ווער שטייט אונטערדעם? און וואס איז זייער ציל?
[/quote]
ווער שטייט אונטערדעם? און וואס איז זייער ציל?
איר האט נישט געזאגט אז דער שלטי גיבורים און די רבנים המתירים זענען מקנא איר גן עדן?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:15 pmאיר האט מיר שלעכט אפגעטייטשט.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:51 pm נישט קיין שאלה אז א פרוי וואס גייט נישט קיין שייטל קדוש יאמר לה, אבער זאגן אז דער שלטי גיבורים און די רבנים המתירים זענען מקנא איר גן עדן איז חוצפה.
בפשטות איז כמעט זיכער אז דער שלטי גיבורים'ס רעביצין איז געווען פון די צנועות שבדור און איז נישט געגאנגען א שייטל בכלל. זיין היתר איז געווען פאר די וואס זענען זיך מקיל. זיין לשון איז "יראה מזה להביא ראיה וסמך לנשים היוצאות בכסוי שערות שלהן כשהן נשואות וגו'".
העכער ווי דער שלטי גיבורים?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 4:10 pm @תינוק הבורח יא, ס'איז דא א ספעציעלע גן עדן פאר אזא פרוי. וואס איז שלעכט?
@משה רבינו יא, ריכטיג!
וואס איז די קרייץ פארהער ?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:33 pmהעכער ווי דער שלטי גיבורים?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 4:10 pm @תינוק הבורח יא, ס'איז דא א ספעציעלע גן עדן פאר אזא פרוי. וואס איז שלעכט?
@משה רבינו יא, ריכטיג!
אין מסכת נזיר שרייבט ער קלאר היתר, און נישט נאר סמך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:15 pmאיר האט מיר שלעכט אפגעטייטשט.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:51 pm נישט קיין שאלה אז א פרוי וואס גייט נישט קיין שייטל קדוש יאמר לה, אבער זאגן אז דער שלטי גיבורים און די רבנים המתירים זענען מקנא איר גן עדן איז חוצפה.
בפשטות איז כמעט זיכער אז דער שלטי גיבורים'ס רעביצין איז געווען פון די צנועות שבדור און איז נישט געגאנגען א שייטל בכלל. זיין היתר איז געווען פאר די וואס זענען זיך מקיל. זיין לשון איז "יראה מזה להביא ראיה וסמך לנשים היוצאות בכסוי שערות שלהן כשהן נשואות וגו'".
איך וויל זיכער מאכן אז ער האט טאקע געמיינט צו זאגן אזא חוצפהדיגן סטעיטמענט.סאמטינג פישי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:12 pmוואס איז די קרייץ פארהער ?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:33 pmהעכער ווי דער שלטי גיבורים?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 4:10 pm @תינוק הבורח יא, ס'איז דא א ספעציעלע גן עדן פאר אזא פרוי. וואס איז שלעכט?
@משה רבינו יא, ריכטיג!
פארשטיי וואס ער האט געמיינט, און גיי ווייטער,
אז די האלסט אנדערש, כל הכבוד,
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:58 pm יעצט קומט ער צו צו פארענטפערן די שווערע קושיות אויפ'ן ש"ג, און ער שרייט צוריק אז וואס איז דען די קושיא! ענק טראכטן אפילו אז דער ש"ג רעדט פון אויפגעדעקט? 'איז א דבר פשוט אז ער רעדט נאר פון די האר וואס שטעקט זיך ארויס אין די זייטן. ממילא קען מען פארענטפערן אז ס'זאל שטימען מיט אלע גמרות און ראשונים, עיי"ש באריכות נפלא.
3.jpg
און דאס זענען די ווערטער ווא אסאך שפעטערדיגע ברענגען אראפ, און די אלע לערנען אז דאס האט דער רמ"א אויך געמיינט.
