ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 19

ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך לומד »

אין א דראמאטישע שריט האבן חסידי פאפא בכל אתר ואתר אויפגענומען די הכרזת ורצון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן בשער בת רבים און געבעטן מפרסם צו זיין ביי אלע חסידים, איבער'ן חשיבות פונעם הייליגן חסיד'ישן מלבוש "קאסקעטל" וואס איז כדאי אנצוטון פאר די יונגלעך, ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה, ובפרט האט דאס געטראגן אן אויסטערלישע חשיבות ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע.

דער רבי האט איבערגעגעבן דעת ורצון קדשו נעכטן מאנטאג ווען דער רבי איז אומגעראכטן ערשינען אינעם היכל הכולל און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש פאר די הונדערטער לומדי הכולל, איבער'ן נושא פון אנטון קאשקעטלעך, זאגנדיג אז הגם ער הייסט נישט, אין דרכי צו הייסן, אבער אויב דער בעלזער רב זי"ע האט געזאגט אז 'קאשקעטלעך' האבן א אידישן חן, מיינט עס עפעס, מ'זאל זיך רעכענען דערמיט, און כ'בעט מ'זאל עס מפרסם זיין ווייטער.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

אין וועלעכע מקומות אינדערהיים זענען קינדער געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:49 pm אין וועלעכע מקומות אינדערהיים זענען קינדער געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
אין פאפא נישט. אין אונגארן אויכעט נישט (די גרויסע יונגלעך און קליינע בחורלעך זענען געגאנגען אין אונגארן מיט דאטשיק’ס - מהאט עס גערופן אויף אונגאריש שאפקאוס). פאפא רבי אליינס אלץ יונגל איז אויכעט נישט געגאנגען אזוי.

מצד שני, כמה אויבערלענדער מנהגים פון פאפא וואס איז יא נשתכח געווארן במשך די לעצטע 40 יאר: יום כיפור קטן ערב ראש חודש, תיקון חצות אין די 3 וואכן, ועוד כמה.
די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.

פאפא איז נישט טראדיציאנאל בעלזא, סאיז א געמיש פון אונגארן מיט בעלזא. נישט אלעס פון בעלזא האט מען נאכגעטון, אפילו די רבי דער ויחי יוסף בעצמו, כמה מנהגים האט מען געטון וואס אין בעלזא טוט מען נישט.

כמה וכמה גדולי אונגארן זענען געפארן צו חסידישע רבי’ס, כולל צו די צדיקי בית בעלזא, ולא עלה על דעתם צו משנה זיין מנהגים, וכ”ש לבוש, צוליב דעם.
ודע אז עס זענען פארהאנען בילדער פון די בני משפחת הערוגת הבושם (די בני ויגד יעקב, כולל דער ויחי יוסף בעצמו אלץ בחור) מיט דאטשיק’ס.

נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2097

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך פשוט און גראד »

לומד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 10:54 am אין א דראמאטישע שריט האבן חסידי פאפא בכל אתר ואתר אויפגענומען די הכרזת ורצון קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן בשער בת רבים און געבעטן מפרסם צו זיין ביי אלע חסידים, איבער'ן חשיבות פונעם הייליגן חסיד'ישן מלבוש "קאסקעטל" וואס איז כדאי אנצוטון פאר די יונגלעך, ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה, ובפרט האט דאס געטראגן אן אויסטערלישע חשיבות ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע.

דער רבי האט איבערגעגעבן דעת ורצון קדשו נעכטן מאנטאג ווען דער רבי איז אומגעראכטן ערשינען אינעם היכל הכולל און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש פאר די הונדערטער לומדי הכולל, איבער'ן נושא פון אנטון קאשקעטלעך, זאגנדיג אז הגם ער הייסט נישט, אין דרכי צו הייסן, אבער אויב דער בעלזער רב זי"ע האט געזאגט אז 'קאשקעטלעך' האבן א אידישן חן, מיינט עס עפעס, מ'זאל זיך רעכענען דערמיט, און כ'בעט מ'זאל עס מפרסם זיין ווייטער.
NICE!!

כל הכבוד!!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:49 pm אין וועלעכע מקומות אינדערהיים זענען קינדער געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
אין פאפא נישט. אין אונגארן אויכעט נישט (די גרויסע יונגלעך און קליינע בחורלעך זענען געגאנגען אין אונגארן מיט דאטשיק’ס - מהאט עס גערופן אויף אונגאריש שאפקאוס). פאפא רבי אליינס אלץ יונגל איז אויכעט נישט געגאנגען אזוי.

