"טייוואן און כינע".
אין די לעצטע פאר יאר, האלט מען אין איין הערן איבער די צוויי, איבער זייער דערווייל שטילע קריג.
טייוואן איז אן אינזל, וואס איז ארום גענומען מיט וואסער פון אלע זייטן.
כינע פון זייער זייט, האלט טייוואן אלס א חלק פון איר טעריטאריע, און דער יעצטיגער פרעזידענט פון כינע, 'טשי דשימפינג', באהאלט נישט, אז כינע איז אויפ'ן וועג צו לעזן די טייוואנע פראבלעם.
"די היסטאריע פון טייוואן"
בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז אין כינע פארגעקומען א בלוטיגע בירגער קריג, ווי מען האט זיך געקריגט איבער קאמוניזם, און דעמאקראטיע.
דער שכן צו כינע, 'יאפאן' האט דאן אינוואדירט אין כינע, און איבערגענומען קאנטראל, פון די מלחמה געפלאגטע לאנד.
אזוי איז עס אנגעגאנגען, ביז די צווייטע וועלט מלחמה.
ביים צווייטן וועלט מלחמה, האט יאפאן איבערגעלאזט כינע, און דאן האט די ברודער קריג צוריק אויפגעפלאקערט, געבנדיג פאר די צוויי פארטייען נאך א טשאנס, זיך צו קריגן און עווענטועל געווינען די מלוכה.
די טריקענע פאקט איז, אז די קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען, און די פארטיי פאר פרייהייט, האט געפאקט פעק, און געמאכט שבת פאר זיך, אין כינע'ס אינזל 'טייוואן'
די גאווערמענט אין טייוואן רופט זיך היינט צוטאגס רעפובליק אוו טשיינע (roc)
און די כינעזע גאווערמענט רופט זיך פיפלס רעפאבליק אוו טשיינע (prc).
וואס רוב מענטשן ווייסן נישט, איז, אז אין די צייט וואס כינע שרייט אז טייוואן באלאנגט פאר זיי, האלט טייוואן די זעלבע זאך פארקערט,
זיי האלטן אויך, אז די 'מעין לענד טשיינע' באלאנגט פאר זיי.
עס איז געבליבן א ברודער קריג ביזן היינטיגן טאג.
זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט א שלום דיעל, נאר עס האט זיך געלוינט פאר די קאמניסטן, צו אראפ לייגן די געווער, און אויפבויען דאס געפלאגטע לאנד.
און פאר טייוואן האט זיך עס געלוינט, אז מען לאזט זיי צורוה אין טייוואן.
(דורך אויס די יארן, האט זיך געלוינט פאליטיש פאר טייוואן, נישט צו זאגן אז טשיינע באלאנגט פאר זיי, דעריבער, האבן זיי זיך אנגעהויבן אנגעבן ווי אן אינדיפענדענט לאנד, וואס זוכט נישט קיין קריג, אבער די פאטריאטן אין טייוואן, האלטן נאכאלס אז כינע האט געגאנבעט די גאווערמענט.)
פארוואס זאל אמעריקע אנגיין, אז כינע נעמט איין טייוואן?
איז דא עטליכע סיבות, קודם ווייל אמעריקע איז דאך אריינגעמישט אין אלע מלחמות, וואס דיקטאטורן, אדער קאמוניסטישע לענדער פירן, אבער חוץ פון דעם, האט אמעריקע, נאך עטליכע קריטישע סיבות, פארוואס זיכער צו מאכן, אז כינע נעמט נישט איבער קאנטראל פונעם קליינעם אינזל.
מיר וועלן פראבירן אנצורירן די פאר שטערקסטע סיבות.
דאס ערשטע איז די לאקאציע,
אויפ'ן מאפע ארום כינע, איז דא עטליכע אינזלען, וואס זענען אליאירט מיט אמעריקע, אריין גערעכנט די פיליפינען.
אמעריקע האט אויף אלע אינזלען, מיליטערישע באזעס, אין פאל עס ברעכט אויס א מלחמה מיט כינע.
אויב אבער כינע, נעמט איבער טייוואן, קענען זיי פונעם וואסער ברעג אין טייוואן, ארויס גיין גראד צום פאסיפיק,
און פון דארט קענען זיי אנקומען צו אמעריקע, אדער יאפאן, גרינגערהייט.
