס ווי פאפיר, אין די צייט וואס די קול קורא מאשינען ארבעטן אווער-טיים מיט ווילדע לשונות און שארפע אויסדרוקן וואס אפילו די ערפארענע קול קורא פרינטינג מאשינען קענען שווער פארנעמען.
לאקאלע אויסגאבעס פארציילן איבער ווילדע ראיאטן ביי זייערע הויפטקווארטירן דורך ביידע פראקציעס, ווען די מיינונגען פון ביידע זייטן ווערן ארויפגעצווינגען אויף אלע פובליק פלאטפארמעס און די רעדאקטארן דערזעען זיך ווי א היישעריק אין די נעגל וואסער אן א וועג ארויס.
טייל שרייען אז אלע יארן איז גוט געווען אן דעם, אנדערע אבער טענה'ן אז נישט אלעמאל דארף מען גיין קאפ אין וואנט אריין לויט וואס ס'פלעגט זיין אלע יארן איינגעפירט בטעות, און די מער עקסטרעמע ווייסן זאגאר נאכצוזאגן פונעם מקובל וועלכע זאגט און אנטפלעקט גרויסע חלומות אז די צווייטע וועלט מלחמה איז געקומען נאר צוליב דעם, בעת ווען די פארקערטע עקסטרעמיסטן סטראשען אז אויב גייט מען נישט לויט זייער וועג קען חלילה קומען א נוקלעארע קאוויד וואקסין.
רבנים האבן מורא צו זאגן זייער מיינונג הויך, עסקנים האבן מורא זיך צו באווייזן אין די בתי מדרשים, און ישיבה בחורים נוצן אויס דעם כאאטישן מצב צו צוגרייטן בשתיקה דעם פורים מאביל פאר קומענדיגן פורים הבעל"ט.
קיין סאך צייט האב איך נישט געהאט נאכצוגיין פונקטליך אלע מיינונגען און דעות, אבער איך זע אז עפעס רודערט זיך שוין איבער פארלאנגען שטרענגע השגחות אויף קאמפלימענטן און בויקאטן די וועלכע זאגן אנדערש.
עפעס הער איך גייט מען אויך איינפירן אז קאמפלימענטן וואס קומען פון עי איי וועלן נישט טארן גענוצט ווערן, און די השומרים קארטלעך חברה זענען שוין אקטיוו מיט'ן צוזאמשמעלצן עפעס א גזירה שוה פון די גדולי הדורות וואס קומט אויס אז די קאמפלימענטן פון א סמארטפאון באנוצער זאל האבן א דין פון שחוטי חוץ.
די פלענער איבער השגחה אינפארסירונגען זענען נאכנישט פובליק אויפ'ן גאס, אבער אלס איינער וואס זוכט צו שטעקן דאס נאז איבעראל וואו ס'טוען זיך געהיימע פלענער און קאנספיראציעס, האב איך באוויזן צו דערשנאפן דאס ביסל אינפארמאציע און געברענגט פאר אונזערע חברים דא ביים טישל.
צווישן אנדערע איז מיר געלונגען אויפצוכאפן א פארצווייגטע קאנספיראציע נעץ פון אזעלכע וואס פירן זיך שוין מיט די אלע שטרענגע אינפארסירונגען אויף קאמפלימענטן מיט השגחות אלס א פראבע צום קומענדיגן איסור חמור ומנורה.
לאמיך אייך עפענען דעם פורהאנג צו אפאר עפיזאדן וואס אונזערע אגענטן האבן געברענגט צו אונזער אויפמערקזאמקייט, און געצייגט דירעקטע שטריכן פון אומשולדיג אויסזעענדע געשיכטעס, צו אונזער שערורי' איבער די ברכות און אויפקומענדע "קאמפלימענט שערורי' 2.0" איבער די השגחות.
עפיזאד #1
מיין חבר הערשי מאכט א ריזיגע קידוש לכבוד זיין חתן בראשית וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט פאר א נישטיגע פופציג טאלער אין עפעס א קליינע מנין, ער פילט זיך ווי דער גאנצער עושר פון שטאט, ער האטעך געקויפט דער עושר'דיגער חתן בראשית, און דער קידוש האט פארשפראכן צו ברעכן אלע רעקארדס פון ביז אהער.