מצד שני, כמה אויבערלענדער מנהגים פון פאפא וואס איז יא נשתכח געווארן במשך די לעצטע 40 יאר: יום כיפור קטן ערב ראש חודש, תיקון חצות אין די 3 וואכן, ועוד כמה.
די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.

פאפא איז נישט טראדיציאנאל בעלזא, סאיז א געמיש פון אונגארן מיט בעלזא. נישט אלעס פון בעלזא האט מען נאכגעטון, אפילו די רבי דער ויחי יוסף בעצמו, כמה מנהגים האט מען געטון וואס אין בעלזא טוט מען נישט.

כמה וכמה גדולי אונגארן זענען געפארן צו חסידישע רבי’ס, כולל צו די צדיקי בית בעלזא, ולא עלה על דעתם צו משנה זיין מנהגים, וכ”ש לבוש, צוליב דעם.
ודע אז עס זענען פארהאנען בילדער פון די בני משפחת הערוגת הבושם (די בני ויגד יעקב, כולל דער ויחי יוסף בעצמו אלץ בחור) מיט דאטשיק’ס.

נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Gyur האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן,

דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט..
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:01 pm

ראשית כל, יעדער רב/רבי מעג איינפירן וואס ער וויל, דאס איז בכלל נישט די נושא דא.

והשנית, אין באבוב פלעגט מען טאקע אזוי גיין אינדערהיים, מיט שווארצע און ווייסע זאקן וכו’.

לעניננו צו פאפא, די קאנטאקסט ארום בלייבט אבער. האסט געפרעגט וואו מען איז אזוי געגאנגען האב איך געענטפערט מה שיש בלבי, עס האט נישט מיט פאפא’ס מסורה כלל וכלל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
חכם עתיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:11 am
x 203

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך חכם עתיק »

האט פאפא רבי אמאל געהייסן זיין עולם טוישן פון א פלאטשיגע הוט צו א הויכע?
וואס איז די היסטארי איבער דעם?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:17 pm האט פאפא רבי אמאל געהייסן זיין עולם טוישן פון א פלאטשיגע הוט צו א הויכע?
וואס איז די היסטארי איבער דעם?
א פלאכע ביבער היט איז געווען אין אונגארן די טראדיציאנאלע רבנישע היט, גארנישט מיט חסידות צוטון. סאיז געווען א רבנישע מלבוש וואס דער רב און שוחט פלעגן גיין דערמיט, ניטאמאל זייערע קינדער.

די פלאכע היט איז לכאורה א תולדה פון די אמאליגע היט גערופן הייבל-ברייטל וואס איז געווען אזא ברייטע פלאכע היטל (מער ווי אזא שפיציגע בערגל אינמיטן) וואס איז געווען זייער מצוי אין די מיטל אלטער בכל גלילות אשכנז פון פוילן ביז דייטשלאנד

א מיטל-אלטער מאלעריי פאר אילוסטראציע, די היסטאריע בוכער זענען פול מיט בילדער פון אט דעם ברייטל היט
Screenshot_20241203_142712_Chrome.jpg
Screenshot_20241203_142712_Chrome.jpg (27.22 KiB) געזען געווארן 868 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמות »

חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:17 pm האט פאפא רבי אמאל געהייסן זיין עולם טוישן פון א פלאטשיגע הוט צו א הויכע?
וואס איז די היסטארי איבער דעם?
טאקע א גוטע טענה. פ"וו טוישט נישט פאפא רבי צו א הויכע אויב ברויך מען אלעס נאכמאכן בעלז.
לאידך גיסא האב איך אמאל געהערט אז פאפא רבי האט דייקא יא געוואלט זיינע מענטשן זאלן איהם נאכמאכן און אנטוהן א פלאכע ביבער היט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

וואס קאסט א קאשקעטעל?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:26 pm

די בעלזער רבי'ס זענען אייביג געגאנגען מיט א קאלפיק אינדערוואכן

@שבת קודש לגבי וויען איז עס סתם א סטייל.
קיינער האט קיינמאל נישט פארלאנגט עפעס לגבי די לבוש.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמות »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:28 pm

נניח.
זאל ער אנטוהן א קאלפיק.
אויב מען ברויך נאכמאכן די יושבים דעמאלט א הויכע...
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:30 pm @שבת קודש לגבי וויען איז עס סתם א סטייל.