די צווייטע סיבה איז, אז טייוואן איז היינט די גרעסטע פראדוצירער פון קאמפיוטער טשיפס.
א קאמפיוטער טשיפ, גייט היינט צוטאגס אריין אין יעדע סעלפאון, קאמפיוטער, טעבלעט, ווי אויך אין גרויסע מאשינען, ווי: שיפן, עראפלאנען, קארס, באסעס ווי אויך... 'אין טאנקען, מיליטערישע טראקס, מיסילס, באמבעס, אפילו אין ביקסן, און אין רעדיאס. טרעפן זיי א פלאץ.
קאמפיוטער טשיפס, קענען זיין קליין, און זיי קענען זיין גרויס.
טייוואן איז די בעל הבית, ווען עס קומט צו פארגעשריטענע, קליינטשיגע, טשיפס, אין די גרויס פון א שפיץ פינגער.
זיי זענען די אויסשליסליכע הענדלער דערויף.
אין קיין איין לאנד, פראדוצירט מען נישט אזעלכע פארגעשריטענע, און אזוי סאך טשיפס, ווי אין טייוואן.
כאטש אמעריקע, האט שוין אינוועסטעד ביליאנען דאלארן אין קאמפיוטער טשיפס ביי זיך אינדערהיים, דורך פירמעס אזויווי סעמסאנג, קומען זיי נישט צו צום שפיץ פון א טשיפ, וויפיל, און אזוי פארגעשריטן ווי טייוואן.
די אמעריקאנע רעגירונג, האט אפילו געשלאסן א דיעל מיט די קאמפאני פון טשיפס, אין טייוואן, זיי זאלן אויפבויען דריי פלענטס אין אריזאנע, פאר איבער צוועלף ביליאן דאלאר, (די קאסט פון א גרויסע עירקרעפט קעריער) כדי אמעריקע זאל האבן אייגענע פלעצער, פון ווי צו נעמען.
אבער אויף דערווייל, ווערן רוב פון די פארגעשריטענע טשיפס, פראדוצירט אין די קאמפאניס היימלאנד.
יעצט, אויב כינע זאל איבערנעמען קאנטראל פון טייוואן, וועט אמעריקע זיך טרעפן פלוצלינג אויס קאפעלוטש מאכער, ווען זיי וועלן נישט קענען בויען אזוי שנעל וואפן, ווי כינע, און זייערע שונאים.
די דריטע סיבה, איז באמת אויך א חלק פון די צווייטע סיבה, אבער א צווייטע פראבלעם.
די עקאנאמיע.
אויב כינע זאל איבערנעמען די טשיפ ביזנעס, וועט אמעריקע מער נישט זיין די גרעסטע עקאנאמיע אין די וועלט.
די טשיפס וועט ארויפברענגען די עקאנאמיע אין כינע, אסאך אסאך גרעסער ווי זי איז יעצט.
(געוויסע שווארצקוקער, קוקן אויך אן דאס אז כינע נעמט איבער טייוואן, ווי א טויט קלאפ צו אמעריקע.
אויב כינע נעמט זיי איבער, וועט יאפאן וואס איז נעקסט צו טייוואן, זיך וועלן באוואפענען מיט נוקלעארע וואפן, און אויב אמעריקע וועט עס נישט וועלן צושטעלן, קענען זיי זיך צוקריגן, און עס קען געשעהן א לאך אין די אליאנץ, וואס וועט זיין גאר שווער צו באדעקן.)
סיי וויאזוי, איינמאל כינע נעמט איבער טייוואן, איז אמעריקע'ס איינציגסטע אפציע, א דירעקטע מלחמה מיט כינע, צוליב דעם, וואס אן עקאנאמישע מלחמה וועט נישט ארבעטן, ווייל מען וועט דארפן זייערע טשיפס... כאטש, אמעריקע אליינס קען זיך האלטן שטארק, איז אבער שווער צו זאגן אז אלע מערב וועלט לענדער וועלן מיטארבעטן, נאכדעם וואס עס קען האבן שווערע נאכווייען אויף אלע אספעקטן.
אמעריקע האט קיינמאל נישט דערקלערט טייוואן, אלס א זעלבסטשטענדיגע לאנד.