אויפן מעסעדזש וואס ער האט ארויסגעשיקט האט ער זיך צעבראכן די ציין אויסרעכענענדיג ווי א רעכטער רייסער וואסערע מטעמים דארט גייציך אלס אפטון ביים קידוש, ס'קומט א שווערע טשולענט, קאלטס און ווארעמס, הערינג און גאלא, לעיבער און קאלד קאטס, דזשערקי אויף ריזיגע בארדס, שטיקער בשר וועלן געשניטן ווערן און פארציקט ווערן לכבוד התורה, ברוינפן אזש מ'וועט שיכור ווערן פון קוקן דערויף, און נאך פארשידענע טערמינען האט ער דארט אויסגערעכנט - נישט פארגעסנדיג צוצולייגן "קארן און מעלאונע צו קייען" מיט אזא קרומע עמאודזשי דערצו… חחח.. קיינער כאפט נישט דעם וויץ עניוועי.
אט איז אנגעקומען דער געקליבענער שבת אינדערפרי, דער קילער ווינטל שפילט צו צום פארטשולענטן גערוך וואס דערטראגט זיך פון זיינע פארקניפטע קראקפאטן בערג און די קוגלן וועלכע שיקן ארויס גערוך שטראלן פון די געדינגענע ווארעמערס גרייטן זיך אט אט צו שטורעמען די טישן וועלכע ווערן אצינד אפגעליידיגט פון סידורים דורך די קינדערלעך וועלכע קענען אויך נישט באהאלטן זייערע הרגשים טראכטענדיג איבער די טעצער הערינג הממשמשין ובאין.
איך גיי צו צו הערשי'ן און מיט א קלאפ אויף די פלייצע שמייס איך אים אריין א קאמפלימענט 'הוהא… וואס דו האסט דא אלס אהערגעשטעלט… פשיהאא… כהאף נאר מיין ווייב העט נישט ברוגז זיין ווען איך וועל אהיימקומען זאט ביז ארויף'.
הערשי נעמט זיך עפענען און פארמאכן זיין גארטל מיט א שנעל אימפעט איין מאל און נאכאמאל, און מיט א האלב לוזערישע מינע זאגט ער מיר 'עעהה… נישט עפעס מוירעדיג… גראדע די טשולענט איז צו וואסעריג, די קוגלען האבן אביסל געפלאפט, כהאף די הערינג איז פריש, ברוינפן האט מען שוין אויך געהערט בעסערס, וואטעווער, ס'האצעך נישט אויסגעארבעט אזויווי כהאב געוואלט אבער כהאף דער עולם העט עט ליעסט נישט אהיימגיין הונגעריג און דיסעפוינטעט…'
איך קוק אים אן מיט גרויסע אויגן… קיינמאל געוואוסט מיין ליבער הערשי איז אזא מחמיר אז ער וועט בשום אופן נישט שלינגען קיין קאמפלימענט אן קיין קלארע השגחה…
עפיזאד #2
לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א חבר מיינער, וועלכע האט מיר געזאגט אז ער שפירט ער האט א שטארקע שרייבן טאלאנט און ער וויל זיך אריינלאזן אין דעם פעלד.
איך האב אים דאן פארבינדן מיט א געוויסן מאגאזין וואס איך האב געוואוסט זיי זוכן שרייבער פון צייט צו צייט, און געשלאסן שידוך צווישן אים און יענע מאגאזין וועלכע האט זיך געפריידט צו באקומען א פרישן געלונגענעם שרייבער אין זייערע רייען.
די ערשטע ומאל וואס ער האט געשריבן האט ער מיר כמובן געקאלט א מיליאן און אכציג מאל פרעגן אויב איך האלט ער זאל שרייבן דאס און ארויסברענגען יענץ, און נאכן ענדליך פארענדיגן אפקלאפן די דורכגעזיפטע צען טויזענט קערעקטערס, שיקט ער מיר אין אימעיל דעם ארטיקל איך זאל עס איבערקוקן, ענדליך, טענקיו.
איך קוק עס איבער פון אויבן ביז אונטן, ס'געווען א הערליכער ארבעט, באמת שיין, און איך שרייב אים צוריק א גאנצער לאנגער אימעיל מיט שבחים ותוארים ווי געלונגען זיינע פינגערס זענען און ווי פליסיג זיין שריפט צוגיסט זיך צווישן די שורה'לעך.
