חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 75

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

Shiurim-torah-01.png
Shiurim-torah-01.png (684.93 KiB) געזען געווארן 499 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
נאר א יוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:19 am
x 51

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאר א יוד »

וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 4:23 am אויב קומסטו אויף קאסא גראנדע קענסטו דינגן הערליכע כשר'ע ווילא'ס ביי https://arizonakosherresorts.com/,
קויפן שבת מיעלס ביי https://geshmakinarizona.com/,
קויפן אין גראסערי https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grande-AZ,
ווינטער סעזאן ווען עס איז דא אסאך וואקאציאנירן קענסטו האבן פרישטאג און לאנטש ביי https://arizonakosherresorts.com/images ... Dining.pdf

פאר מער וועגן קאסא גראנדע קהלה קענסטו באזוכן די קהילות וועבזייטל https://khalchasidimcg.com/
פיילס
CasaGrande Email (2).jpg
CasaGrande Email (2).jpg (257.23 KiB) געזען געווארן 456 מאל
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הרה"ג אב"ד ריבאטיטש שליט"א והרה"ג רבי מרדכי ווייסמאנדעל רב תבואות שור פוסטוויל אייווה בן הגה"צ אבד"ק ור"מ נייטרא שליט"א ביים משגיח זיין אויף די מקוה, און מקוה טהרה אין קאסא גראנדע אריזאנע, אזוי אויך כתבים אויף די מקווה. https://drive.google.com/drive/folders/ ... U63L_7_JjA
פיילס
IMG_20241009_210318.jpg
IMG_20241009_210318.jpg (271.94 KiB) געזען געווארן 449 מאל
IMG_20241009_210323.jpg
IMG_20241009_210323.jpg (253.14 KiB) געזען געווארן 449 מאל
IMG_20241009_210329.jpg
IMG_20241009_210329.jpg (314.19 KiB) געזען געווארן 449 מאל
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:31 am הרה"ג אב"ד ריבאטיטש שליט"א והרה"ג רבי מרדכי ווייסמאנדעל רב תבואות שור פוסטוויל אייווה בן הגה"צ אבד"ק ור"מ נייטרא שליט"א ביים משגיח זיין אויף די מקוה, און מקוה טהרה אין קאסא גראנדע אריזאנע, אזוי אויך כתבים אויף די מקווה. https://drive.google.com/drive/folders/ ... U63L_7_JjA
פיילס
Screenshot_20241202-223248~2.png
Screenshot_20241202-223248~2.png (613.25 KiB) געזען געווארן 447 מאל
מכתב על כשרות המקוה חתום.pdf
(667.15 KiB) דאונלאודעד 12 מאל
20240928214416_001(2).pdf
(93.18 KiB) דאונלאודעד 13 מאל
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

קומט איר אויף קאסא גראנדע דעם ווינטער דאן סעיווד די פייל מיט אלע זמני התפילה, און כאפט אריין א שיעור יומי.

האט איר א שאלה און איר דארפט א רב אין די געגענט, סעיווד די טעל נומער.

אינאיינוועגס קויפט איין אלעס וואס איר דארפט אין אונזער פול סטאק'ט גראסערי אינעם זעלבן בנין פון ביהמ"ד, ווי אויך איז מן טעיקאויט גלייך דארט,

פאר דירעקציעס צו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע קליקט די לינק צו גוגל מעפס וואס וועט אייך נעמען גלייך צום קאמיוניטי צענטער.
https://maps.app.goo.gl/o2iidf8uqbr5Kz357

נעמט אין אכט די אדרעסס,, די שבת'דיגע שוהל האט א אנדערע אדרעסס. ווערט נישט פארמישט.
https://maps.app.goo.gl/o2iidf8uqbr5Kz357
פיילס
winter 5785.pdf
(102.39 KiB) דאונלאודעד 10 מאל
Screenshot_20241202-235502~2.png
Screenshot_20241202-235502~2.png (342.14 KiB) געזען געווארן 417 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1221
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1636

