וואקאציע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: פלארידע וואקאציע

פאוסט דורך וואוילער »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm
@וואוילער איך ריפליי אויף דעם פאוסט כדי נישט צו דארפן מיטנעמען די בילדער וואס זענען זייער העווי (עס העלפט גראדע שטארק אז מען קען זעהן די בילדער היי רעזעלושען - יישר כח).
כ'האב עס געלייגט אויף גוגל דרייוו, און פשוט געלייגט די לינק, און אידטיש טעכנאלאגיע האט געמאכט די איבעריגע ארבעט.
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm דאס איז א זאך וואס ווייניג מענטשן כאפן אז אמת טאקע אריזאנע האט פון די הייסטע וועטער'ס אין אמעריקע, האט עס אויך זייער קאלטע פלעצער און גרויסע שנייען (אין פלעגסטעף איז דא ריזיגע סקיעינג פלעצער).
דארט אין געגנט איז אויך דא עפעס, נישט Mount Lemmon?
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm
האט דער באטעניקל גארטן געקאסט געלט אריינצוגיין? וואלט איר רעקאמענדירט אהינצוגיין?
עס האט געקאסט קרוב צו $30 א מענטש.
ווען כ'ווייס די פרייז וואלט'ך מן הסתם נישט אהין געפארן, נאר ווייל כ'בין שוין דארט געוועהן בינעך אריין.
אזא גארטן קען זיין הערליך, אבער היות די אלע ביימער און גראז זענען ממש ווי צווילינג, און ס'נאר דא עטליכע אינטערעסאנטע זאכן, איז עס נישט עכט ווערט די פרייז.
ס'איז אויך געוועהן פיל מיט נישט אידישע.
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm און צום שלוס, פון די בילדער זעה איך אז איר זענט דא געווען ממש יעצט, נעקסט טיים קענסטו צוקומען געבן/ברענגען א גריס...
יא, די בילדער זענען פון פאריגע וואך זונטאג.
דו וואוינטסט דארט? מיט דיר האב'ך געשמועסט?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 232

Re: פלארידע וואקאציע

פאוסט דורך פלעשלייט »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:28 am
פלעשלייט האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 11:45 pm
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:30 pm אקעי, ס'ווערט שוין די שקיעה, מ'גייט כאפן א מנחה.
ווי אין פלארידע איז דאס?
דעס איז אין אריזאנא, אינעם זעלבן טאג ווי די אנדערע בילדער.
כ'האב אליינס נישט געגלייבט וואס כ'זעה, ממש ווי א געמאלן בילד!
וואס לייגסט עס אין א פלארידע אשכול?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: פלארידע וואקאציע

פאוסט דורך וואוילער »

פלעשלייט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:39 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:28 am
פלעשלייט האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 11:45 pm

ווי אין פלארידע איז דאס?
דעס איז אין אריזאנא, אינעם זעלבן טאג ווי די אנדערע בילדער.
כ'האב אליינס נישט געגלייבט וואס כ'זעה, ממש ווי א געמאלן בילד!
וואס לייגסט עס אין א פלארידע אשכול?
די טעמעס זענען געווארן צוזאם געשמאלצן, אלעס ארום וואקאציע.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: אריזאנע וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:36 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm
@וואוילער איך ריפליי אויף דעם פאוסט כדי נישט צו דארפן מיטנעמען די בילדער וואס זענען זייער העווי (עס העלפט גראדע שטארק אז מען קען זעהן די בילדער היי רעזעלושען - יישר כח).
כ'האב עס געלייגט אויף גוגל דרייוו, און פשוט געלייגט די לינק, און אידטיש טעכנאלאגיע האט געמאכט די איבעריגע ארבעט.
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm דאס איז א זאך וואס ווייניג מענטשן כאפן אז אמת טאקע אריזאנע האט פון די הייסטע וועטער'ס אין אמעריקע, האט עס אויך זייער קאלטע פלעצער און גרויסע שנייען (אין פלעגסטעף איז דא ריזיגע סקיעינג פלעצער).
דארט אין געגנט איז אויך דא עפעס, נישט Mount Lemmon?
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm
האט דער באטעניקל גארטן געקאסט געלט אריינצוגיין? וואלט איר רעקאמענדירט אהינצוגיין?
עס האט געקאסט קרוב צו $30 א מענטש.
ווען כ'ווייס די פרייז וואלט'ך מן הסתם נישט אהין געפארן, נאר ווייל כ'בין שוין דארט געוועהן בינעך אריין.
אזא גארטן קען זיין הערליך, אבער היות די אלע ביימער און גראז זענען ממש ווי צווילינג, און ס'נאר דא עטליכע אינטערעסאנטע זאכן, איז עס נישט עכט ווערט די פרייז.
ס'איז אויך געוועהן פיל מיט נישט אידישע.
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm און צום שלוס, פון די בילדער זעה איך אז איר זענט דא געווען ממש יעצט, נעקסט טיים קענסטו צוקומען געבן/ברענגען א גריס...
יא, די בילדער זענען פון פאריגע וואך זונטאג.
דו וואוינטסט דארט? מיט דיר האב'ך געשמועסט?
יישר כח פאר די אינפארמאציע איבער דער באטעניקל גארטן.

