א שפיצל פרוי טאר זיך על פי הלכה נישט טוישן ווייל אפילו די הלכה איז א שייטל איז מותר, און שפיצל איז נאר א חומרא איז אל תיטוש א דאורייתא לויט אסאך פוסקים (די חת"ס פסקנט ספייקא דאל תיטוש לחומרא ווייל עס איז א דין דאורייתא.קיינמאל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:47 am איך פארשטיי בכלל נישט די טענעריי דא
קיין איין שפיצל פרוי גייט זיך נישט יעצט טוישן צו א שייטעל אפילו זי ווערט געוואר אז געוויסע פוסקים האלטן אז שייטעל איז יא אויסגעהאלטן על פי הלכה
קיין איין שייטעל פרוי גייט זיך נישט טוישן צו א שפיצל אפילו זי ווערט געוואר אז עס איז דא געוויסע פוסקים וואס האלטן אז עס איז אסור צו גיין מיט א שייטל
וואס יא די סאמע יסוד וואס האלט אידישע פרויען ביי זייער חשובע לבוש דא אין גלות איז די מציאות אז יעדע פרוי גייט אנגעטאן ווי די מאמע.
גיין די קאפ צודעק ווי די מאמע איז א יסוד אין אידישקייט.
וואס יא מען זאל מעורור זיין די פרויען צו גיין אנגעטאן איידל אין באשיידן ווי עס פאסט פאר א אידישע פרוי.
מעורור זיין די שייטעל פרויען צו גיין מיט איידעלע שייטלעך איז א וויכטיגע זאך.
אין מעורור זיין די שפיצל פרויען זאל גיין אנגעקומען איידל מיט אלע מלבושים איז די זעלבע וויכטיגע זאך
נישט דא קיין שום סיבה צו פערבירן איבערצייגן פרויען אז די עצם לבוש וואס זייער מאמע טראגט איז נישט אויסגעהאלטן
ווייטער איינער וואס די מאמע גייט מיט א שייטל, אויב איז די הלכה אז א שייטל איז מותר, איז גוט, אבער לשיטת הפוסקים אז א שייטל איז אסור דעמאלטס דארף זי זיך טוישן עס איז נישט קיין היתר אז די מאמע גייט אזוי, אויב עס איז קעגן די הלכה, למשל אויב מיין מאמע איז מקיל צו טוהן א מלאכה מוצש"ק ביים זמן הגאונים, און במקומי האט מען אנגענומען די הלכה איז ווי ר"ת טאר איך נישט טוהן קיין מלאכה אפילו מיין מאמע האט אנגענומען ווי די גאונים. און נישט מכוח מנהג המקום נאר מעיקר הדין וויל די הלכה איז אזוי, (מנהג המקום איז א חומרא וואס איך ווייס אז עס נישט אזוי די הלכה נאר די מנהג וויל לחומרא מחמיר זיין אדער א גזירה, למשל בראקן אין פסח, אבער קיטנויות איז שוין אסור מדין אל תיטוש ווייל עס איז א גזירה)
נאר וואס דא איז געשעהן אז די זמן מוצש"ק ריקט זיך ווען צירוק נאר א האלבע שעה פריער, פאר די שקיעה מיטן תירץ אונז האלטן מיר ווי די שיטת הגאונים שרייען די מעוררים, אלץ האלטן מיר טאקע ר"ת אבער אפילו לשיטתך זענען די גאונים אויך נאר מקיל פון 13.5 מינוט נאכן שקיעה, נישט פון 15 מינוט פארן שקיעה.
די זעלבע דא, ס"ה איז כמעט קיין איין שייטל נישט ווי קיין שייטל פון 50 יאר צירוק און כ"ש פאר 100 יאר צירוק אין דאס איז שוין אסור אפילו לויט די מקילים, און אנדער ווערטער זעה עס זאל כאטש זיין סענטעטיק האר, און אינגאנצן צוגעדעקט די מקום צמיחת השער וועסטו כאטש האלטן שיטת הגאונים.
מש