אבער דאס עס נישט באשטעטיגן, איז בלויז א סימבאלישע זאך, ווען אין אמתן פארקויפט אמעריקע פאר טייוואן, שווערע מיליטערישע עקוויפמענט, אסאך אסאך מער, ווי אמעריקע געבט פאר אוקראינע...
'וואס וועט געשעהן, אויב כינע וועט אינוואדירן טייוואן?'
אמעריקע'ס רעאקציע, רוב פון אונז וועלן ענטפערן, מיליטערישע הילף, אדער ארויסשיקן אייגענע מיליטער, אבער פאראויס שאצער זאגן אנדערש.
עס איז נאר איינמאל געווען אין היסטאריע, ווען א לאנד האט אינוואדירט א צווייטן, צו וועם אמעריקע און די מערב וועלט האט געדארפט צוקומען עקאנאמיש, און דאס איז געווען ווען סאדאם כוסעין האט אינוואדירט קאוועיט.
אמעריקע האט דאן געדארפט זייער וויכטיג, צוקומען צו די אויל, וואס האט געפלאסן פון קאוועיט.
דאן האט אמעריקע מיט די אליאירטע, געמאכט א געמיינזאמע ארמיי, און מיט א בליץ קריג געמאכט א אינוואזיע אין קאוועיט, אויף סאדאמס מיליטער.
(עס ווערט אנגערופן א "רי-אינוועזשאן" ווען א צווייטע מיליטער קומט, ארויס טרייבן די מיליטער וואס אינוואדירט.)
אין משך פון עטליכע וואכן, האט אמעריקע מיט נעטא אהין געטראגן די פארגעשריטענסטע מערסט טויטליכע וואפן, און צוקנאקט סאדאמ'ס מיליטער, אויף פיצלעך.
לויט שאצונגען,
וועט כינע דארפן איינשפאנען, פיר הונדערט טויזנט מיליטער לייט, כדי צו קענען אינוואדירן טייוואן.
לאמיר דרייען דעם גלאבוס אביסל ארויף, און זיך אריבער כאפן קיין אוקראינע, גאר ווייט פון כינע און זעהן וואס דארט גייט פאר.
אין יארע 2022, האט דער פרעזידענט פון רוסלאנד, וולאדימיר פוטין, דערקלערט א ספציעלע אפעראציע אויפצורייניגן אוקראינע פון נאציס, מיט תורות פארוואס אוקראינע באלאנגט פאר אים.
די גאנצע וועלט איז געשטאנען, און געקוקט ווי אוקראינע שטארבט, און אטעמט זייער לעצטע אטעם.
ביז צוויי און זיבעציג שעה, האט מאסקווע דערקלערט קאנטראל אויף קיעוו, און די אוקראינישע מיליטער האט אויפגעהויבן א ווייסע פאן.
"אבער דאס איז נישט געווען"
יא אמת, ווען אונז שרייבן ווען אן ארטיקל, די טאג וואס זיי האבן אינוואדירט, וואלט דאס געווען וואס אונז וואלטן אנגעגרייט, אויף צוויי טעג ארום... (נאכאמזל איך האב נישט קיין צייטונג)
אבער די שטארקע רוסישע מיליטער, האט געליטן א שווערע דורכפאל.
מיט צוויי הונדערט טויזנט טרופן, שווערע עראפלאנען, פארגעשריטענע הייפערסאניק מיסילס, האט דער רוסישער בער, אריינגעשטורעמט פון לאנד, לופט, און וואסער, אין זייער שכן אוקראינע.
אבער די מיליטער האט שוין אין די ערשטע טעג געליטן אסאך פארלוסטן, און אסאך מיליטערישע סטראטעגיעס, דורך די גרעסטע רוסישע סטראטעגיסטן, האבן די סאלדאטן אויפ'ן שלאכטפעלד, נישט באוויזן אויסצופירן.
יעצט מיט צוויי יאר שפעטער, פארגעסט מען שוין אז דאן האט מען געשמועסט, אז כינע גייט אויסנוצן די געלעגנהייט, און אינוואדירן טייוואן, אין די צייט וואס די וועלט איז פארנומען צו קוקן אויף אוקראינע, אזוי וועלן זיי קענען אנגיין אין טייוואן אומגעשטערט.