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2024 10:27 pm Shiurim-torah-01.png
די אדרעס איז פון די שבת שיל?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 9:36 am [S
די אדרעס איז פון די שבת שיל?
[/quote]

1645 e silver reef Dr Casa Grande AZ
אויך די מקווה און מקווה טהרה איז דארט
https://maps.app.goo.gl/qagznmuPZQTWsmaNA
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 10:15 am
די אדרעס איז פון די שבת שיל?
[/quote]

1645 e silver reef Dr Casa Grande AZ
אויך די מקווה און מקווה טהרה איז דארט
https://maps.app.goo.gl/qagznmuPZQTWsmaNA
[/quote]
און די פערנומענע סעזאן וועט אויך זיין מנין שבת אין די וויילדוואוד שוהל אויף
1561 e Alba Dr Casa Grande AZ
https://maps.app.goo.gl/p3qAG5Bnc7dD31cg7
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 563

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Yankel »

איינער קען אויסקלארען ווער סאיז די רב אין קאסא גראנדע?
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

Yankel האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 10:31 am איינער קען אויסקלארען ווער סאיז די רב אין קאסא גראנדע?
הרב יהושע רובין דער ערפינדער און פיאנעיר און אינוועסטירער פון די ישוב, ער האט געעפענט קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.

ער האט זיך אהינגעצויגן פסח תש"פ אינאיינעם מיט זיין טאטע האדמו"ר מדינוב שליט"א וועלעכע איז מרא דאתרא פון קאסא גראנדע.

זיי האבן געעפענט די ביהמ"ד און תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, מקווה און גראסערי ביים קאמיוניטי צענטער https://maps.app.goo.gl/o2iidf8uqbr5Kz357 און די שבת מקווה און שבת שוהל ביי https://maps.app.goo.gl/KTNNgbUwcRZ88G1J9.

סיוון תשפ"ב האט די גאנצע עולם זיך צוזאמגענומען און כדת וכדין אויפגענומען טובי העיר. לויט די שטימען זענען אויפגענומען געווארן הרב יהושע רובין, הרב משה אברהם ברוין און הרב יצחק גרין שליט"א צו משמש זיין בכוח טובי העיר.

תשפ"ב האט האדמו"ר מדינוב און הרב יהושע רובין אהינגעברענגט הרב יחיאל שטיינמץ פון מאנסי צו פסק'ן שאלות, אבער נאך א שטיק צייט וואס זיין רביצין איז נישט געווען צופרידן צו זיין אזוי ווייט פון די קינדער, און אים געמאכט שווער דאס זיצן אין קאסא גראנדע האט עס מער נישט געקענט אזוי אנגיין און ער איז צוריקגעפארן וואוינען אין מאנסי, נאכן מילא זיצן אין ניו יורק מער פון זיין אין קאסא גראנדע. לאזענדיג א גרויסע חלל פאר די אינגעלייט וועלעכע דארפן תמידין כסדרן, איינער זאל זיי מורה זיין דרך ה' אשר ילכו בה.

אין יענע תקופה, האט א חשוב'ע אינגערמאן אין שטעטל הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א באקומען שימוש פון הרה"ג רבי יוסף ישראל אייזענבערגער דומ"ץ סקווירא און הרה"ג רבי אברהם הירש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי און נאך, און דער הרב בערגער איז געווארן אויפגענומען דורך די תושבי הישוב אלץ דומ"ץ הקהילה.

דאן, היות די טיטול רב איז געווען ליידיג און מען האט געדארפט איינער וואס זאל טראגן די אחריות פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגענהייטן אין שטאט ווי די מקווה, כשרות, עירוב, חינוך, וכו', דעמאלט האט הרב רובין מיט די גוטהייסונג פון גדולי דורינו אויפגענומען הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א צו ממלא זיין די פאזיציע.

