משנה אין אבות. כל הדוחק את השעהשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:31 am ר' שמעון שפיצער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה וואס מען קען ארויסנעמען פון דער סיריע קאנפליקט.
די שלאכטן זענען אנגעגאנגען פאר יארן, טויזנטער זענען אומגעקומען אויף ביידע זייטן, ציין און נעגל, אלע וועלטס מאכטן מישן אינעם טאפ, און גארנישט האט זיך געטוישט.
ווען עס איז געקומען די באשערטע צייט אז זיין מלוכה זאל זיך ענדיגן, איז געווען גענוג צוואנציג טויזנט קעמפער, אן קיין שטיצע פון קיינעם, אין אנדערטהאלבן וואך, און דער רעזשים האט זיך צוזאמגעלייגט ווי א הויפן פאפיר.
צומאל פרובירט מען צו עררייכן עפעס אין לעבן און מען פארשווענדט אלע כוחות און ענערגיע, בלוט און שווייס, און דער מענטש ווייסט גארנישט אז אלעס איז אומזיסט, ווען עס וועט קומען די באשערטע מינוט וועט עס פאסירן מיט אסאך ווייניגער כוח און צייט פארשווענדעט.
היינט צופרי, הערנדיג איבער די אנטוויקלונג אין א געוויסע פרשה בישראל, האב איך דערמאנט דערפון...
איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4057
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11241
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
יא יא, ער דערמאנט עס.אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:36 amמשנה אין אבות. כל הדוחק את השעהשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:31 am ר' שמעון שפיצער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה וואס מען קען ארויסנעמען פון דער סיריע קאנפליקט.
די שלאכטן זענען אנגעגאנגען פאר יארן, טויזנטער זענען אומגעקומען אויף ביידע זייטן, ציין און נעגל, אלע וועלטס מאכטן מישן אינעם טאפ, און גארנישט האט זיך געטוישט.
ווען עס איז געקומען די באשערטע צייט אז זיין מלוכה זאל זיך ענדיגן, איז געווען גענוג צוואנציג טויזנט קעמפער, אן קיין שטיצע פון קיינעם, אין אנדערטהאלבן וואך, און דער רעזשים האט זיך צוזאמגעלייגט ווי א הויפן פאפיר.
צומאל פרובירט מען צו עררייכן עפעס אין לעבן און מען פארשווענדט אלע כוחות און ענערגיע, בלוט און שווייס, און דער מענטש ווייסט גארנישט אז אלעס איז אומזיסט, ווען עס וועט קומען די באשערטע מינוט וועט עס פאסירן מיט אסאך ווייניגער כוח און צייט פארשווענדעט.
היינט צופרי, הערנדיג איבער די אנטוויקלונג אין א געוויסע פרשה בישראל, האב איך דערמאנט דערפון...
האסט עס געהערט?
הייליג.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
איך לייק נישט סתם אראפ אלעסנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 9:53 pmדו ווילסט פשוט מאכן זיכער אז די לייק ארבעט טאקע? נו, אז דו ביסט שוין יא אזוי געלונגען, אפשר קען די הנהלה דיך אויפנעמען פאר נאך טעקניקעליטיס דא. איינער דארף דאך זיכער מאכן אז די שמייכל לאכט טאקע אן אויפהער... ס'איז דא א געוואלד מיט טעקניקעל דיטעילס ווען עס קומט צו אויפהאלטן א סייט, אפשר זענט איר די פאסיגע קאנדידאט?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 4:23 pmלייקנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 4:17 pm @פופציגער האט געטראפן לייקס אויף סעיל, און איינגעקויפט א טראק לאוד. רבותי שרייבטס צו די זאך, אז ער לייקט יעדע פאוסט דא אויפן סייט, מאכט זיכער עס גייט נישט אין גארבידזש.