און צו פארשטיין ווא דער תשובה מאהבה רעדט מיט אזא "פשטות" אז ס'געווען צוגעדעקט... דארף מען זעןו אינעווייניג צווישן די ווערטער, אז בשעתם (ביז נישט לאנג צוריק) איז אפילו א געווענליכע גוי'אישע פרוי נישט ארויס אויפגעדעקט די קאפ. נאר א פרוצה וזונה. ממילא איז א דבר פשוט אז ווען מ'רעדט פון פאה נכרית רעדט מען אויך דאס וואס די סדר איז געווען, דהיינו צוגעדעקט, און דאס ק'ען זיין מותר אפילו לויטן ירושלמי וכו'.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 12:04 pmאה, זאגסטו דאך זייער גוט. יעצט איז די שאלה וויאזוי קען זיין אז ער פארעכנט א שייטל אויף א קאפ פון א פרוי ווי א שייטל וואס ליגט אויפ'ן טיש? איז דאס אויסגעהאלטן מסברא? איז דאס ווייניגער פריצות און גורם להרהור?נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 amניין נישט די בשר מתחתיו איז דער פראבלעם!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 5:56 pm
זאגסט א נקודה אין זיין לשון. טאקע א אינטעסאנטע לשון. די נקודה איז נישט די האר נאר די בשר מתחתיו? עפעס אזוי? דברים פליאים מאוד בהפשט, ובודאי שונה מכל הראשונים כולם. און טאקע ווייל ס'איז אזוי אינטערסאנט והיפך המשמעות, דארף מען זען וויאזוי די אחרונים האבן אים אפגעלערנט.
איך האף אי"ה אדורכצוטון דעם תשובה מאהבה וואס לערנט אים אפ, אבער ס'איז א לאנגע תשובה ואין עתי בידי, כוועל אי"ה צוריקקומען איבער דעם.
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=77
וואס ער זאגט בסך הכל איז, אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז א שייטל וואס ליגט סתם אויפן טיש איז נישט קיין פראבלעם מיט ערוה. איז אויך נישט קיין פראבלעם אויב ליגט דאס אויפן קאפ פון א פרוי.
וויבאלד דער פראבלעם איז נאר שער באשה ערוה, נאר ווען די שער איז אויפן אשה און קומט ארויס פונעם אשה.
אבער נישט אז ערוה גייט ארויף אויף די פלייש. חס מלהזכיר דבר כזה!
דאס שרייען אלע זיינע חולקים, והעיקר אז זיי ברענגען פון די גמרא און אלע ראשונים, רש"י רמב"ם אא"וו להיפך אז דאס איז בגדר עוברת על דת יהודית אין די גמ' כתובות דף ע"ב וואס זאגט אז פרועה לגמרי איז א איסור דאורייתא און א מטפחת איז א עוברת על דת יהודית וכו' עיי"ש.
איך פארשטיי זייער גוט אז דאס שרייבן זיינע חולקים, מען רעדט דא פון דאס וואס ער שרייבט, און נישט וואס די חולקים שרייבן.
און יא, דער הייליגער שלטי הגבורים קוקט אן א שייטל אויפן קאפ פונקט ווי א שייטל אויפן טיש!
און דער יעב"ץ שרייבט אויפ'ן מ"א "דחה דברי הבאר שבע בגילא דחיטתא".נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 am דאס איז נישט קיין אינטערעסאנט לשון פונעם שלטי הגבורים בכלל. עס איז זייער פארשטענדליך ביידע מהלכים (הגם דער מגן אברהם ושאר פוסקים שרייבן אויפן באר שבע אז ער שרייבט דברים דחויים)
מי אנחנו אריינצורעדן, אבער כ'מיין צו מסביר זיין פארוואס אלע "אונזערע" גדולים, אלע אלע אלע, האבן אנגעומען לאיסור און ס'איז נישט געווען ביי אונז בנמצא. הלא דבר הוא.