אגב דער רב הרב בערגער איז די טאטע פונעם דומ"ץ הרב בערגער
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:17 am
וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 4:23 am אויב קומסטו אויף קאסא גראנדע קענסטו דינגן הערליכע כשר'ע ווילא'ס ביי https://arizonakosherresorts.com/,
קויפן שבת מיעלס ביי https://geshmakinarizona.com/,
קויפן אין גראסערי https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grande-AZ,
ווינטער סעזאן ווען עס איז דא אסאך וואקאציאנירן קענסטו האבן פרישטאג און לאנטש ביי https://arizonakosherresorts.com/images ... Dining.pdf

פאר מער וועגן קאסא גראנדע קהלה קענסטו באזוכן די קהילות וועבזייטל https://khalchasidimcg.com/
אסאך מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באקומען נישט ריכטיגע אינפארמאציע, דערפאר מאכט זיכער אז איר באקומט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, מאכט זיכער אז איר קאנטאקט דוקא די אפיציעלע קהילה נאמבער אדער אימעיל
5205351045 אדער אימעיל info@khalchasidimcg.com
מאכט זיכער די אימעיל ספעלינג איז אזוי ווי אויף די אפיציעלע עד פון קהל, עס זענען דא עטליכע וואס האבן א ענדליכע אימעיל אבער האבן נישט די ריכטיגע אינפארמאציע.

זיך אויפצוסיינען צו באקומען כסדר'דיגע אפדעיטס איבער די קהילה און איר וואוקס. קליקט https://rtbbuphbb.cc.rs6.net/tn.jsp?f=0 ... FDiNSLkA==
פיילס
Emailing CasaGrande Ad #1 (8.5x11).pdf
(2.46 MiB) דאונלאודעד 2 מאל
Screenshot_20241203-133135~2.png
Screenshot_20241203-133135~2.png (998.64 KiB) געזען געווארן 253 מאל
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

קומט דעם ווינטער וואקאציע קיין קאסא גראנדע אריזאנע.
פיילס
arizona ad 1(1)(1).pdf
(17.34 MiB) דאונלאודעד איין מאל
Screenshot 2024-12-03 162310.png
Screenshot 2024-12-03 162310.png (631.33 KiB) געזען געווארן 172 מאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 11:20 am
Yankel האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 10:31 am איינער קען אויסקלארען ווער סאיז די רב אין קאסא גראנדע?
הרב יהושע רובין דער ערפינדער און פיאנעיר און אינוועסטירער פון די ישוב, ער האט געעפענט קהל חסידים ד'קאסא גראנדע.

ער האט זיך אהינגעצויגן פסח תש"פ אינאיינעם מיט זיין טאטע האדמו"ר מדינוב שליט"א וועלעכע איז מרא דאתרא פון קאסא גראנדע.

זיי האבן געעפענט די ביהמ"ד און תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, מקווה און גראסערי ביים קאמיוניטי צענטער https://maps.app.goo.gl/o2iidf8uqbr5Kz357 און די שבת מקווה און שבת שוהל ביי https://maps.app.goo.gl/KTNNgbUwcRZ88G1J9.

סיוון תשפ"ב האט די גאנצע עולם זיך צוזאמגענומען און כדת וכדין אויפגענומען טובי העיר. לויט די שטימען זענען אויפגענומען געווארן הרב יהושע רובין, הרב משה אברהם ברוין און הרב יצחק גרין שליט"א צו משמש זיין בכוח טובי העיר.

תשפ"ב האבן זיין אהינגעברענגט הרב יחיאל שטיינמץ פון מאנסי צו פסק'ן שאלות, אבער נאך א שטיק צייט וואס זיין רביצין איז נישט געווען צופרידן צו זיין אזוי ווייט פון די קינדער, און אים געמאכט שווער דאס זיצן אין קאסא גראנדע האט עס מער נישט געקענט אזוי אנגיין און ער איז צוריקגעפארן וואוינען אין מאנסי, נאכן מילא זיצן אין ניו יורק מער פון זיין אין קאסא גראנדע. לאזענדיג א גרויסע חלל פאר די אינגעלייט וועלעכע דארפן תמידין כסדרן, איינער זאל זיי מורה זיין דרך ה' אשר ילכו בה.

