איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

ליין די פאוסט פארן שטימען

יא. פארוואס נישט?
17
49%
ניין. עס ברויך זיין 'אידטיש עקסקלאסיוו'
14
40%
פעלט מיין אפציע (שרייב אין פאוסט)
4
11%
 
Total votes: 35

אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 308
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 711

איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך יוחנן כהן »

א גוטן

אידטיש איז א געשמאקע סייט!
אבער ווי עס איז באקאנט איז אידטיש אויך גאנץ א שטילער סייט, ד''מ אז ווען איינער שרייבט אן ארטיקל וועלן עס אסאך ווייניגער אויגן זעהן ווי ווען ער שרייבט עס ווען אויף אייוועלט, במילא ווען איינער שרייבט אפ א לאנגע ארטיקל צו פאעזיע וויל ער געווענליך עס זאל געזעהן ווערן ביי מער מענטשן.

פון די אנדערע זייט איז צומאל שווער פאר אידן וואס זענען אויף ביידע סייט'ס זיך אנטרעפן מיט אן ארטיקל וואס ער האט נארוואס געזען ערגעץ אנדערש. אזוי אויך קומט צומאל אויס אז דער שרייבער לייגט עס קודם אויף איין זייטל און הערשט אפאר וואכן צו חדשים שפעטער לייגט ער עס אויפן צווייטן זייטל, און דאס מאכט דעם ליינער צומישט.

דעריבער וויל איך אייך פרעגן אייער דעה:

איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש? אדער עס ברויך זיין 'אידטיש עקסקלאסיוו'?

אויב האט איר נאך זאכן אויסצושמועסן איבער דעם נושא, האלטסט אייך נישט צוריק.
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 115

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך שמות »

לענ"ד אויב איז עס עפעס צום זאך, זאל עס זיין איבעראל.
אבער אויב סאיז סתם גראמען זאל עס אריין גיין אלס א המשך אין איין אשכול אלע גראמען...
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 480

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך פעינטיג »

איך פארשטיי ביידע צדדים זייער שטארק.
איך קען אבער נישט אריינרעדן, כ'ליין נאר וואס ליגט אויף אידטיש.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10995

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כ'האלט ענליך צו @שמות. אויב איז עס א גוטס אדער ס'ליגט אסאך ארבעט דערין, זאלן ווי מער מענטשן הנאה האבן, סתם טאג-טעגליכע געדאנקען זע איך נישט די פראבלעם פון איבערלייגן, אבער איך קען הערן א סברה.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך וואוילער »

לייג עס איבעראל, אין די זעלבע צייט.

ש'כח פאר אלע דיינע שיינע זאכן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6557

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך פופציגער »

איך זע נישט וואס איז שלעכט צו לייגן ביי ביידע.

איך פערזענליך וועל נישט אלע מיינע ארטיקלען לייגן אויף ביידע, און ווען יא לייג איך עס קודם דא און הערשט א וואך שפעטער דארט.

האסט א פראבלעם אז דו ווערסט צומישט? געמיר א קאנטעקט באישי יעדע מאל ביסט צומישט, כוועל דיר העלפן מאכן סדר.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
פריש און ערליך
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 8:59 am
Location: עירפלעין
x 14

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך פריש און ערליך »

ווי מער אידן מזכה זיין, אלץ בעסער...
בעסער און די זעלבע צייט...
קאפהאלטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 2:23 pm

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך קאפהאלטער »

Other forms are Filter blocked by many readers, in result, Yidtish is the only choice
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1598
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1726

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך שבת קודש »

אלעס זאל מען לייגן אויך אויף אייוועלט אריינגערעכענט דיע אנקעטע...
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 308
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 711

Re: איז א גוטע זאך צו לייגן די זעלבע ארטיקלען סיי אויף אייוועלט און סיי אויף אידטיש?

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 2:18 pm אלעס זאל מען לייגן אויך אויף אייוועלט אריינגערעכענט דיע אנקעטע...
נו לייג...
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
שרייב פאוסט