איך האב נישט געזוכט צו ברענגן שארפע לשונות, ווייל איך האב געוויסט אז דאס האט ר' יעקב עמדין געקענט בעסער ווי דער מגן אברהם (איך מיין חלילה נישט קיין זילזול) נאר שרייבן אז דאס איז אן אינטערעסאנט לשון פון שלטי הגבורים איז נישט אמת, ווייל דער מגן אברהם קוקט אן די צד שכנגד אלץ אינטערעסאנט. ממילא לאז די מחלוקת אזוי ווי עס איז, און זיי נישט קיינעם מדחה אלץ אינטערעסאנט.
נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 am I really feel your pain! די אלע היינטיגע וואס שרייען אסור אסור, מוזן צוקומען צו אלע מיני תשובה ספרים, קיינער קען נישט פעיסן דעם שלטי הגבורים.
איך האף דו נעמסט עס נישט אזוי פערזענליך. פארקערט, מצדי בין איך דיר זייער דאנקבאר פאר'ן העלפן ברענגען די צד המתירים און עס פארשטיין, און אזוי ארויסהאבן די נושא פון אלע זייטן.
איך זאג נישט אז דו נעמסט עס פערזענדליך, נאר עס איז כמעט נישט מעגליך אריין קוקענדיג אין די ווערטער פונעם שלטי הגבורים, און זאגן אסור.
איך זאג נישט אז דו נעמסט עס פערזענדליך, נאר עס איז כמעט נישט מעגליך אריין קוקענדיג אין די ווערטער פונעם שלטי הגבורים, און זאגן אסור.
נישט שייך צו זאגן אז ער קריגט... דער שלטי גיבורים איז א אחרון און ער איז געקומען מיט א נייעם היתר.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 am די שלטי הגבורים קריגט נישט מיט אלע ראשונים! דו לייגסט אראפ הנחות און נאכדעם מאכסטו סך הכל'ס אויף דיינע אייגענע השערות!
זייער ריכטיג. און כאמור, אלע אונזערע גדולים, אונזערע עלטערן, און אין אלע אונזערע מדינות, האט מען געמאכט אן אויסנאם און דא נישט אנגענומען דעם היתר אלס אפגעפרעגט, ביז מ'האט זיך אנגעהויבן סומך זיין דערויף בלית ברירה.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 am בסך הכל איז דא א גרויסע מחלוקת צווישען דער שלטי הגיבורים מיטן מהר''י קאצענעלבויגן. איכא וואס האבן אנגענומען אזוי, און איכא וואס האבן אנגענומען אזוי. אבער וואס מען דארף געדענקן איז, אז צווישען די מתירים ציילט זיך דער רמ''א, מגן אברהם, פרי מגדים, שלחן ערוך הרב, משנה ברורה, ערוך השולחן, כף החיים.
פארוואס זאג איך דאס איבער אזוי פיל מאל? ווייל ווען דו האסט סיי וועלכע שאלה אין אורח חיים, נעמסטו איינער פון די דערמאנטע ספרים און דו קוקסט נאך. און נישט אין קיין מהר''י קאצענעלבויגן, מור וקציעה, דברי חיים, באר שבע, בית יצחק.
אויף דעם זאג איך אז עס איז נישט געווען בלית ברירה ע''פ הלכה. נאר דער עצם שינוי אין לבוש האט געשטערט פאר אונזערע רבי'ס
נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:25 am אויב טאמער ווילסטו מחמיר זיין כשיטות האוסרים, הרשות בידך. יתכן אז אויב דו מיינסט עס אמת'דיג וועסטו אפי' באקומען שכר פאר דעם. אבער זאגן פאר יענעם אז גיין א שייטעל איז א בדיעבד, איז שקר גמור!
יתכן?.... ביטע! אזא איד'ס גן עדן איז דער שלטי גבורים און אלע גאונים המתירים מקנא! עפעס א שאלה?! וויאזוי רעדט איר???
מיט ביידע צדדים זאגסטו ראנג ווערטער. די שיטת האוסרים נישט קיין "חומרא", און די סומכים על המתירים זענען נישט קיין "בדיעבד אידן".
די שיטת האוסרים זענען די רוב, זיי זענען מיט די סברא, זיי זענען מיט די משמעות אין אלע גמרות און ראשונים, און זיי זענען די שיטה וואס אונזערע עלטער באבעס האבן אנגענומען.