יא אויף מאונט לעמאן איז אויך דא א סקי ריזארט, איך ווייס אבער נישט וויפיל צייט אין יאר עס האט שניי און ווי הויעך די שניי ווערט דארט (אין פלעגסטעף האב איך שוין געזעהן שניי אויבן אויפן בארג - ווען איך בין אריבערגעפארן נישט עקטשולי געווען אויבן - אין ל"ג בעומר צייט פון יאר).

יא אונז וואוין מיר דא אין קאסא גראנדע אריזאנע, (ווי עס שטייט ביים לאקאציע), קען זיין האסט גערעדט מיט מיר איך ווייס אבער נישט ווער איז זענט און אין די צייטן רעדן מיר ב"ה מיט צענדליגע אידן פון אלע סארטן וואס קומען אהער וויילן אין די ווארעמע וועטערס.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 363

Re: פלארידע וואקאציע

פאוסט דורך וואסאפשט »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:34 pm האמיר געהאט דארט הרה״צ אליעזר האגער שליט״א מ'וויזניץ ירושלים, ער האט געהאלטן פריש דעם עולם.
שוין געווען דארט ווען איך בין געווען
אזוי אויך ר' חיים שלמה בערגער פון מאמענט
און @אלע צוזאמען לכאו' האמיר זיך אויך צוזאמגעטראפן
;) ;)
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: וואקאציע

פאוסט דורך וואוילער »

ר' חיים שלמה בערגער וועט זיך אפשר אהין ציען, זיין זוהן וואוינט שוין דארט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 128

Re: פלארידע וואקאציע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 6:14 pm
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:35 pm @הנהלה
קען מען ביטע צוטיילן די טעמע עקסטער פאר פלארידע און פאר אריזאנא?
@וואוילער איך ריפליי אויף דעם פאוסט כדי נישט צו דארפן מיטנעמען די בילדער וואס זענען זייער העווי (עס העלפט גראדע שטארק אז מען קען זעהן די בילדער היי רעזעלושען - יישר כח).

די בערג מיט שניי ווענדט זיך וויפיל פאר פיניקס איר האט עס געזעהן, אויב איז עס געווען ממש בעפאר איז עס לכאורה געווען די בערג ארום פלעגסטעף ווי עס פאלט אסאך שניי (עס הייסט די ווייט מאונטעין'ס פון אריזאנע, נישט זיך צו פארמישן מיט די ווייט מאונטעין'ס פון ניו העמפשיר וואס הייסט לכאורה אזוי פאר די זעלבע סיבה), און דאס איז א זאך וואס ווייניג מענטשן כאפן אז אמת טאקע אריזאנע האט פון די הייסטע וועטער'ס אין אמעריקע, האט עס אויך זייער קאלטע פלעצער און גרויסע שנייען (אין פלעגסטעף איז דא ריזיגע סקיעינג פלעצער).
אויב איז עס געווען אסאך פריער דאן איז עס געווען די ראקי מאונטעין'ס אין קאלאראדא אדער ערגעץ אין יענע געגנט.