אבער עס איז נישט געשעהן פארוואס עס איז נישט געשעהן, פאדערט א גרונטליכע אנאליז, עס איז אבער דא כמה וכמה סיבות, פארוואס כינע האט נישט אינוואדירט דאן טייוואן.
עס שטעלט זיך אבער די מיליאן דאלערדיגע פראגע, צו קען כינע אויך האבן אזא באמבאסטישע דורכפאל ווען זיי וועלן אינוואדירן אוקראינע?
דער אמת איז, אז קיינער ווייסט נישט.
כינע איז דער גרעסטער מיליטער אויף די וועלט, מיט איבער צוויי מיליאן אקטיווע זעלנער, און עס ווערט געשאצט אלס די צווייט שטערקסטע מיליטער אין די וועלט.
פון די אנדערע זייט, איז כינע'ס מיליטערישע מעגליכקייטן, קיינמאל נישט אויספראבירט געווארן, און זיי זענען קיינמאל נישט געזעהן געווארן אויפ'ן שלאכטפעלד.
די איינציגסטע וועג פון ווי מען קען וויסן עפעס וועגן טשיינע, איז דורך זייער אייגענע פראפאגאנדע, און דורך שפיאנאזש.
דורך פראפאגאנדע, קען מען כמעט גארנישט וויסן, וויבאלד די לענדער אזויווי כינע, און צפון קארעא, האבן זייער ליב צו בלאזן פון זיך, אסאך מער וויפיל זיי האבן באמת, כדי זייערע בירגער, און די וועלט, זאלן האלטן אז זיי זענען שטארק.
דורך שפיאנאזש קען מען יא וויסן, אבער וויבאלד כינע קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און זיי האבן נישט קיין מלחמות כמעט, קען מען נישט וויסן, וויפיל אינפארמאציע, אמעריקע מיט די מערב וועלט האבן דורך שפיאנאזש.
פארשטייט זיך אז מען קען קיינמאל נישט וויסן, וואס אמעריקע אדער סיי וועלכע אנדערע לאנד, ווייסט איבער א צווייטע.
אבער למשל אין די מיטל מזרח, ווייסט מען, אז אמעריקע מיט מדינת ישראל, ווייסן גאנץ גוט וואס עס טוהט זיך אינטער די קוליסן אין איראן, און אין אנדערע לענדער דארט, וויבאלד די מערב וועלט טוהט אסאך דארט אקציעס, און מען קען זעהן אז זיי ווייסן.
ביי כינע, איז זייער שווער, אדער אפילו אוממעגליך, צו וויסן.
אויף וויפיל מען ווייסט, זענען זיי א שטארקע מיליטער, מיט נוקלעארע וואפן און גרויסע סובמארינען, וואס מען זעהט ביים וואסער אויפ'ן גרעניץ נעבן כינע, ביי די טייוואן וואסער שטראוז.
זייט 2019 האט זיך אסאך פארמערט, די אקטן פון כינע, זיך צו רייצן מיט טייוואן, אין די לופט רוימען, ביי מיליטערישע עקסערסייז, און אויך סתם אזוי, מיט'ן אריינפליען אין טייוואנע לופט טעריטאריע.
די עראפלאנען ווערן נאך געיאגט, און ארויס געטריבן, דורך טייוואנע עיר פארס, (וואס ווערן גראדע געלערנט, דורך אמעריקע און נעטא לענדער) מאכנדיג אפטמאל, שרעקעדיגע און כמעט טויטליכע מאנעווערס, אבער די טייוואנע פילאטן זענען ווייזט אויס גאר געלערנט, און עס איז נאכקיינמאל נישט געקומען צו אן עקסידענט אדער א דירעקטע צוזאמשטויס.
מלחמה סטראטעגיסטן שאצן, אז כינע וועט אינוואדירן טייוואן נאך אין די נעקסטע זעקס יאר, נאך עקאנאמישע און אנדערע חשבונות וואס זיי האבן אויסגערעכנט, וועט זיך נישט לוינען פאר כינע צו ווארטן שפעטער ווי יאר 2030.
לב מלכים ושרים ביד השם.