די שיטת המתירים זענען געווען ללמד זכות אויף די מקומות וואו געוויסע נשים האבן געטון אנדערש, און ביי אונז האט מען אין די לעצטע 100 יאר, בלית ברירה, בדיעבד, אנגענומען זיך סומך צו זיין אויפ'ן ש"ג און דאס לאזן אנטון. אבער דער וואס גייט אזוי ווייל זיין מאמע איז אזוי געגאנגען איז נישט קיין דיעבד איד, ווייל בדיעבד האט מען זיך סומך געווען אויפ'ן היתר לכתחילה. אזוי ווי די דיעבד ביי בשר וחלב..
און אויף דעם זאגן היינט כמעט אלע היינטיגע פוסקים, חסידישע און ליטווישע, אז צו מתיר זיין די וואס זעט אויס ממש ווי האר איז נישט עולה געווען על הדעת פון די מתירים, פשוט ס'איז נישט געווען אזא מציאות ממילא האבן זיי עס ניטאמאל בארירט.
אויב איז גע'פסק'נט אין שלחן ערוך להתיר איז לאו דווקא אויב דו ווילסט זיין פרומער וועסטו באקומען שכר.
און נאכאמאל, עס איז כלל וכלל נישט קיין דיעבד, און גארנישט געהאט מיט קיין גזירות. אין איטליה וואו דער שלטי גבורים איז געווען רב, זענען שייטלעך געווען די נארמאלע לבוש פאר פרויען, און ער איז דער מתיר. גארנישט צוליב גזירות.
ריכטיג. איך ברענג נאר ארויס טייל טעמים פארוואס אלע אנדערע אחרונים בימיו האבן געשריבן זייער שארף דערקעגן.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:53 pm איך פארשטיי זייער גוט אז דאס שרייבן זיינע חולקים, מען רעדט דא פון דאס וואס ער שרייבט, און נישט וואס די חולקים שרייבן.
און יא, דער הייליגער שלטי הגבורים קוקט אן א שייטל אויפן קאפ פונקט ווי א שייטל אויפן טיש!
ס'איז שווער צו זאגן ווייל דער מג"א איז נישט מסביר און אויך אין מחצית השקל איז נישטא קיין הסבר אויף דעם, או דערפאר שרייבן די פוסקים בימיו אז דבריו תמוהים.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:53 pm איך האב נישט געזוכט צו ברענגן שארפע לשונות, ווייל איך האב געוויסט אז דאס האט ר' יעקב עמדין געקענט בעסער ווי דער מגן אברהם (איך מיין חלילה נישט קיין זילזול) נאר שרייבן אז דאס איז אן אינטערעסאנט לשון פון שלטי הגבורים איז נישט אמת, ווייל דער מגן אברהם קוקט אן די צד שכנגד אלץ אינטערעסאנט. ממילא לאז די מחלוקת אזוי ווי עס איז, און זיי נישט קיינעם מדחה אלץ אינטערעסאנט.
דער שלטי גבורים איז א אחרון, וואס שרייבן געווענליך ווייניגער קלאר ווי די פוסקים. דער תשובה מאהבה האט געלערנט אזוי אינעם ש"ג אן קיין פיפס, נישט בדוחק, נאר פשוט פשט. (אנדערע נישט, אמת).נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:53 pm איך זאג נישט אז דו נעמסט עס פערזענדליך, נאר עס איז כמעט נישט מעגליך אריין קוקענדיג אין די ווערטער פונעם שלטי הגבורים, און זאגן אסור.
אונזערע רביס האבן דאך געשריבן קלארע תשובות להלכה. געהעריג. אפילו דער חת"ס ברענגט דעם באר שבע להלכה. בכלל נישט השקפה.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:53 pm אויף דעם זאג איך אז עס איז נישט געווען בלית ברירה ע''פ הלכה. נאר דער עצם שינוי אין לבוש האט געשטערט פאר אונזערע רבי'ס
אין איטאליע יא, עכ"פ ביי א געוויסע קרייז, מעגליך צוגעדעקט.נקודת טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 21, 2023 9:53 pm אויב איז גע'פסק'נט אין שלחן ערוך להתיר איז לאו דווקא אויב דו ווילסט זיין פרומער וועסטו באקומען שכר.