האט דער באטעניקל גארטן געקאסט געלט אריינצוגיין? וואלט איר רעקאמענדירט אהינצוגיין?

דער "באקאנטער מדבר בוים" דער קעקטעס, וואקסט גראדע נאר דאהי אין אריזאנע (אביסל אויך אין די אנדערע שטאטן וואס נעמען אריין דער סאנארען דעזערט), הגם עס איז דער מערסט באוויסטע מדבר בוים אין דער וועלט.

און צום שלוס, פון די בילדער זעה איך אז איר זענט דא געווען ממש יעצט, נעקסט טיים קענסטו צוקומען געבן/ברענגען א גריס...
די קעקטוס ביימער וואקסן נאך פלעצער למשל
https://www.google.com/search?client=ms ... ve&ssui=on
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 128

Re: וואקאציע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:09 pm ר' חיים שלמה בערגער וועט זיך אפשר אהין ציען, זיין זוהן וואוינט שוין דארט.
וואוינט שוין דארט איבער א יאהר, זיין זוהו איז דיין ד'קהל חסידים און ער איז רב הקהילה
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: וואקאציע

פאוסט דורך מסתמא »

נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:48 am
ירחמיאל מאניש האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:07 am
יא יא האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 4:45 pm

פענסילוועניא?
וואס איז דארט דא?
האסט עפעס מער אינפא?
אין פענסילוועניא איז דא די פאקענאס.
די פאוקענאוס איז א ברכה לבטלה, עס קומט נישט צו די קעטסקילס, סתם א וועיסט אוו טיים
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: פלארידא וואקאציע

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:18 pm מיין עקספיריעס איז פארט-לארעדעיל, גראדע ווייניגער אידיש אבער האט וואס מ'דארף.
כ'האב דעמאלטס באזוכט נארט מיאמי, און דארט וואלט לכאורה געוועהן מיין נעקסטע וואקאציע.
גא”מ, פארט לארעדערדעיל איט איז.

יאר א’ בינעך געווען אין מיאמי ביעטש, א נערוועזע סיטי, גארנישט פארקינג וכו’ וכו’. יאר ב’ בינעך געווען אין פארט לארדערדעיל און דאס האט עס ביי פאר.

עס האט אן עלטערער מער צניעות’דיגע עלעמענט, רואיגער, ווייניגער סיטי, סאיז מער דא וואו צו פארקן, א הערליכע חב”ד ביהמ”ד און 5 שטערן מקוה

מיין פערזענליכע עקספיריענס
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: פלארידא וואקאציע

פאוסט דורך מסתמא »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:18 pm
וואס איז מיט פאלם ספרינגס?
מיינסט א ודאי קאליפארניע בכלליות. פון מיינע סאמע שענסטע מקומות אויפן כדור וואס כהאב דערווייל געזעהן

דערווייל האלט עס ביי, ניו העמפשיר, קאליפארניע, יעלאוסטאון.

אלענספאלס, נעם אפיר די מאפע און פינטל עס • : כזה, אזויווי א זייטיגע סגול, בערך.

- צו רעכטס אינמיטן, איז פאלם ספרינגס (סאיז עטליכע ווילידזשעס, סאיז אלעס איינס, לדוגמה רענטשאו מיראדזש וואו איך בין געווען).
- צו לינקס אויבן, איז לאסס אנדזשעלעס (און די דערנעבענדע מאליבו).
- צו לינקס אינטן, איז סאן דיעגאו.

אילו פינו מלא שירה וואלט איך געשריבן, כדארף מיך מצמצם זיין. עכ”פ על רגל אחת, כהאב משלש געווען די נסיעה אין 3. געלאנדעט קודם אין לאסס אנדזשעלעס און פארברענגט דארטן און ארום, נאכהער זענען מיר געגאנגען קיין סאן דיעגאו, נאכהער קיין פאלם ספרינגס. יעדעס פלאץ האט אנלימיטעט אטראקציעס און וואונדערס.