מען קען קיינמאל נישט וויסן, וואס עס קען זיך אויסלאזן פון די גאנצע זאך, דער עיקר איז אז פאר קיין שום איד זאל עס נישט שאטן בעזרת השם.
הצלחה וברכה.
איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 310
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1336
איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11259
Re: איז טייוואן אויך מעיד אין טשיינע?! ארטיקל+אנאליז
זייער שטארק. קלאר ארומגענומען דעם נושא.
שכח!
שכח!
Re: איז טייוואן אויך מעיד אין טשיינע?! ארטיקל+אנאליז
זייער שיין און זייער קלאר באשריבן!!!
ישר כח
ישר כח
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 722
Re: איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
אמן!!אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 13, 2024 11:26 pm
דער עיקר איז אז פאר קיין שום איד זאל עס נישט שאטן בעזרת השם.
ערשט יעצט געליינט. ס'איז זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!!
פיין געשריבן!!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 310
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1336
Re: איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
האמער שוין חיזוק פארן יאר.יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 2:00 amאמן!!אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 13, 2024 11:26 pm
דער עיקר איז אז פאר קיין שום איד זאל עס נישט שאטן בעזרת השם.
ערשט יעצט געליינט. ס'איז זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!!
פיין געשריבן!!
איצטערט העמיר ווארטן אויף @יוחנן כהן צו נעמען דעם פעדער אין האנט.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
שטארק הנאה געהאט פון דיין אנאליז, אבער כפי זיכרוני וואלט אמעריקע זיך געלוינט בעסער צו בלייבן נייטראל ביי איראק-קוואועיט מלחמה. איראק האט פראדוצירט מער אויל, און אמעריקע האט געשטיצט איראק ביי זייער מלחמה מיט איראן עטליכע יאר בעפאר.אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 13, 2024 11:26 pm
עס איז נאר איינמאל געווען אין היסטאריע, ווען א לאנד האט אינוואדירט א צווייטן, צו וועם אמעריקע און די מערב וועלט האט געדארפט צוקומען עקאנאמיש, און דאס איז געווען ווען סאדאם כוסעין האט אינוואדירט קאוועיט.
אמעריקע האט דאן געדארפט זייער וויכטיג, צוקומען צו די אויל, וואס האט געפלאסן פון קאוועיט.
דאן האט אמעריקע מיט די אליאירטע, געמאכט א געמיינזאמע ארמיי, און מיט א בליץ קריג געמאכט א אינוואזיע אין קאוועיט, אויף סאדאמס מיליטער.
(עס ווערט אנגערופן א "רי-אינוועזשאן" ווען א צווייטע מיליטער קומט, ארויס טרייבן די מיליטער וואס אינוואדירט.)
אין משך פון עטליכע וואכן, האט אמעריקע מיט נעטא אהין געטראגן די פארגעשריטענסטע מערסט טויטליכע וואפן, און צוקנאקט סאדאמ'ס מיליטער, אויף פיצלעך.
נאר צוליב יושר און אויך ווייל סאודי אראביעס אינטערעסן האט אמעריקע זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו אפשטעלן דעם טיראן סאדאם כוסעין.
די איינציגע חילוק פון כוסעין און פוטין איז נוקעלארע וואפן, ממילא ביי פוטין האט מען נישט געקענט זיין הונדערט פראצענט אויף די יושר'דיגע זייט, פשוט ווייל מען האט אנפאנג מורא געהאט פון אים.
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 722
Re: איז טייוואן אויך מעיד-אין-טשיינע? - ארטיקל+אנאליז
יוחנן האט שוין געהאט ס'פעדער.אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 2:04 amהאמער שוין חיזוק פארן יאר.יוחנן כהן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 2:00 amאמן!!אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 13, 2024 11:26 pm
דער עיקר איז אז פאר קיין שום איד זאל עס נישט שאטן בעזרת השם.
ערשט יעצט געליינט. ס'איז זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!!
פיין געשריבן!!
איצטערט העמיר ווארטן אויף @יוחנן כהן צו נעמען דעם פעדער אין האנט.
search.php?keywords=&terms=all&author=% ... 7%95%D7%9A
search.php?keywords=&terms=all&author=% ... 7%95%D7%9A
און וועט עס צוריק נעמען בקרוב!