אין יענע תקופה, האט א חשוב'ע אינגערמאן אין שטעטל הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א באקומען שימוש פון הרה"ג רבי יוסף ישראל אייזענבערגער דומ"ץ סקווירא און הרה"ג רבי אברהם הירש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי און נאך, און דער הרב בערגער איז געווארן אויפגענומען דורך די תושבי הישוב אלץ דומ"ץ הקהילה.

דאן, היות די טיטול רב איז געווען ליידיג און מען האט געדארפט איינער וואס זאל טראגן די אחריות פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגענהייטן אין שטאט ווי די מקווה, כשרות, עירוב, חינוך, וכו', דעמאלט האט הרב רובין מיט די גוטהייסונג פון גדולי דורינו אויפגענומען הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א צו ממלא זיין די פאזיציע.

אגב דער רב הרב בערגער איז די טאטע פונעם דומ"ץ הרב בערגער
פיינעלי הייב איך אן שמעקן אז קאסא גראנדא האט אן עתיד. עס שמעקט אז מען קריגט זיך שוין... גוט... עפעס וועט שוין ווערן... אבער אן קיין פייער ביטע, לאמיר האפן.
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 79

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אנעקדאט »

לעצטנס האב איך באמערקט אויף 'געסטעי' אז ס'איז ארויף צוויי הערליכע וואקאציע הייזער אין קאסע גראנדע.

קוקט אויס אז אידישקייט בליעט דארט אויף א שיינע פארנעם, אז ס'לוינט שוין פאר אידן פון ניו יארק צו אינוועסטן אין קאסע גראנדע.
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 11:48 pm קומט דעם ווינטער וואקאציע קיין קאסא גראנדע אריזאנע.
https://arizonakosherresorts.com/
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 12:09 am לעצטנס האב איך באמערקט אויף 'געסטעי' אז ס'איז ארויף צוויי הערליכע וואקאציע הייזער אין קאסע גראנדע.

קוקט אויס אז אידישקייט בליעט דארט אויף א שיינע פארנעם, אז ס'לוינט שוין פאר אידן פון ני יארק צו אינוועסטן אין קאסע גראנדע.
יאפס איך האב יעצט געפרעגט די ועד הישוב איבער די צוויי הייזער און זיי האבן געזאגט אז די 2 הייזער זענען מסודר מטעם די קהילה.

אבער דאך פליז גלייב מיך נישט. נאר פאר דו דינגסט עני דירה טוה דיר אליין א טובה און שיק א אימעיל אדער רוף די קהילה צו מאכן זיכער. אויב נישט קענסטו נאך אנקומען און זיין אויסגעשפיעלט, אז אויב דינגסטו ביי א אינוועסטיר וועלעכע האט נישט אויסגעפאלגט די תקנות הקהילה וועסטו נישט קענען איינקויפן אין גראסערי, אדער Munn און נישט ווערן אריינגעלאזט אין די שוהל'ן אדער מקווה אדער די מוסדות. מאך זיכער צו פרעגן פון קהל אליין נישט פון סתם א תושב אדער ידען. שוין געווען וואס האבן געפרעגט ביי דעם און יענעם און נישט באקומען די ריכטיגע ענטפער און זיך געטראפן אויסגעשפיעלט.

אויב קענסט איר איינעם פון די טובי העיר (הרב יהושע רובין, הרב משה אברהם ברוין אדער הרב יצחק גרין) קענסט איר זיי רופן צו פרעגן, אבער אלע אנדערע זענען נישט אייביג באהאווענט און קענען מאכן א טעות, דערפאר בעסער פארבינדט זיך גראד מיט קהל.