אפאר הויעכפונקטן
- די ווילדע סי לייענס אין סאן דיעגאו (ווילידזש בשם לא-הויע קרי, לא-דזשולא כתיב) ביים בארטן.
- די סי וואורלד אקוועריום און סאן דיעגאו זו אין סאן דיעגאו
- די טרעמוועי ארויף די ריזן בארג אין פאלם ספרינגס
- מדבר utv/atv דרייוו אין פאלם ספרינגס
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מען גרייט זיך פאר די אנהויב פונעם וואקאציע סעזאן אין אריזאנע, וועלמיר פרובירן ארויסצולייגן אין די קומענדיגע טעג נוצבארע אינפארמאציע פאר אידן וואס האפן בעז"ה צו קומען באזוכן קיין אריזאנע אין די קומענדיגע חדשים.

צוערשט וועלן מיר אנהויבן מיט א מפתח כללי אויף די מניני התפילה איבער פיניקס, סקאטסדעיל, קאסא גראנדע און טוסאן, און אין די קומענדיגע טעג וועלן מיר בעז"ה ארויפלייגן נאך נוצבארע אינפארמאציע.

ווען מיר וועלן זיין פארטיג מיט די מפתחות וועט מען אי"ה צוריקגיין צו ארויסלייגן קורצע באשרייבונגען אויף אטראקציעס ארום די געגנטער ווי דער עולם באזוכט געווענדליך, פאריגע יאר האבן מיר געלייגט עטליכע פלעצער ארום קאסא גראנדע, דאס יאר וועט מען פרובירט צו פאקוסן אויף פלעצער נענטער צו טוסאן און אפשר אויך אביסל ארום סקאטסדעיל.

(א ספעציעלע שכח פאר ר' נפתלי פון EZAZ היימישע טרעוול וואס האט מיר צוגעשטעלט א חלק פון די אינפארמאציע, פאר א געשמאקע וואקאציע קענט איר זיך אלץ פארבינדן מיט אים אויף 928-985-1046).

ווי אלעמאל, איך וועל מיר פרייען אייך צו העלפן אין אישי.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מפתח מניני התפילה איבער די היימישע געגנטער אין אריזאנע - חורף תשפ"ה.

פיניקס:

אין פיניקס איז דא עטליכע היימישע מנינים צו דאווענען, צוערשט איז דא דער בית המדרש אור התורה אויף 6741 N 7st Phoenix AZ 85014, דער רב אין ביהמ"ד איז הרב רויזמאן שליט"א (א געשמאקע סעמי חסידישע רב, זיך לעצטנס אפילו אנגעטוהן א שטריימל אויף שבת).

עס זענען דא עטליכע מנינים שחרית - 6:30AM, 7:00AM און 8:00AM.
מנחה/מעריב - 15 מינוט בעפארן שקיעה
נאך א שפעטע מנין מעריב איז דא אום 9:00PM.

(איך האב נישט די זמנים פון שבת קודש, אבער איך ווייס אז עס איז אויך דא א חסידישע מנין, איך מיין עס איז ארום 9:00AM).

נאך א מנין איז דא אין פיניקס אין דער ישיבה גדולה ד'אריזאנע, בראשות הרב געטס שליט"א, דער ישיבה געפונט זיך אויף 7045 N 12st Phoenix AZ 85020
שחרית - 7:30AM
פריע מנין מנחה - 1:40PM

סקאטסדעיל:

ביהמ"ד אהבת תורה אין סקאטסדעיל, דער רב אין ביהמ"ד איז הרב שושן שליט"א, דער ביהמ"ד געפונט זיך אויף 13402 N Scottsdale Rd 140 - 150, Scottsdale, AZ 85254

זמני התפילות:
שחרית - 6:30AM, 7:30AM (און די צייטן ווען עס איז דא אסאך געסט מאכט מען אויך א מנין 9:00AM, מאכט זיכער צו מברר זיין דארט איבער דעם מנין).
מנחה/מעריב - 20 מינוט בעפארן שקיעה.
נאך א שפעטע מנין מעריב איז דא אום 9:00PM.

(אין סקאטסדעיל איז אויך דא א חסידישע מנין אויף שבת ביים ביהמ"ד פון ר' משה לאובעל הי"ו, איך בין נישט זיכער אויב זיי האבן מנין יעדע וואך, אויב איז עס נוגע פאר איינעם וועל איך פרובירן צו מברר זיין).