ריכטיג, דער וויענער רב האט געוואלט אז אז דער וויענער עולם זאל אריינבלענדן אין כלל חסידי אנשטאט גיין צו די ליטווישע (הגם הרב לעבאוויטש זצ"ל האט לכאורה געוואלט דאס פארקערטע, ער האט געשיקט די תלמידים קיין מאנסי וכו'). קענסט עס דיבעיטן אז דו ווילסט אבער סאיז בכלל נישט די זעלבע זאך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 330

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך ירא השם »

זאל מען אנטון קאשקעטלעך אזוי ווי מ' איז געגאנגען אין אונגארן
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:28 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:26 pm
טאקע א גוטע טענה. פ"וו טוישט נישט פאפא רבי צו א הויכע אויב ברויך מען אלעס נאכמאכן בעלז.
לאידך גיסא האב איך אמאל געהערט אז פאפא רבי האט דייקא יא געוואלט זיינע מענטשן זאלן איהם נאכמאכן און אנטוהן א פלאכע ביבער היט.
די בעלזער רבי'ס זענען אייביג געגאנגען מיט א קאלפיק אינדערוואכן
נניח.
זאל ער אנטוהן א קאלפיק.
אויב מען ברויך נאכמאכן די יושבים דעמאלט א הויכע...
א הויכע היט האט נישט געהאט אין בעלזא קיין גרעסערע חשיבות ווי א פלאכע די מנהג איז פשוט געווען אין יענע מקומות א הויכע,
מהר''א מבעלזא אליין ווען ער איז געווען אין אונגארן פלעגט ער דעמאלטס אנטאן א פלאכע ער האט געזאגט אז ער האט דאס ליב ווייל ס'קוקט אויס ווי א האלבע שטריימעל
משא''כ א קאשקעטעל האט יא געהאט א חשיבות
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

ירא השם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:42 pm זאל מען אנטון קאשקעטלעך אזוי ווי מ' איז געגאנגען אין אונגארן
נו... ידוע אז ביי די ארבעטס מנינים איז עס אדער א דאטשיקס אדער הויל. א געביידע היט (הויכע פלאכע, שטאפן, קראך) איז פיין און וואויל פארן לאקאלן ביהמ"ד על המנוחה ועל הנחלה.

אבער אז מהאט נישט קיין פארטעבל היט (יהיה איזה שיהיה) קומט אויס כמה פעמים צו דאווענען הויל.

נייע טעמע אלערט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:26 pm
חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:17 pm האט פאפא רבי אמאל געהייסן זיין עולם טוישן פון א פלאטשיגע הוט צו א הויכע?
וואס איז די היסטארי איבער דעם?
טאקע א גוטע טענה. פ"וו טוישט נישט פאפא רבי צו א הויכע אויב ברויך מען אלעס נאכמאכן בעלז.
לאידך גיסא האב איך אמאל געהערט אז פאפא רבי האט דייקא יא געוואלט זיינע מענטשן זאלן איהם נאכמאכן און אנטוהן א פלאכע ביבער היט.
אין קלויזענבערג איז דאך אויך אזוי אז די רבי גייט מיט א פלאכע די ציבור מיט א הויכע
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך כלל ישראל »

שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:30 pm @שבת קודש לגבי וויען איז עס סתם א סטייל.
קיינער האט קיינמאל נישט פארלאנגט עפעס לגבי די לבוש.
סהאט גארנישט מיט סטייל איינגעשטויסן פשוט זייער אסאך אונגארישע קהילות זענען פארחסידישט געווארן ווי למשל ערלוי דושינסקיא חוג חתם סופר וויען...

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך כלל ישראל »

איך האפ אז דעיס וועט זיך איינגעבן ביים עולם און דערנאך וועט עס אנהייבן ארויפארן צו די בחורים אזויווי מען האט געטוהן אין בני ברק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6556

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך פופציגער »

דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט...

אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3251

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:36 pm דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט...

אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.
דער פאפא’ער רבי כמובן מעג טאקע איינפירן וואס ער וויל. די מסורה אבער קען מען נישט איבערשרייבן, פאקטן בלייבן פאקטן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4012

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:36 pm דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט...

אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.
@מסתמא כאפט קאלטס און ווארעמס יעדע שטיק צייט פאר זיין אופן פון שרייבן. עס איז צייט דער עולם זאל קענען לערנען @מסתמא'ס פערסאנעלעטי און שפראך.

א טיפיקעל דוגמא פון א @נקודות טובות פאוסט.
איך הער, איך פארשטיי, אבער איך דיסאגרי. ווען דו זאגסט מיר ווען אז עס איז נארמאל וואלט איך דיר פארשטאנען, אבער צוויי הונדערט מאכט כמדומה נישט קיין סענס.