לתועלת העניין ברענג איך דא נאכאמאל די ער מיט קאנטאקט אינפארמאציע פון קהל
פיילס
Screenshot_20241203-133135~2.png
Screenshot_20241203-133135~2.png (998.64 KiB) געזען געווארן 141 מאל
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 79

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אנעקדאט »

אוי וויי!

איך ציטער שוין... מאכסט מיך כמעט פארגיין די אפעטיט פון אהינגיין
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בקיצור, וויאזוי הייסט די קהילה און ועד פון די וואס געהערן נישט צו די קהילה און ועד וואס @וכן נוהגין לייגט דא? עס איז געהעריג דא יעצט צוויי קהילות?
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 12:47 am בקיצור, וויאזוי הייסט די קהילה און ועד פון די וואס געהערן נישט צו די קהילה און ועד וואס @וכן נוהגין לייגט דא? עס איז געהעריג דא יעצט צוויי קהילות?
אנטשולדיגט אבער ווי קומט דא אריין נאך א קהילה?. איז דא עפעס אינטרעסאנט אין מיינען ווערטער? איך האב פארציילט דברים ותקנות כהווייתן און דאס וויל איך ווייטער ממשיך זיין צו טוהן, איך זיץ דא אויפן פלאץ און האלט מיט די וואוקס פונדערנאנט, די זעלבע האלט איך מיט די געסט וואס קומען דא וכו', און דאס וויל איך מיטטיילן מיט די לייפער, אבער באמת ביטע לאזט מיר זיך האלטן גלייך, אן שמועסן איבער זייטיגע נושאים.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:30 pm אסאך מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באקומען נישט ריכטיגע אינפארמאציע, דערפאר מאכט זיכער אז איר באקומט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, מאכט זיכער אז איר קאנטאקט דוקא די אפיציעלע קהילה נאמבער אדער אימעיל
5205351045 אדער אימעיל info@khalchasidimcg.com
מאכט זיכער די אימעיל ספעלינג איז אזוי ווי אויף די אפיציעלע עד פון קהל, עס זענען דא עטליכע וואס האבן א ענדליכע אימעיל אבער האבן נישט די ריכטיגע אינפארמאציע.
עפעס זעט דא אויס פאני. איך האב נישט קיין מושג וואס דארט גייט פאר, אבער איך פרוביר צו פארשטייען דיינע ווערטער וואס דא גייט פאר.
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אנעקדאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 12:34 am אוי וויי!

איך ציטער שוין... מאכסט מיך כמעט פארגיין די אפעטיט פון אהינגיין
און א צווייטן גיבט דוקא דאס, די אפעטיט אהערצוקומען וואקאציע
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 52

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 1:21 am
וכן נוהגין האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:30 pm אסאך מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באקומען נישט ריכטיגע אינפארמאציע, דערפאר מאכט זיכער אז איר באקומט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, מאכט זיכער אז איר קאנטאקט דוקא די אפיציעלע קהילה נאמבער אדער אימעיל
5205351045 אדער אימעיל info@khalchasidimcg.com
מאכט זיכער די אימעיל ספעלינג איז אזוי ווי אויף די אפיציעלע עד פון קהל, עס זענען דא עטליכע וואס האבן א ענדליכע אימעיל אבער האבן נישט די ריכטיגע אינפארמאציע.
עפעס זעט דא אויס פאני. איך האב נישט קיין מושג וואס דארט גייט פאר, אבער איך פרוביר צו פארשטייען דיינע ווערטער וואס דא גייט פאר.
זייער פשוט. עס זענען דא קהל חסידים אימעילס צו קהל חסידים אין לאס אנזשעלעס און טשיקאגוי און נאך סאו. .org אדער .net א.ד.ג. קומט אן צו איינע פון זיין אדער א אנדערע און נישט צו די קאסא גראנדע קהילה, אזוי אויך ווען מען קוקט אויף גוגל קהל חסידים קען מען זיך אויך צומישן מיט א צווייטער קהל חסידים.
אבער אויב מאכסטו זיכער אז דו שיקסט די אימעיל אדער טעל. נומער אזוי ווי עס שטייט אויף די עד ביזטו זיכער אז דו קומסטו אהן צו די ריכטיגע אדרעס.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך פופציגער »

קען איינער אויסקלארן? וועלכע תקנות, און וואס האט עס מיט רענטל הייזער?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1137
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3020

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

דער עולם דא כאפט נישט.