קאסא גראנדע:

קאסא גראנדע פארמאגט כהיום צוויי מנינים אינדערוואכן און אויף שבת, און אין די שטארק פארנומענע חדשים קען אויך זיין א דריטע מנין אויף שבת קודש.

קודם איז פארהאן דער בית המדרש קהל חסידים אויף 913 E8th St, וואס געפונט זיך גלייך נעבן דער גראסערי, אין דעם בית המדרש דאווענט מען נאר אין די וואכן טעג, פאלגענד זענען די זמני התפילה פאר די קומענדיגע ווינטער.

זמנים 913 E8.png
זמנים 913 E8.png (342.14 KiB) געזען געווארן 190 מאל

נאכדעם איז דא דער בית המדרש קהל חסידים פון תושבי קאסא גראנדע אויף 1775 N Mcdonald st, אין דעם בית המדרש דאווענט מען סיי אינדערוואכן און סיי שבת קודש און עס פארמאגט אויך א שטיקל מקוה דערנעבן, פאלגענד זענען די זמני התפילה אין די וואכן טעג פאר די קומענדיגע ווינטער, (מען דאווענט שחרית פרי צו קענען אנהויבן חדר און סקול אויף א נארמאלע צייט און היות רוב תושבים דארפן גיין צו דער ארבעט אין צייט, עס קען ארבעטן פאר געסט וואס ווילן ארויספארן אויף לענגערע וועגן, א שטייגער ווי דער גרענד קעניאן, און אזוי אויך איז דער בית המדרש אינעם געגנט ווי דער עולם וואקאציענירט וואס מאכט עס גרינגער פאר אידן וואס קומען אן קיין קאר וכדומה).

weekday-01.png
weekday-01.png (94.37 KiB) געזען געווארן 190 מאל
אויף שבת איז אויך דא בית המדרש צמח דויד דינוב אויף 1645 E Silver reef, ווי מען דאוונט נאר אויף שבת קודש, און דארט איז אויך דער אפיציעלע מקוה (וואס איז אפן א גאנצע וואך), און אין די שטארקע וואקאציע סעזאן איז אויך דא אסאך מאל מנין אינעם ביהמ"ד אין די וויילוואוד געגנט.

טוסאן:

רוב אידן וואס קומען קיין טוסאן גייען געווענדליך צו די באוואוסטע 'בראונער'ס ריזארט', בראונער'ס האט א געשמאקע בית המדרש מיט טעגליכע מנינים אין די צייטן ווען זיי זענען אפן (צווישן חנוכה און פורים), איך האב נישט געקענט טרעפן זייער זמנים אבער איך האף דאס ארויפצולייגן ווען זיי עפענען דעם ביהמ"ד און עס ווערט מפורסם.

אין טוסאן איז אויך דא דער ביהמ"ד חפץ חיים וואס פלעגט האבן טעגליכע מנינים און אסאך היימישע אידן פלעגן אהינגיין דאווענען, לדאבון לב כל ישראל האט דער ביהמ"ד פארשלאסן אירע טויערן פאריגע יאר און עס איז בכלל נישט דא קיין מנינים דארט.

אויך איז דא א חב"ד בית המדרש אין טוסאן (עס איז דא עטליכע, איך רעד אין די געגנט ווי דער עולם גייט), אנגעפירט דורכן שליח הרב שם טוב, זיי האבן נישט אלעמאל מנין, און ווען יא איז עס זייער זייער אויסגעמישט (אנדערש ווי אנדערע חב"ד שולן ווי היימישע אידן גייען, לכאורה צוליב וואס עס איז א יאנג איזרעאל ביהמ"ד, עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען פון אידן וואס האבן געדאוונט דארט).
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מפתח מקואות איבער די היימישע געגנטער אין אריזאנע - חורף תשפ"ה.

פיניקס:

די אפיציעלע מקוה (און מקוה טהרה) אין פיניקס געפונט זיך אויף 840 E Maryland Ave, זיי זענען אפן רוב טאג (זיבן טאג א וואך), מען קען באקומען א זיבן טאגיגע קארטל אויף זייער וועבסייט.