זיין תשובה האט נישט געשפעטיגט… א גאנצע לאנגע מגילה מיר צו מסביר זיין פארוואס דאסמאל איז אים עס נישט געלונגען, און ער ווייסט אז עכט ברענגט ער זיך נישט גוט ארויס, און ער האפט אז יענע מאגאזין זאל נישט בלאקן זיין נומער פאר אייביג…
האמיר נאך איינעם פונעם צד מחמירים…
עפיזאד #3
איך שוויץ און אטעם ווי א בעזים טראק… אלע ביינער טוען מיר וויי און איך שפיר ווי נאכן קריכן דעם העכסטן בארג און זיך אויסגעבן אלע כוחות אין מיר…
ס'קומט סוכות, מ'דארף בויען דעם סוכה'לע, די ברעטעלעך געמיינע שטייען שוין אויף זייער פלאץ פאר 2 וואכן און אצינד האלט מען שוין איינס פאר די לעצטע מינוט און ס'צייט זיך צו נעמען צו די עבודה.
אזוי ארבעט איך אריין פארסאפעטערהייט, איך שטארק זיך אויף די מניעות און איך גיי אן מיט א פעסטקייט, ביז איך שפיר ממש ווי איך פאל צוזאם… איך קוק אזוי אויף מיין ארבעט פון די לעצטע פאר שעה, און אה, ענדליך זענען שוין די ברעטער באהאפטן און די סוכה ווענט שטייען שוין.
טאקע א גרויסע דערגרייכונג, אריינגעארבעט ביטער שווער און ענדליך שטייען שוין די ווענט, אבער הייליגער טאטע… וויאזוי ריר איך זיך ווייטער? מיט אזא געלונגענער בויער ווי איך וועט דער סוכה זיין פארטיג אויף לג בעומר הבעל"ט.
ווי פון הימל געשיקט רופט מיר א חבר מיינער אריין, און הייבט אן רעדן שטותים אויף הויכע אקטאוועס, קענטליך אין ליכט פון א שטארקע ליידיג-גייעריי. איך נוץ אויס דעם געלעגנהייט און פארצייל אים סתם אזוי בדרך אגב ווי איך שטיי דא אויף דער וועלט.
צו מאכן א קורצע מעשה נאך קורצער, 10 מינוט שפעטער איז דער אינגערמאן געווען ביי מיר, און 2 שעה שפעטער האב איך געקענט מאכן א לישב אין מיין סוכה.
געענדיגט די ארבעט, און איך שטעל זיך באדאנקען דעם חבר פון טיפן הארצן… ער האט דאך מיר ממש געראטעוועט!
דער אינגערמאן ציהט זיך אויס און געבט מיר אזא מאך אוועק מיט די האנט "נעע… דאס איז גארנישט… ס'אפילו נישט פערפעקט געבויט, נישטא פארוואס צו באדאנקען"
צדיק, פארוואס ווילסטו נישט עסן דעם קאמפלימענט? ס'איז היימיש געמאכט ביי מיר אין שטוב! כשר וישר!
***
אלזא, מיינע ידידים און גוטע פריינט. לאמיר ענדיגן דעם שערורי' זייער קלאר.
א קאמפלימענט איז שפייז פאר'ן נפש, יעדע מענטש דארף א קאמפלימענט, דער עושר פונקט ווי דער ארימאן, דער מוצלח פונקט ווי דער אנזעצער, יעדער מענטש אין יעדן יארגאנג. יעדער.
לויט רוב אנגענומענע פוסקים דארף מען נישט מאכן קיין באזונדערע ברכה אויף א קאמפלימענט, און מ'מעג עס רואיג שלינגען אן קיין שאלות וספיקות.
אזוי אויך איז אנגענומען להלכה אז א קאמפלימענט ברויך נישט קיין השגחה, און יעדער מענטש קוואליפיצירט צו טיילן קאמפלימענטן.
קומענדיגע מאל דו באקומסט א קאמפלימענט, נעם עס, שלינג עס אראפ, און באדאנק זיך פאר'ן קאמפלימענט סערווירער.
נאך איין נקודה: די אלע געזונטע חברה ווייסן צו פארציילן אז עסן קאמפלימענטן איז זייער געזונט, און ברענגט נישט קיין שלעכטע נאכפאלגן.
האלא! ביסט פיינע נייעס!
דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.
די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.