און נאכאמאל, עס איז כלל וכלל נישט קיין דיעבד, און גארנישט געהאט מיט קיין גזירות. אין איטליה וואו דער שלטי גבורים איז געווען רב, זענען שייטלעך געווען די נארמאלע לבוש פאר פרויען, און ער איז דער מתיר. גארנישט צוליב גזירות.
קלאר אזוי. די סיבה פון די אויפוואכונג איז ווייל ס'איז "כמעט נישט דא" קיין שייטל פרויען וואס גייען אזוי ווי די מאמע.
דאס אז עס טאר נישט אויסזעהן ווי אייגענע האר איז ווי געזאגט דא שוין לכאורה צעהנדליגע מאל. איז דיין אייגענע השערה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:32 am און לאמיר מאכן די וויכטיגע חזרה! למעשה די וואס די מאמע גייט אזוי, מעג ווייטער אזוי גיין! סוכ"ס איז דא גענוג פוסקים מתירים שיש לסמוך עליהם במצבים כאלו! אבער לכה"פ טאר עס נישט אויסזען ווי אייגענע האר לויט אלע פוסקים (אריינגערעכנט אפילו דער אגרות משה, ואכמ"ל).
און אפגערעדט אז ווען ס'איז לאנג און פליענדיג, איז עס א איסור גמור ווי דער שבט הלוי שרייבט גאר שארף. און, יא, דער זעלבער מג"א וואס איז מקיל בפאה נכרית האלט אז אויפגעלאזט טאר אפילו א מיידל נישט גיין.
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:08 pmדאס אז עס טאר נישט אויסזעהן ווי אייגענע האר איז ווי געזאגט דא שוין לכאורה צעהנדליגע מאל. איז דיין אייגענע השערה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:32 am און לאמיר מאכן די וויכטיגע חזרה! למעשה די וואס די מאמע גייט אזוי, מעג ווייטער אזוי גיין! סוכ"ס איז דא גענוג פוסקים מתירים שיש לסמוך עליהם במצבים כאלו! אבער לכה"פ טאר עס נישט אויסזען ווי אייגענע האר לויט אלע פוסקים (אריינגערעכנט אפילו דער אגרות משה, ואכמ"ל).
און אפגערעדט אז ווען ס'איז לאנג און פליענדיג, איז עס א איסור גמור ווי דער שבט הלוי שרייבט גאר שארף. און, יא, דער זעלבער מג"א וואס איז מקיל בפאה נכרית האלט אז אויפגעלאזט טאר אפילו א מיידל נישט גיין.
בנוגע מיידלעך האט מען עס אנגענ ומען במדת מה, נישט אזוי עקסטרעם אז מ'דארף גיין צעפ, אבער איך וויל נישט יעצט אריינ גיין אין א נייע נושא.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:08 pm לאנגע צופלויגענע האר, אפשר זאגסטו מיר וועלכע פוסקים האבן אנגענומען די מגן אברהם?? און אפי' די מגן אברהם גופא שרייבט נאר אז דאס איז א מידת צניעות, און נישט קיין הלכה.
פארוואס ווען אלע פוסקים קריגן אויפ'ן מג"א פארוואס ער מאכט אוועק דעם באר שבע און איז מקיל בפ"נ ביסטו אזי הייקל צום מג"א, און דא ווייל ער איז מחמיר ביסטו אזוי באקוועם צו זאגן אז דער מג"א האט געמאכט א טעות?נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:08 pm דער מחצית השקל קריגט (לשיטת המשנה ברורה) מגן גבורים קריגט, ישועת יעקב קריגט (הגם ער שרייבט אז מהראוי איז זיך צו פירען אזוי), אין שלחן ערוך הרב ווערט דאס נישט געברענגט. ערוך השלחן ברענגט דאס נישט. משנה ברורה קריגט בפירוש. ר' ישראל יעקב פישער נעמט עס נישט אן. ר' ניסים קארעליץ נעמט עס נישט אן. נאר הרב וואזנער, און שאלות ותשובות עצי חיים, די צוויי נעמען אזוי אן.
נאך דערצו ווען די גאנצע סתירות המחבר אויף וואס די מגן אברהם בויעט, איז בכלל נישט קיין סתירה אזוי ווי אלע פוסקי השלחן ערוך זענען מסביר. ה''ה די בית שמואל אבן העזר, די ב''ח, חלקת מחוקק, דגול מרבבה, און ועוד ועוד וואס איך געדענק נישט בעל פה. און מיט קריגן זיי אויפן מגן אברהם (חוץ לשיטת העצי חיים)
און ווי אויך איז די מנהג קיינמאל נישט געווען אזוי ווי די מגן אברהם, אזוי שרייבן דער מחצית השקל, ישועת יעקב, ועוד.
אט אזוי.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:08 pm עכ''פ יעדער זאל זיך פירן ווי אזוי מען האט אים מחנך געווען. אבער צו שרייבן קלארע פסקים אויף א פאבליק פלאטפארמע, דארף מען האבן דורך געלערנט די סוגיא פון פארדעם.
פארוואס נישט? אין די גמרא טרעפט מען כמה פעמים תרגמה רבא אליבא דאביי, אסברה לך טעמא דידהו וטעמא דידינקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:38 pm איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיטן דברי יואל. ער איז א דברי חיים איד, און הער אויף ברענגן פסקים פון אוסרים וואס זיי זענען מסביר שיטת המתירים. ברענג מתירים וואס שרייבן דאס!
ביי מיר איז שרייבן א דברי חיים איד א חשיבות. ווייל איך בין אויפגעצויגן געווארן אז דער דברי חיים איז געווען א מלאך אלקים, מלובש אין א גוף. אבער אויב ביי דיר איז דער דברי חיים נישט אזוי חשוב, און צוליב דעם קוקסטו אן דעם נאמען דברי חיים איד אלץ א זילזול, צו איך צוריק.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:28 pmפארוואס נישט? אין די גמרא טרעפט מען כמה פעמים תרגמה רבא אליבא דאביי, אסברה לך טעמא דידהו וטעמא דידינקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:38 pm איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיטן דברי יואל. ער איז א דברי חיים איד, און הער אויף ברענגן פסקים פון אוסרים וואס זיי זענען מסביר שיטת המתירים. ברענג מתירים וואס שרייבן דאס!
מ'רעדט פון לייבן וואס האבן מברר געווען א ענין לאמיתה של תורה
שרייבן 'א דברי חיים איד' איז לענ"ד א שטיקל זלזול, זיי זענען נישט געווען קיין פשוטע (אידיטיש) שרייבער וואס מ'קען חושד זיין אין נעמען א צד און לכבוד די נגיעות פארדרייען פונעם אמת.
די שבט הלוי איז מיר גענוגנקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:45 pm אין שלחן ערוך אליינס איז דא א פרי מגדים, וואס מען קען דן זיין אויב ער נעמט אן דעם מגן אברהם.
אבער איך זיך סיי וועלכע פוסק וואס נעמט אן די מגן אברהם.
ודאי איז עס א מידת צניעות, ווייל אויב שטייט איו מגן אברהם אזוי, איז עס אזוי. וויבאלד קיינער קריגט נישט אויף דעם. קיינער זאגט נישט אז עס איז בכלל נישט קיין מידת צניעות. סיי זאגן בסך הכל אז עס איז א חומרא יתירא.
אבער די סטעיטמענט וואס דו האסט געשריבען אז עס איז אן איסור גמור, איז א שקר גמור!
קיין איין פוסק חוץ די שבט הלוי פסקנט נישט אזוי!
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.