און יעצט א @פופציגער פאוסט.
איך הער איך הער, ווארט מיר ביים קארנער און טרעף א גארבידזש טראק און כאפ א היטש מיט אים ביז יובל. פריטלעך וועסטו פארקויפן פאר א צווייטן און א קוטשמע וועל איך אנטוהן... והמיכן יכין ובועז בשם נקראים.

משא"כ @מסתמא גייט עס אזוי.
איך הער. נישט וואר. אין אויבערלאנד האט מען נישט געוויסט דערפון. כ'זיך נאך דעם איד ביז היינט! דעפינעטלי! הונדערט! יעצט זאל ער מיר נישט זאגן אז ער גייט וויזויהייסטעסנאר...

דער שרייבט ווי א ראשון, מיט די בקיאות פון אן אחרון, און חריפות פון א חסידישער רבי. זיינע פאוסטס ליינט מען נישט מיט די גלעזער, דאס דארף כובד ראש. נו איז דאך פשוט אז ווען איינער שרייבט היסטאריע מיט א האר אנדערש ווי עס איז אים אויסגעקומען וועט ווערן שארף איבערגעפארן. וכן נמי אין פאליטיק וכו' וכו'. ער לייגט אראפ זיין מיינונג אלץ כתוב וחתום. אבער זארג נישט, ער טרייט נאר צו פראוון זיין פוינט. פאר זיך איז ער א הארץ פון פיטער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6556

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 4:12 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:36 pm דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט...

אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.
@מסתמא כאפט קאלטס און ווארעמס יעדע שטיק צייט פאר זיין אופן פון שרייבן. עס איז צייט דער עולם זאל קענען לערנען @מסתמא'ס פערסאנעלעטי און שפראך.

א טיפיקעל דוגמא פון א @נקודות טובות פאוסט.
איך הער, איך פארשטיי, אבער איך דיסאגרי. ווען דו זאגסט מיר ווען אז עס איז נארמאל וואלט איך דיר פארשטאנען, אבער צוויי הונדערט מאכט כמדומה נישט קיין סענס.

און יעצט א @פופציגער פאוסט.
איך הער איך הער, ווארט מיר ביים קארנער און טרעף א גארבידזש טראק און כאפ א היטש מיט אים ביז יובל. פריטלעך וועסטו פארקויפן פאר א צווייטן און א קוטשמע וועל איך אנטוהן... והמיכן יכין ובועז בשם נקראים.

משא"כ @מסתמא גייט עס אזוי.
איך הער. נישט וואר. אין אויבערלאנד האט מען נישט געוויסט דערפון. כ'זיך נאך דעם איד ביז היינט! דעפינעטלי! הונדערט! יעצט זאל ער מיר נישט זאגן אז ער גייט וויזויהייסטעסנאר...

דער שרייבט ווי א ראשון, מיט די בקיאות פון אן אחרון, און חריפות פון א חסידישער רבי. זיינע פאוסטס ליינט מען נישט מיט די גלעזער, דאס דארף כובד ראש. נו איז דאך פשוט אז ווען איינער שרייבט היסטאריע מיט א האר אנדערש ווי עס איז אים אויסגעקומען וועט ווערן שארף איבערגעפארן. וכן נמי אין פאליטיק וכו' וכו'. ער לייגט אראפ זיין מיינונג אלץ כתוב וחתום. אבער זארג נישט, ער טרייט נאר צו פראוון זיין פוינט. פאר זיך איז ער א הארץ פון פיטער.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אגב, מסתמא איז אן עכטע מענטש???
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמות »

כלל ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 3:31 pm
שמות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:30 pm @שבת קודש לגבי וויען איז עס סתם א סטייל.
קיינער האט קיינמאל נישט פארלאנגט עפעס לגבי די לבוש.
סהאט גארנישט מיט סטייל איינגעשטויסן פשוט זייער אסאך אונגארישע קהילות זענען פארחסידישט געווארן ווי למשל ערלוי דושינסקיא חוג חתם סופר וויען...
אגען.
קיינער האט עס נישט פארלאנגט, נישט די רב ז"ל
און נישט די היינטיגע רב שליט"א.
דער עולם טוט וואס סאיז באקוועם און פיט אריין.
ובלע"ז סטייל.
פארחסידיש געווארן? אויב ברענטשעס מיט לבוש מיינט חסידות דעמאלט קען זיין איר זענט גערעכט, ווארום וואזשע איז עס אנדערש ווי אלע אנדערע...
שרייב פאוסט