וואס איז טאקע פשט? דו האלטסט נישט אז עס איז איבערגעטריבן? יעדע גלייכט א קאלטע גלעזעל סעלצער, אבער די מקוה דארף בלייבן הייסע קאלארין, ווייסט וואס איך מיין... מען קען נישט לייקן יעדע פאוסט פון אויבן אראפ, עס פארלירט די גאנצע ווערד.
אקעי, ס'קומט א נייע קאמפיין. דער עולם דארף אנהויבן לייקן ווייניגער
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1654
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4031
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
די גאנצע סאושעל מידיע וועלט, און אלע אינטערנעט נעצן זענען פארנומען פאמפען דעם מדרש. דעריבער נעם נישט מיינע ווערטער כאילו ווי א טענה צו אייך פערזענליך, נאר איך קאמענטיר אין דזשענעראל.
קודם כל ווייס איך נישט וואס די עקסייטמענט איז בכלל. ווער עס האט אמאל געלערנט די אגרת תימן פונעם הייליגען רמב"ם האט זיך אין די מדרש שוין אנגעקלאפט. דער רמב"ם אנשטאט דאס נעמען כפשוטו שרייבט ער אויף דעם ווי פאלגענד. ואמנם סימן שער גירון וזולתו מן הדומה לו הם ענינים חלושים מאוד מהם מיחסים אל החכמים ז"ל, ואינם להם. ומהם משלים וחידות, ואין להשגיח לדבר מהם בענין הזה.
דער רמב"ם זאגט דא זייער קלאר אז אויף די מדרשים קענען מיר זיך בשום אופן נישט פארלאזן. אדער איז דאס מזויף און האט נישט קיין תורה'דיגע מקור, און אפילו אויב עס האט יא א מקור איז דאס בדרך משל וחידה. נישט כפשוטו!
ובאמת כאפ איך בכלל נישט פארוואס נירון המזרחי גייט ארויף אויף אסאד. נירון המזרחי מיינט א מענטש? און אויב יא ווער איז דער נירון המערבי וואס דער מדרש שרייבט פריער? מען זעהט עפעס ווערטער נפל, דמשק, און מען ווערט עקסיידעט? איז דאס וואס נירון המזרחי און נירון המערבי מיינען? אויב זאל מען זאגן אז דאס איז די מדרש פון וואס די רמב"ם רעדט, שרייבט דאך דער רמב"ם אז דאס איז א שער.
חוץ מזה וואס דער מדרש האט שוין בפשטות לאנג עקספייערט, ער רעדט ניטאמאל פון אונזערע צייטן. ער רעדט פון די צייטן פון אנהויב מלכות ישמעאל. מיר זענען שוין טויזענט יאר שפעטער. ער רעדט פון די הקמת מלכות ישמעאל דורך דער נביא שוטה ומשוגע, ווי אזוי פון דארט וועט קומען די גאולה פאר אידן. לויט ווי מען לערנט אפ דעם מדרש פשוט איז שוין לאנג אריבער די זמן הגאולה, און ווען יעדע ווארט דארט זאל זיין כפשוטו וואלט משיח שוין געווען דא אפאר הונדערט יאר.
אדרבה, דא האט דער עולם א לינק צו דעם מדרש, און זאל יעדער פאר זיך קוקן וואס דארט שטייט. נישט יעדע זאך וואס געשעהט מוז מען תיכף שפרינגען צו קאנקלושענס פון גאולה, און אויסטרעפן פאלטשע אדער אומאטענטישע מראה מקומות און דרשות.
בסוף דבר חזר איך נאכמאל איבער וואס איך האב שוין דא געשריבן עטליכע מאל אויפן פארום. דער הייליגער רמב"ם ענדיגט צו סוף פון זיין ספר משנה תורה בזה הלשון. ויש מן החכמים שאומרים שקודם ביאת המשיח יבא אליהו וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות ולא יאריך במדרשות האמורים בענינים אלו וכיוצא בהן ולא ישימם עיקר שאין מביאין לא לידי יראה ולא לידי אהבה וכן לא יחשב הקצין אמרו חכמים תפח רוחם של מחשבי הקצים אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר כמו שבארנו.
דער רמב"ם זאגט צוויי זאכן. איינס, אז קיינער אבער קיינער ווייסט נישט וואס עס וועט זיך אפשפילן ווען משיח וועט קומען, און ווען ער וועט קומען. קיינער! נישט קיין נביא, נישט קיין תנא, און נישט קיין אמורא! קיינער! לא ידע אדם! דאס איז סתום פאר יעדן! חז"ל רעכענען אויס יעקב אבינו, דניאל, און יונתן בן עוזיאל. אבער די אלע דריי זענען שטרענגט פארבאטן געווארן צו פארציילן סיי וואס, און דערפאר איז נישט דא קיין קבלה ביד חכמים ווי אזוי און ווען עס וועט זיין. צווייטענס זאגט דער רמב"ם אז עוסק זיין אין די ענינים לא מביא לא לידי יראה ולא לידי אהבה. עס איז א שאד די צייט צו פארברענגן אויף די זאכן! עס איז סיי ווי קיין קלארקייט נישט דא, און צום אויבערשטען ברענגט דאס נישט נענטער.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1704
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3689
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
איינער זאל שיקן @נקודות טובות תגובה פאר דרעזנער שמעלצער ביטע...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
קעי עם בי עידזען... בלויז א לינק אהער פארשטייט זיך.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 1:31 pm איינער זאל שיקן @נקודות טובות תגובה פאר דרעזנער שמעלצער ביטע...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
אפגעליפטערטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 1:31 pm איינער זאל שיקן @נקודות טובות תגובה פאר דרעזנער שמעלצער ביטע...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
צ''ק
אויב הארגעט איר איינעם און עס איז נישט דאקעמענטירט, האט גארנישט פאסירט.
אויב ראטעוועט איר א מענטש'עס לעבן און עס איז נישט דאקעמענטירט, קען מען אייך קלאגן דערפאר.
שארף אבער פארט א מציאות.
אויב הארגעט איר איינעם און עס איז נישט דאקעמענטירט, האט גארנישט פאסירט.
אויב ראטעוועט איר א מענטש'עס לעבן און עס איז נישט דאקעמענטירט, קען מען אייך קלאגן דערפאר.
שארף אבער פארט א מציאות.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
יא. זייער הייליג. יעדע שיעור איז הייליג דאס איז מער ספעציעלשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:43 am יא יא, ער דערמאנט עס.
האסט עס געהערט?
הייליג.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
פאר די אלע וואס ניצען וואטסעפפ, נעקסטע וואך זונטאג גייט לכאורה וואטסעפפ זיין דאון….
א טאג נאך ר׳ צבי מאיר׳ס עצרת
א טאג נאך ר׳ צבי מאיר׳ס עצרת
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 720
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
די עצרת העלפט שוין למפרע...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
מארגן איז די בת עין'ס יארצייט
לשובע ולא לרזון
לשובע ולא לרזון
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
ס'נישט נארמאל ווי די יארן רוקן זיך... מ'האלט שוין ביים צענטן יארצייט פונעם בת עין...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
למעשה האבן זיי עס איבערגעזאגט?א טויב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 1:47 pmאפגעליפטערטAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 1:31 pm איינער זאל שיקן @נקודות טובות תגובה פאר דרעזנער שמעלצער ביטע...
Screenshot 2024-12-11 134540.png
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 161
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 297
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
היינט איז געוועהן א גוטע טאג.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
א גוט יאר
- שינאווער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 514
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
מיינסט אוודאי צו זאגן אז היינט האסטו ב"ה זוכה געווען צו זעהן דעם באשעפער'ס גוט'ס.
יעי!
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 161
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 297
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
דו נישט?
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- שינאווער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 206
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 514
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
יא, ב"ה. דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.never say never האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 6:53 pmדו נישט?
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז...
וועלעכע טייטלבוים? די רעבישע?יעצט אויפגעכאפט פונעם נאכמיטאג דרימל? גוט מארגן גוט יאר...
נעם נישט פרעזענליך
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....