די קהילה אין קאסא גראנדא האט זיך אפיציעל ציטיילט שוין א שיינע וויילע צוריק. זינט הרב ר’ יחיאל שטיינמעטץ שליט”א האט אויפגעגעבן דאס רבנות האבן אסאך (אפילו רוב) ארגינעלע תושבים אדורכגעפירט וואלן און אויפגענומען הרב ר’ אברהם ראבינוביטש שליט"א (ער וואוינט אין בארא פארק, און קומט יעדע עטליכע וואכן, אינוואלווד אויף טריט און שריט). עס איז צוטיילט צווישן דער ארגינעלער אינוועסטאר (הרב רובין) וואס האט מיט זיך כמעט האלב איינוואוינער (א שיינע פאר אויף זיין קעסט, אייגענשטעלטע וכו’) און די אנדערע האלב תושבים וועלכע האבן אויסגעוועלט הרב ראבינאוויטש שליט”א אלץ זייער אפיציעלער רב. שפעטער האט דער ארגינעלער גרינדער הרב רובין געשיקט אויפנעמען הרב ר’ חיים שלמה בערגער פון מאנסי אלץ רב אין זיין ביהמ”ד.

יעצט די סיבות אינטער די טיילונג איז אומרעלעוואנט און באלאנגט נישט דא. לאמיר זיך האלטן צו די טריקענע פאקטן. כהאב מברר געווען גאר ערנסטע נעמען פון רבנים וואס שטיצן די צווייטע קהילה, סאיז גארנישט קיין מעשה נערות, אז עס איז אייך נוגע למעשה קען איך אייך דירעקטירן צו יענע רבנים אין אישי צו קענען פערזענליך פרעגן.

דעם גרינדערס ביהמ"ד איז אויף 913 E8th st. די גראסערי איז אויכעט זיינס.

ווייטער די תושבים’ס ניי געגרינדעטע קהילה האבן כהיום די ביהמ"ד ווי די איינוואוינער פון קאסא גראנדע דאווענען אינדערוואכן און אויף שבת, דער ביהמ"ד איז אויף 1775 N Mcdonald st עס איז אויך פארהאן דארט א מקוה אויפן פלאץ, געסט זענען מער ווי וועלקאם צו קומען אהין דאווענען, עס איז אויך מער אינעם געגנט און נישט צוויי מייל אוועק פון די אידישע געגנט ווי דער אלטער בית המדרש.

יא סאיז דא פאליטיק. ניין מקען נישט עכט רעדן דערפון. די ארטיגע תושבים וועלכע קענען נישט גיין קויפן אינעם גרינדערס גראסערי קויפן די פלייש און מילכיגס אין פיניקס. די חדר איז אויך צוטיילט, רוב קינדער זענען אין די נייע קהילה פשוט ווייל די יונגערע עלעמענט האט געגרינדעט די נייע קהילה און זיי האבן די קינדער אינדערהיים.

סאיז ריין לשם מציאות הדברים, אן אריינגיין אין איין צד’ס רעכט אדער אומרעכט. מיך פערזענליך קומט אויס אז ווי מער קהילות אלץ בעסער און יעדע קהילה האט א דין ווי נאך א שטאט ושלום על ישראל. אבער ביטע דיסריגארד דא די מיינונגען און רעכטן, סאיז פלעין לשם בירור מציאות על רגל אחת. ביטע עס נישט נעמען ווייטער. כהאב געגעבן די ראשי פרקים צו מברר זיין ביי די תושבים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט