''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
באנקעט "בונים עתידתנו" פאר אנ"ש תושבי העיר
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2024-12-09 at 4.50.21 PM.jpeg (208.98 KiB) געזען געווארן 1150 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-09 at 4.53.11 PM.jpeg (249.06 KiB) געזען געווארן 1150 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
כ"ק מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר הגה"ק מפשעווארסק שליט"א
- פיילס
-
- image000001.jpg (244.71 KiB) געזען געווארן 1087 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
באזוך און בית רחל משולב מיט אן אבן הפינה פאר נאך צוויי שטאק ארויף אויף די עקזיסטירנדע בנין
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 6.13.11 AM.jpeg (217.92 KiB) געזען געווארן 920 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 6.10.05 AM.jpeg (232.98 KiB) געזען געווארן 920 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 6.13.10 AM.jpeg (313.3 KiB) געזען געווארן 920 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
ערשטע טאג באריכט
נקדמה פניו בתודה: האדמו"ר מסאטמאר ערשיינט אויף ביקור קודש אין שטאט אנטווערפן:
תלמידי וחסידי סאטמאר דרי אנטווערפען האבן היינט געהאט די זכי׳ לקבל את פני הקודש פונעם מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א, וואס וועט שענקן כמעט א גאנצע וואך, א יומא אריכתא, פאר חסידי סאטמאר אין אייראפע. היינט אין די צופרי שעות האט די פליגער פון רבי'ן און די פמליה געלאנדעט אויף דיבעלגישער באדען, אינעם בריסל לופטפעלד. ביים אראפשטייגן פונעם פליגער האבן אפגעווארט די ראשי העסקנים, וועלכער האבן צוגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צום טערמינאל וואו א גרויסן ציבור חסידים האבן מקבל געווען פני הקודש מיט טענץ און געזאנג.
פונעם לופטפעלד איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט מיט פאליציישע באגלייטונג. נאך א קורצע אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד יעקב יוסף לעפקאוויטש, ראש הקהל דק״ק סאטמאר אנטווערפען, איז די רבי געגאנגען אינעם פריוואטן מקוה וואס מהאט ספעציעל געבויט פארן רבי'ן אין די אוסטן שול דקהל מחזיקי הדת. ביים אנקומען צו תפלת שחרית אין ביהמ״ד, איז פארגעקומען א פייערליכער מעמד ״קבלת פּנים״ ברחובה של עיר אויף די יאקאב יאקאב גאס וואו די הונדערטער ילדי תינוקות של בית רבן, תושבי העיר, און אורחים נכבדים חסידים ואנשי מעשה האבן אפגעווארט מיט פרייד און געזאנג אויסגעשורהט אויף ביידע זייטן פון די גאס זייענדיג מקבל דעם נשיא אלוקים בתוכינו בבואו לחון את פני העיר.
דער רבי איז ערשינען אויף תפילת שחרית אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד, די רבי האט עולה געווען לתורה און גומל געבענטשט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים רבתי במקהלות עם רב, תלמידי וחסידי סאטמאר וכלל תושבי העיר זקנים עם נערים אין שפיץ פון די רבני ודייני העיר. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער מנהל בית רחל ד'סאטמאר הרה"ח ר' מרדכי שטויבער האט באגריסט דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס הערשט ביים ציבור ווען מען האט די זכי' מקבל זיין פני הקודש, דערנאך האט אויפגעטראטן דער דיין הקהילה הגה"צ ר' מנחם מענדל לעמבערגער. דאן האט די רבי געטרינקען לחיים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, בסיום דבריו האט די רבי ארום גערעדט בשבח הקהילה, און דערמאנט אז די קהילה איז נתייסד געווארן דורך די פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און איז געווען דאס ערשטע בית המדרש וואס די סאטמארער רבי זי"ע האט מייסד געווען אין אייראפע נאכן ביטערן חורבן, און אויפגעפאדערט פון די חסידים זיך צו פירן לויט זיינע הוראות אין אלע עניינים בדרך המסורה, צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך שלום נעמען כבני מרון.
נאכן קבלת פנים איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, און דערנאך איז די רבי אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס איבער די כשרות אין שטאט, און איבער די שווערע גזירה אויף די שחיטה וואס הויערט אויף די אנטווערפענער אידנטום. נאך מנחה אינעם אכסניא איז פארגעקומען א באשיידענעם באנקעט פאר די נגידי ופרנסי הקהילה - די לעצטע אין די סעריע קלענערע באנקעטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן די לעצטע טעג, וואו הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו האט אויפגעטראטן.
שפעטער באנאכט האט די רבי באזוכט ביי האדמו"ר מספינקא אנטווערפן, און די ספינקא רבי האט מפציר געווען ביים רבי'ן צו פארבלייבן אויף שבת אין שטאט. פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די שטאטישע ישיבה ״עץ חיים ווילרייק״ בגלילות אנטווערפען, וואו עס דינט אלס ראש הישיבה הגה״צ רבי חיים ארי׳ שפּיץ א שוואגער פונעם רבי'ן די רבי איז אנטפאנגען געווארן דורך די ראשי ומנהלי הישיבה, און איז דאן ארויף אויפן ארון קודש און איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא וואס מען לערנט דעם זמן בין כותלי הישיבה און מסיים געווען מיט דברי התעוררות. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה פאראיבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי געדאוונט מעריב ברוב עם בהיכל הישיבה, און נאך מעריב איז פארגעקומען א ענגע מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום פראכטפולן האטעל, אין א פאר-געגענט פון אנטווערפן, ווי עס איז פארקומען די מלכות׳דיגע מאורע בונים עתידתינו געווידמעט פאר חסידי סאטמאר תושבי העיר. ווי דער משב"ק הרב שמואל טייטלבוים האט עלעקטיזירט דעם ציבור מיט פאסיגע דיבורים און איבערגעגעבן די רגשי הלב פון סאטמארער חסידים אין אמעריקא וועלעכע קוקן ארויס צו זען די געטריישאפט און נאמנות פון די חסידים אין אנטווערפען וועלעכע שטעלן זיך ווי גיבורי חיל לטובת די הייליגע מוסדות. דערנאך האט

א לענגערע באריכט אין א גאלעריע פון בילדער
https://www.bechatzros.com/post/9851011
https://www.bechatzros.com/post/9851011
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
די בילד איז קובע ברכה לעצמו
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
באזוך ביי האדמו"ר זימיגראד
- פיילס
-
- IMG_5572.jpeg (250.41 KiB) געזען געווארן 674 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
''מ'קען יעצט מיטהאלטן א לייוו האקאפ פונעם גרויסארטיגן הנחת אבן הפינה און כינוס אנ''ש אייראפע''
מעמבערס אויף מערכת סאטמאר #2 פון די מעין מעניו
נישט מעמבערס אויף 845-475-0984
מעמבערס אויף מערכת סאטמאר #2 פון די מעין מעניו
נישט מעמבערס אויף 845-475-0984
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
דעיס איז פונעם טאנץ אנפאנג מעמד נאכן סיום פון זכרונפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 6:06 pm ווידיא - הנחת אבן הפינה
https://www.bechatzros.com/post/6876967
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 241
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 390
- פארבינד זיך:
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
פארוואס טוט נישט די רבי אויס די מאנטל/טילעפ ווען מ' איז אין א בנין??
פארקילט צו וואס??
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
ווען קומט די רבי אהיים?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11259
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
פארוואס גייט פשעווארסקע רבי א שטריימל?
ס'נאך אין די שבע ברכות?
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
מעמד הנחת אבן הפינה אין די בית רחל זאלן אין שטאט
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 8.59.48 PM.jpg (185.89 KiB) געזען געווארן 223 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 5.02.22 PM.jpeg (178.23 KiB) געזען געווארן 223 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-10 at 5.02.21 PM.jpeg (177.59 KiB) געזען געווארן 223 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
לחיים מיט די תלמידי ת"ת
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2024-12-11 at 6.14.42 AM.jpeg (141.18 KiB) געזען געווארן 217 מאל
-
- WhatsApp Image 2024-12-11 at 6.14.59 AM.jpeg (137.6 KiB) געזען געווארן 217 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
- פיילס
-
- lyfgRg.jpeg (254.73 KiB) געזען געווארן 201 מאל
-
- 7SR37C.jpeg (169.01 KiB) געזען געווארן 201 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לבית המדרש אבני צדק ד'סאטמאר מאנטשעסטער בבית האכסניא של כ"ק מרן רבינו שליט"א
- פיילס
-
- mrPYtR.jpeg (136.08 KiB) געזען געווארן 200 מאל
-
- pSvmQB.jpeg (169.14 KiB) געזען געווארן 200 מאל
-
- 8HYNHz.jpeg (247.04 KiB) געזען געווארן 200 מאל
Re: ''מסע הקודש פון האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן-כסלו פ"ה'' (מהרי"י)
צום באמערקן אז ווען די פשעווארסקע רבי איז אריינגעקומען האט אים רבינו שליט''א אוועקגעגעבן זיין בענקל און די פשעווארסקע רבי האט עס בשום אופן נישט געוואלט אנעמען,
נאך מערערע הפצרות האט ער עס אנגענומען און איז נאכדעם געזיצן א גאנצע צייט אויסגעדרייט צו רבינו שליט''א,