פרייטיג נאכן סעודה, זעמיר ארויסגעגאנגען פון שטוב, סיי האב איך געהאט א באטע, און אויך איז געווען א טיש פונעם קרעטשניף'ער רבי שליט"א וואס איך האב געוואלט אריינגיין אפאר מינוט.
אויפן וועג צום באטע - וואס איז גראדע א גוטע 20 מינוט פון מיין דירה - בין איך געגאנגען אויף א גאס, וואס איז געווען זייער שטיל און לייידיג, און פלוצלינג זע איך א גוי מיט די הענט אין טאש קומט מיר אקעגן, ס'האט מיר געגעבן אזא כאפ אן א ציטער, איך האב געמיינט אז דאס איז עס... למעשה איז ער אדורך ווי כאילו גארנישט.
ס'געווען א סקעם! ער האט מיר קיינמאל גארנישט געוואלט טון... (אפשר יא.... אבער עכ"פ יעצט נישט...).
דעמאלט האב איך אריינגעטראכט אין די אינצידענט, מיט אביסל מער מחשבה. איך גלייב אז גאר אסאך מענטשן האבן שוין אמאל געהאט אזא געדאנק, אז זיי האבן זיך געטראפן אין א טונקעלע שטילע גאס ביינאכט און א גוי קומט אקעגן, און עס האט זיי אנגעכאפט - קען זיין טאקע נאר א פיצי - פחד.... א ציפ אין הארץ, א קליינע מחשבה'לע אז אפשר גייט די גוי מיר עפעס טון.... (דארפסט זיך נישט שעמען מודה צו זיין, ס'ליידער, נארמאל).
לאמיר פרובירן צו פארשטיין, גייט א גוי און א איד אויפן גאס, פאר וועלכע סיבה אויף דער וועלט האט די יוד מורא פון אים? און פארוואס האט די גוי נישט מורא פון דעם יוד?
פארוואס פאר די גוי כאפט נישט אן א פחד, אז אפשר גייט מיר די יוד וויי טון? אפשר האט די יוד א ביקס אין האנט און ער גייט מיר שיסן?
פארוואס נאר פאר גוים פאלט איין צו אריינגיסן נאפט אין א ביהמ"ד און עס אנצינדן? פארוואס איז מיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו אריינגיסן געזעלין אין א קירכע און עס ארויפברענגן אין העלישע פלאמען?
די תירוץ איז ליידער זייער פשוט.
מיר זענען אין גלות!
עס קוקט אסאך מאל אויס זייער גוט, אלעס פארט אקעי, די ביזנעס, קינדער ב"ה, בקיצור, אלעס פארט על מי מנוחות. אבער ר' איד! פארגעסט נישט אז מיר זענען אין גלות!
די האסט מורא פון די גוי, ווייל ער האט דיר פיינט אין זיין בלוט! יא! אפילו עס קוקט אפשר נישט אויס אזוי, אבער ער וויל דיר פון מאפע אראפ! קען זיין ער קען עס נישט טון אויף למעשה, גרעסערע פון אים האבן שוין פרובירט... און נצח ישראל לא ישקר, אבער! ער האט דיר פיינט! ער העי"ט דיר!
אז די גייסט אויפן גאס, און עס כאפט דיר אן אפילו א קליינע ציטער פונעם גוי וואס קומט דיר אקעגן, דאס מיינט נישט אז איר לייגט פון פחדים אדער ענקזייעטי, די האסט מורא ווייל די ביסט אין גלות! און ער קען דיר טאקע וויי טון! און ליידער אזויפיל מעשיות האט מען שוין געהערט וואס א גוי האט טאקע נאכגעשריגן/געשלאגן/אראפגעווארפן די הוט/געשפיגן און איך רעד נישט פון ליידער ערגערס...
לאמיר נישט פארגעסן, מיר זענען אין גלות.
און לאמיר צוזאמען בעטן א תפילה, ולירושלים עירך ברחמים תשוב, און בקרוב זאל משיח שוין אונז אויסלייזן, בב"א!
נ.ב. היות די ארטיקל וועט גארנישט האבן מיט מיין דיע וואכעדיקע שלפים ארטיקל, האב איך עס יעצט געפאוסט, אבער אי"ה וועט מען עס אויך אריינלייגן אינעם גליון.
פרייטיג צו נאכט'ס, פנים אל פנים קעגן א קריסט!
פרייטיג צו נאכט'ס, פנים אל פנים קעגן א קריסט!
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1704
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3689
Re: פרייטיג צו נאכט'ס, פנים אל פנים קעגן א קריסט!
יא יא, ריכטיג ריכטיג. ווייל מיר זענען אין גלות.