סקאטסדעיל:

ביים בית המדרש אהבת תורה אין סקאטסדעיל (אדרעסס געברענגט אויבן) איז דא א געשמאקע מקוה (און מקוה טהרה), דארף צו זיין אפן כמעט א גאנצן טאג, איך בין כמעט זיכער אז עס עפענט זיך ארום 5:30AM.

קאסא גראנדע:

קאסא גראנדע האט צוויי מקואות, איין געהעריג געבויעטע מקוה אין חצר פון ביהמ"ד דינוב וואס איז אויך אפן דורכאויס דער וואך (דער ביהמ"ד איז נאר אפן אויף שבת), אזוי אויך איז דא א געשמאקע מקוה אין חצר פון ביהמ"ד קהל חסידים פון תושבי קאסא גראנדע, די אדרעסן פון ביידע שולן האב איך געברענגט אויבן.

טוסאן:

בראונער'ס ישוב האט א געשמאקע מקוה (און מקוה טהרה) וואס איז אפן די גאנצע צייט וואס די רעזארט איז אפן, בדרך כלל צווישן חנוכה און פורים, איך בין נישט זיכער די זמנים וואס די מקוה איז אפן.

פאלגענד זענען די פרייזן וואס זיי האבן געהאט פאריגע יאר, איך קען נישט זאגן זיכער אז זיי טוישן עס נישט יערליך, $18 א וואך, $60 פיר וואכן, $6 ערב שבת.

(אין ביהמ"ד חפץ חיים איז אויך געווען א מקוה אבער ווי געזאגט איז דער גאנצער בנין פארמאכט כהיום).
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מפתח כשר'ע גראסערי'ס/רעסטאראנטן איבער די היימישע געגנטער אין אריזאנע - חורף תשפ"ה.

איך וועל פרובירן צו שרייבן אלע פלעצער וואס איך געדענק, אבער עס וועט זיכער נישט זיין א דבר המושלם נאר עס זענען דא אסאך מער ווי וואס איך שרייב, אזוי אויך וועל איך פרובירן צו פונאנדערשיידן צווישן גראסערי'ס, בוטשער'ס און רעסטעראנטן, לאמיר האפן כ'וועל מצליח זיין.

לגבי די פארלעסליכקייט פון די הכשרים קען איך עכט נישט אריינרעדן, איך וועל פרובירן צו שרייבן ווי איך ווייס די מצב אביסל מער, אבער איר זאלט ביטע אנפרעגן אייער לאקאלע רב (אדער איינער וואס קען זיך בעסער אויס ווי מיר) לגבי עסן אין סיי וועלכע פון די רעסטעראנטן, פיניקס וועד אדער חב"ד זענען די הכשרים וואס רוב רעסטעראנטן האבן, אבער די מצב איז אנדערש אין יעדע פלאץ, און עס מיינט נישט אז ווייל מען קען עסן אין איין פלאץ קען מען אויך עסן אין די צווייטע.

פיניקס:

גראסערי'ס/פלייש:

אימפעריעל קאשער, פארמאגט רוב היימישע כשר'ע פראדוקטן אזוי אויך געוויסע פלייש פון היימישע הכשרים, זיי זענען בדרך כלל 'זייער' טייער אויף א גרויס חלק פראדוקטן, נענטער צו די פרייזן וואס מען זעהט געווענדליך פלארידע .

קעניאן גלאט, א היימישע בוטשער אונטער די השגחה פון די פיניקס וועד און וועד הכשרות קאסא גראנדע וואס איז כהיום אונטער הרב חיים שלמה בערגער, דער בוטשער פארמאגט אויך א פולע ליין פון גראסערי פראדוקטן, מער ווייניגער אלץ וואס מען קען דארפן, זיכער אויף ווען מ'פארט אויף וואקאציע.

שאפ ענד סעיוו, א היימישע בוטשער פון ר' משה פריעד 845-274-1618, (א חסידישע יונגערמאן אין פיניקס), אונטער די השגחה פון די פיניקס וועד, מען קען דארט באקומען רוב פלייש פראדוקטן אין די ארגינעלע פעקעדזשינג פון אלע היימישע השגחות אין ניו יארק און עס איז רעקאמענדירט צו טאקע נאר קויפן וואס מ'זעהט אין די ארגינעלע פעקעדזשינג.

רעסטעראנטן:

לא בעלא, א מיליכיגע רעסטעראנט אין די היימישע געגנט אין פיניקס, דער רעסטעראנט איז אונטער די פיניקס וועד, אבער עס הייסט איינער פון די מער פארלעסליכע פלעצער, אלע פראדוקטן זענען חלב ישראל און פת ישראל.

עס זענען דא אין פיניקס נאך עטליכע רעסטעראנטן, איך בין אבער קיינמאל נישט דארט געווען במילא וועל איך דאס בלויז שנעל דערמאנען, מאנהעטן פיצא - אונטער די השגחה פון חב"ד, זיי זאגן אז עס איז אלעס חלב ישראל, מידעטרעניען גריל - איך האב נישט קיין אנונג ווער די בעל מכשיר איז, סמעש גריל - פליישיגע רעסטעראנט אונטער פיניקס וועד, זאיא יאגורט - האט מילכיג 'חלב סתם' אבער האט אויך פארווע.

סקאטסדעיל:

גראסערי'ס:

עס זענען דא עטליכע גרויסע אלגעמיינע געשעפטן וואס האבן א גאנצע כשר'ע אפטיילונג ווי מען קען קויפן אסאך היימישע פראדוקטן (אריינגערעכנט מילכיגס און פלייש), זיי האבן אבער נישט אלעס און אסאך מאל קענען די שעלווס זיין ממש אפגעליידיגט און עס איז שווער צו וויסן ווען עס גייט ווערן צוריק אנגעפילט, פאלגענד איז די אדרעסס פון צוויי Fry's סופערמארקעט'ס וואס האבן אסאך כשר'ע פראדוקטן, די טרעדער דזשאו'ס אין געגנט האבן אויך גרויסע כשר'ע איילס איך בין אבער נאכנישט געווען דארט.
דער frys האט מער כשר'ע פראדוקטן, דער frys האט ווייניגער פראדוקטן אבער האט געווענטליך מער אנגעפילטע שעלווס

עס איז אויך דא א גראסערי גלייך נעבן די רעסטעראנט פאטא מארגאנא, די פרייזן זענען 'זייער' טייער פאר סיי וועלכע פראדוקט איר וועט נאר טרעפן, דא האט איר א לינק צום אדרעסס.

רעסטעראנטן:

עס זענען דא עטליכע רעסטעראנטן אין סקאטסדעיל, פאטא מארגאנא - פליישיגע רעסטעראנט אונטער די השגחה פון חב"ד, מילק ענד האני - אונטער די פיניקס וועד (זיי האבן 'אויך' חלב ישראל פראדוקטן).

די מערסט אנגענומען ביים היימישן ציבור (טראץ וואס עס מיינט נישט אז עס האט א גוטע השגחה, עס איז פשוט אז די בעלי בתים זענען ערליכע אידן משא"כ געוויסע פון די אנדערע), איז קיטשען 18, עס איז א פליישיגע רעסטעראנט (האט אויך אסאך פארווע פראדוקטן) אונטער די השגחה פון חב"ד, עס הייסט אז מען קען מאכן זיכער מיט זיי בעפאר, וועלכע השגחה פלייש זיי נוצן פאר וועלכע פראדוקט און אזוי אויסוועלן וואס מען קויפט.

קאסא גראנדע:

גראסערי:

קאושער קעניאן - גלייך נעבן די בית המדרש אויף E8 St, עס האט כמעט אלע כשר'ע פראדוקטן וואס מען קען נאר דארפן, דער גראסערי האט א סעלף טשעקאוט און מען דארף האבן א אקאונט דארט צו קענען קויפן.

רעסטעראנטן/דעליווערד עסן:

סאלט ענד פעפער - פולע פעקעדזשעס פון שבת עסן און אזוי אויך טעגליכע סאפער'ס אונטער די השגחה פון משמרת הכשרות - הרב יחיאל שטיינמענץ שליט"א, זיי דעליווערן די עסן צו אייך אין אכסניא (זיי דעליווערן אויך קיין פיניקס, סקאטסדעיל און טוסאן אבער עס איז דא א מינימום ארדער פרייז).

געשמאק - שבת עסן אונטער די השגחה פון וועד הכשרות ד'קאסא גראנדע וואס איז כהיום אונטער הרב חיים שלמה בערגער.

מאן - א מילכיגע רעסטעראנט גלייך נעבן די קאושער קעניאן גראסערי, זיי זענען אפן רוב צייטן ווען עס איז דא א שטארקע געסט סעזאן, סעלף סערווינג, סעלף טשעקאוט.

טוסאן:

ביי בראונער'ס ישוב איז דא א געשמאקע גראסערי מיט אלע וויכטיגע פראדוקטן וואס מען קען דארפן ווען מ'איז אויף וואקאציע, דער גראסערי איז אפן אין די צייטן ווען די רעזארט איז אפן (בערך צווישן חנוכה ביז פורים).

- - -

ווי אלעמאל, פאר סיי וועלכע אינפארמאציע קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי און איך וועל פרובירן אייך ארויסצוהעלפן אויב מעגליך.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

בדרך אגב, א נוצבארע טיפ פאר אידן וואס קומען אויף וואקאציע אין אריזאנע, לגבי אנפילן דעם קאר מיט געז.

די ביליגסטע פלאץ (בדרך כלל) צו קויפן געז אין אריזאנע (עכ"פ אין די געגנטער ווי דער עולם פארט) איז אין קאסא גראנדע, אין טוסאן און אין פיניקס קען עס זיין מיט 50 סענט טייערער א גאלאן געז, אזוי אויך אויפן וועג ארויף צו סעדאונע/גרענד קעניאן איז אסאך טייערער.

במילא, אויב קומט איר קיין קאסא גראנדע און איר פארט ארויס צו אן אטראקציע, פרובירט צו נעמען געז דאהי, אזוי אויך אויב פארט איר פון טוסאן קיין פיניקס אדער פארקערט לוינט זיך אראפצופארן פונעם הייוועי ביי קאסא גראנדע (אדער ערגעץ ווי אין דעם געגנט) צו קויפן געז.
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: וואקאציע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@אלע צוזאמען הערליכע ארבעט געמאכט! שכח!

-
וואס הייסט דאס וואס דו זאגסט אז די יאנג איזרעיל שול אין טוסאן איז אויסגעמישט, נישטא קיין מחיצה?

מיט ארום צען יאר צוריק איז מיין משפחה אהינגעפארן, כ'געדענק אז מען האט עטליכע מאל געדאווענט דארט.
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 150

Re: וואקאציע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:40 pm @אלע צוזאמען הערליכע ארבעט געמאכט! שכח!

-
וואס הייסט דאס וואס דו זאגסט אז די יאנג איזרעיל שול אין טוסאן איז אויסגעמישט, נישטא קיין מחיצה?

מיט ארום צען יאר צוריק איז מיין משפחה אהינגעפארן, כ'געדענק אז מען האט עטליכע מאל געדאווענט דארט.
ווי איך שרייב, איך בין קיינמאל נישט געווען דארט, איך זאג נאר וואס איך האב פארשטאנען פון מענטשן וואס האבן מיר פארציילט אז עס איז געווען אסאך מער אום היימיש ווי א געווענדליכע חב"ד שול.

נאכן אנפרעגן דער שליח חב"ד אין קאסא גראנדע דערויף האט ער מיר געזאגט אז עס קען זיין אז דער סיבה איז ווייל עס איז א יאנג איזרעאל שול, אויב פארשטיי איך גוט האט עס זייער א קליינע מחיצה (אפשר א געהעריגע ר' משה מחיצה - כ'ווייס נישט) א.א.וו.

אדרבה, כ'וועל מיר פרייען צו הערן אז עס איז סתם גערעדט, און עס איז באמת א געהעריגע כשר'ע פלאץ צו גיין דאווענען.

שרייב פאוסט